בלאט 1 פון 1

אלע פראגראמען בחינם- ללא גזל

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:23 pm
דורך בשבילי!
פארוואס גנבנ'ן אז מען קען עס האבן בחינם?!
איז געווען א איד וואס האט אים וויי געטוהן די מצב אז דער גאנצע עולם גנב'ט פראגראמ'ס בשעת ווען עס איז דא הונדערטע פראגראם'ס וואס זענען פונקט אזוי גוט. אומר ועושה ער האט צאמגעשטעלט א סייט מיט אלע אינפארמאציע:
http://www.nogezel.org/freewares
גראפיקס, אנטי- וויירוס, פוטו שאפ, און נאך הונדערטע פראגראם'ס.
האט הנאה -ללא גזל!
--
אינטערוויו מיטן מייסד אויף הידברות סייט
http://www.hidabroot.org/he/article/94885

2008.jpg

cp

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:57 pm
דורך פליקער
קען איינער אויסטייטשן די אלע היברעיאישע ווערטער אויף אנגליס אדער אידיש, נישט אלע כאפ איך די עינגלישע באדייט

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:11 pm
דורך קאסטנער
וואט אבאט די פראגראמען פין פ/ס אין דער אכטער אן קיין חשש גזל?..

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:10 am
דורך נח בער
קאסטנער האט געשריבן:וואט אבאט די פראגראמען פין פ/ס אין דער אכטער אן קיין חשש גזל?..

לאמיר נישט אוועקמישן דעם נושא האשכול וואס בשבילי האט אהערגעשטעלט, אבער נאר א ווארט צוליב די וויכטיגקייט פון דיין הערה.

פיל מער געלט קען מען מאכן ווען מען שאקלט זיך אפ פון די פראגראמען וואס זענען געמאכט צו העלפן דעם מענטש צייטווייליג און נישט עס זאל זיין א חלק פונעם חודשליכן אינקאם.

און דאס איז נישט א חשש גזל נאר קלארע גניבה ושקר, אבער מיט א היתר מאה ואלף רבנים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:05 pm
דורך שמן זית
נישט אוועקצוגיין פונעם נושא האשכול, נאר ממש א קלייניגקייט.
עס איז נישט גזל ממש און נישט חשש גזל. צענדליגע רבנים (פונעם פריערדיגען דור) האבן עס מתיר געווען.

פארשטייט זיך מיט א גבול און מיט שכל, אבער גזל איז עס נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:12 pm
דורך ברסלבער
נאך אן אשכול מענין לענין
viewtopic.php?f=25&t=2591