בלאט 1 פון 2
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
!I thought so
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:44 pm
דורך איש את רעהו
מעג מען שוין וויסען די נעמען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:44 pm
דורך נעגאשיעיטאר
איי איי איי, שמחו ואמרו,
פיוט הזייגער, גיי פגר, גרויסע צולייגער
שמחו ואמרו, ונצחו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
קען מען זען אז די געטראפענע טאטעס זענען נישט געווען אינגאנצן דום. דער דעמאקראטישע סיסטעם ארבעט גוט, עס האט געווינען א פאעם וואס האט אלעס אין זיך.
פאעט
חידוש
פארשטענדליך פאר יעדן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:49 pm
דורך אפטעמיסט
פיינע נייעס!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:54 pm
דורך פישלע העררינג
שיר החסידים איז גאונ'יש אין זיין סימפליסיטי, און אין זיין עמיולירען א פארצייטישע ליד.
כל הכבוד!
לא נתקבל האט גערעדט צו פילע וויילער, זייענדיג אן אקטועלע טעמע אויפ'ן סדר היום.
כל הכבוד!
בית הכבוד איז פאני אויף צום קוילערן, און עס האט זיך הפנים אטאמאטיש געשטימט דערפאר.
כל הכבוד!
שאון השעון איז דער מלך השושנים, אבער האט זיך קוים באוויזען אריינצוקוועטשן מיט די געוואונערס. שוין, דעמאקראטיע...
און כל הכבוד!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
איז ווידער געווען ארום 100 וויילער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:58 pm
דורך פלאוויוס
איך שעם מיך
לויט מיין מיינונג זענען געווען מער געלונגענע פאעמעס ווי שיר החסידים, אבער קען זיין אז איך פארשטיי נישט צו פאעזיע...
בכל אופן בין איך דאנקבאר פאר די גוטע פריינט אין קאווע-שטיבל פאר'ן שטימען פאר מיין פאעמע. יעצט דארף איך זיך ברעכן קאפ וואס צו טון מיטן הונדערטער...
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:59 pm
דורך פישלע העררינג
פלאוויוס, דו האסט מחבר געוועהן אויך דער חלק שני?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
קודם געב מעשר. האלט מען שוין ביי $90
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:01 pm
דורך כוכב
מזל טוב פלאוויוס. דיין פאעזיע איז ווירקליך גין גאלד און האט געווינען א פארמעסט קעגן צענדליגער גאונישע פאעזיעס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:02 pm
דורך פלאוויוס
פישל'ע העררינג האט געשריבן:פלאוויוס, דו האסט מחבר געוועהן אויך דער חלק שני?
דו מיינסט די ליטווישע ווערסיע? נישט איך. איך בין א חסיד! כ'האב אבער הנאה געהאט פון יענער ווערסיע אויך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:06 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב!!
און ביי דער געלעגנהייט וועלן מיר זיך אויך באדאנקען פאר דיינע מער פשוט'ע טאג-טעגליכע תגובות וועלכע זענען מלא תוכן און שכל. איך האב שוין אסאך נהנה געווען דערפון!
נאר אויף שמחות...
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:10 pm
דורך יתרו
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
שאון השעון איז דער מלך השושנים, אבער האט זיך קוים באוויזען אריינצוקוועטשן מיט די געוואונערס. שוין, דעמאקראטיע...
און כל הכבוד!
די גאנצע חילוק איז געציילטע וואטוס. עס קען געמאלט זיין אז ווען רוב פון די פופציג שטימעס וואס האבן געשטימט פאר שאון השאון און די אנדערע געווינער וואלטן נאר געהאט איין אויסוואל וואלטן זיי געשטימט פאר שאון השאון אליינס. און אנדערע ווערטער אז מען מאכט ווען פרישע וואוט פון די פיר געווינער וואלט אפשר שאון השאון געווינען. נחמא פורתא פאר דיר פישעלע (פאר דיין דיסעפוינטמענט).
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:11 pm
דורך נעגאשיעיטאר
בחיבורו זמן בזבזתי / אמנם לא פספסתי
כי שאון השעון / ניצח בגאון!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
נעגאשיעיטאר האט געשריבן:איי איי איי, שמחו ואמרו,
פיוט הזייגער, גיי פגר, גרויסע צולייגער
שמחו ואמרו, ונצחו.
הייסטעס אז דו ביזט די פייטן פון די זייגער??
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:17 pm
דורך איך אויך
פארשטיי איך נישט פארוואס פונקט די משכיליש גענויגט שטיקל האט אזויפיל אנגעצויגן צו זיין די סאמע געווינער באט איי געסס ווי עטליכע האבען שוין אנגעמערקט אז די אנטי סיסטעם סענטימענטן שפילט דא א גרויסע ראלע.
קאן זיין כ'פארשטיי נישט צופיל צו פאזיע אבער לדעתי הקטן ליגט אין שאון השעון פילפאכיג מער טאלאנט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:18 pm
דורך מאטי
נעגאשיעטער דו שרייבסט הערליכע פיוטים אבער דו מעגסט דיך אביסל צולערנען צו נעגאשיעטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:41 pm
דורך איש את רעהו
איך האב געשטימט פאר לא נתקבל
ווער איז די מחבר?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:55 pm
דורך הערשי
לא נתקבל איז דייקא יא געווארן נתקבל.
חוברתי אני, הצמא ברווי הקפה, הערשי.
יישר כח פאר אלע וועלכע האבן געשטימט פאר לא נתקבל, הן פריימעריס והן גענעראל.
מזל טוב צו פלאוויוס צום געווינס פון שיר החסידים, און מזל טוב צו די אנדערע געווינער.
נישט נאר מיר האבן היינט געווינען. דעמאקראטיע האט געווינען, די עמך האט געווינען, אידיש האט געווינען, פשטות האט געווינען, קאווע שטיבל האט געווינען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:57 pm
דורך מאטי
וואס הייסט קאווע שטיבל האט געווינען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:01 pm
דורך פישלע העררינג
צד השווה פון אלע געווינערס:
לשון הקודש אין די קעפלעך!
א געווינס פאר די הייליגע שפראך...
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:58 pm
דורך רוח קדים
בית הכבוד פאעמע האב אני הקטן געשריבן בשם דעם בית הכבוד. שכח פאר די אלע וועלכע האבן געשטימט און געשאפט די שריפטליכע צווייג הנקרא "פאעזיע" א נייע באדייטונג, און אנטשולדיגט פאר די אלע וועלכע האבן זיך געשפירט געטראפן.