חילוקים פון אמעריקע ביז ארץ ישראל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
חילוקים פון אמעריקע ביז ארץ ישראל
עס איז היינט-צו-טאגס א קליינער וועלט, פליען קיין ארץ ישראל איז גרינגער ווי פארצייטענס צום דערנעבנדיגן שטעטל. און כסדר טרעפן מיר זיך אן מיט אחינו, בני ארץ הקודש, וועלכע קומען צו די פאראייניגטע שטאטן צוליב הכנסת כלה אדער צו א שמחה, און ווי אויך פארקערט, אן א שיעור חוץ לארצ'דיגע אידן טרעפן זיך אין ארץ הקודש צי לכבוד א שמחה, א יו"ט, צו א רבי'ן, א באבא, מקומות הקדושים ווי מירון, היילונגס בעדער ווי חמי טבריא און ים המלח, א.א.וו. עד כדי כך אז מיר זענען גאר נאנט געווארן איינער מיטן צווייטן, עס שפירט זיך ממש ווי אחינו אתה, מיר זענען ממש ווי 2 ברודער אן קיין אונטערשיד.
אבער באמת, איז עס בכלל נישט אזוי. זייענדיג פון צייט צו צייט אין א"י, קומט מיר אויס צו זעהן וויפיל חילוקים און דיפערענצן עס זענען פאראן צווישן די 2 לענדער, אונז און זיי. כאטש יעדע לאנד אין דער וועלט האט זיך איר קולטור און מנהגי המקום; אבער וויבאלד מען רעדט דא פון היימישע אידן וועלכע קוקן אויס בחיצוניות גאר ענליך, איז שטארקער בולט ווי אנדערש דאס לעבן לעבט זיך אין ארץ ישראל.
איך האב מיר אראפגעשריבן די חילוקים וואס איז מיר געקומען אויפן געדאנק, און עס האט זיך היבש לאנג פארצויגן... עס זענען מסתמא פאראן נאך מער, און כמובן איר קענט אויך גערן צולייגן אייערע הוספות. צו וואס שרייב איך עס? א גוטע קשיא. פאר מיר פערזענליך איז עס גאר אינטרעסאנט, פאר סאם ריעזאן דערמאנט עס מיר אסאך געשמאקע איבערלעבענישן פון די טריפס אהין, און מעגליך פאר אנדערע איז עס אויך אינטרעסאנט, סיי פאר די דאזיגע וועלכע זענען שוין געווען דארט און אודאי פאר די וועלכע נישט. עס גיט אן מערקווירדיגן בליק פאר די מדינה'לע איבערן אטלאנטיק און ים התיכון, א פערטל וועלט אוועק פון אונז אין אמעריקע – קנאפע 6,000 מייל...
מנהגי ישראל
איך וועל אנהייבן מיט די אידישקייט זאכן, און נאכדעם גיין צו די לאנד ווירטשאפט. עס זענען פאראן אסאך פראקציעס פון חסיד'ישע אידן אין ירושלים, און אזויפיל סארטן לבושים. פון די געשטרייפטע קאפטענעס מיט די ווייסע יארמולקעס ביי די ר' אהר'אלאך, מיט די בחורים וועלכע גייען שטריימלאך שבת, ביז די ברעסלאווע בחורים מיט די גרויסע קנעפל-גארטלען אויף דעם רעקל, און אלעס אינדערצווישן, יעדער סארט לבוש, אפגעזעהן ווי מאדנע עס זעהט אונז אויס, האט א פלאץ אין דעם מערקווירדיגן ארץ ישראל. יעדער קען גיין ווי אזוי ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער קוקט נישט און אינטרעסירט נישט. ס'א סארט קיבוץ גלויות, ווי יעדע שיכט און קרייז מכל המינים און מיני מסורות טרעפן דארטן א פאסיג מקום, פון די ברייטסטע הוטן ("קאפעלוטשן") ביז די מזרחי כיפה-סרוגה קאפעלעך. יעדער שפירט זיך היימיש, סיי ביי מענער און סיי פרויען, פון די חסידות ווי מען גייט מיט די אייגענע האר ביז די כת ה'שאלים.
ביים דאווענען זענען פאראן א געוואלד זאכן אנדערש. ביי מעריב זאגט מען נישט ברוך ה' לעולם, נאך מעריב פאר עלינו זאגט מען שיר המעלות, פאר יעדן עלינו לשבח זאגט מען ברכו, מען דוכנ'ט יעדן טאג און מען זאגט קיינמאל נישט דעם רבש"ע (אויך נישט יו"ט). ביי מערערע מקומות גייט מען הגבה "בעפאר" קריאת התורה. ותן טל ומטר הייבט מען אן מער אנהייב ווינטער. יו"ט שני של גלויות עקסזיטירט נישט דארט בכלל. פרייטיג צו נאכטס דאווענען אסאך אריגינעלע ירושלימ'ער מיט טליתים.
הגם מען קען נישט זאגן קיין כלל דערין, איז אבער קלאר אז דער דאווענען, און בכלל דער גאנצער אידישקייט לעוועל, איז העכער, ווארימער און ערנסטער ווי אין אמעריקע. א דאווענען פון א פשוט'ן בחור'ל קען צונעמען דאס הארץ. צי איז עס אין א ביהמ"ד, ביים כותל, אין מירון, קברי צדיקים, קבר רחל. א יו"ט האט א העכערן באדייט ווי דא, מען שפירט אביסל מער דעם אלול ווי ביי אונז, שמחת בית השואבה זענען די גאסן פול מיט מוזיק עס לעבט זיך עס טאנצט זיך, ווי אויך פורים, ווער רעדט נאך פון ל"ג בעומר. כמה פעמים בין איך אדורכגעפארן זיכערהייטס וואך-פונקטן ווי די חייל חברה שטייט מיט אויסגעשטרעקטע וואפן און אונטערזוכן יעדן קאר, און צו מיין שטוינונג געזען ווי טייל מיליטער לייט שטייען אין דער זייט און שאקלען זיך, דאווענען מיט א מאס תמימות און ערנסטקייט וואס איך קען זיך נאר וואונטשן.. א צווייטע מאל בין איך געווען אין א געשעפט נאכמיטאג אויף גאולה, און אויף אמאל זעה איך ווי 2 מיידלעך וואס האלטן אינמיטן "שאפינג" אין א געפאקטע געשעפט פול מיט מענטשן נעמען ארויס א סידור'ל פון זייער פאקעט-בוק, און גייען צו א ווינקל פונעם געשעפט און נעמען זיך דאווענען מנחה מיט א מתינות און כוונה, ווי כאילו די וועלט איז געשטארבן, ס'איז נאר זיי מיטן רבש"ע... איך בין ארויס פון התפעלות.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
טראנספארטאציע
גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע. די גאז ('דלק') פרייזן זענען זייער הויך, און קויפן א קאר קאסט כמעט דאפעלט ווי דאהי (בעיקר צוליב הויכע טעקסעס). דעריבער פארמאגט רוב עולם נישט קיין קארס. די דאזיגע וועלכע נויטיגן זיך אין א קאר פרובירן צו ליעסן וועלכע קומט אויס פיל ביליגער, און די איבריגע קארס וואס קורסירן אויף די גאסן זענען בעיקר טעקסיס ("מונית"), וואס זיי נוצט מען ווען מען וויל גיין פריוואט פון איין פלאץ צום צווייטן. די טעקסי ביזנעס איז בומינג אין א"י, עס ווערט קאנטראלירט דורך א ערנסטע ארגאניזאציע מיט ספעציעלע רול'ס און געזעצן. גאר אסאך מענטשן נוצן מאטארביציקלעך, וויבאלד עס נוצט ווייניג געז, פארנעמט כמעט נישט קיין פלאץ, און קען זיך דורכשטופן די טרעפיק. הצלה, מגן דוד אדום, און זק"א נוצן אסאך מאטארביציקלעך. די גאסן זענען פארפלייצט דערמיט. נישט אלע קאמפאניס קארס וואס מען טרעפט אין אמעריקע פארקויפט זיך דארטן, און זיי האבן עטליכע וואס איז נישט בנמצא ביי אונז. ס'מער אייראפעאישע סטיל קארס. פלעיטס פאר די קארס זענען אויך אנדערש, אזא ברייטליכע, געלע קאליר.
קארס איז טאקע פאראן ווייניג, דעריבער איז אבער די פובליק טראנפארטאציע זייער שטארק צוגעשטעלט, און עס איז א חלק פונעם טאג-טעגליכן לעבן ביים רוב פונעם פאלק. בעיקר ווערט עס געפירט דורך די אגד קאמפאני, וועלכע פארן ארום איבערן גאנצן לאנד, כמעט נישט פאראן קיין מקום ווי מען קען נישט אהין אנקומען מיטן באס, סיי לאקאל און סיי לענגערע שטרעקעס. די לעצטע פאר יאר נוצן אסאך די נייערע פארגעשריטענע "לייכטע באן" (רכבת קל) ארום ירושלים, וואס אגב, ווערט לעצטנס געפלאגט פון געוואלדטאטן מצד די אראבער, וויבאלד עס פארט אויך ארום ביי אראבישע געגנטער. די לייכטע באן איז בעיקר פאר די ירושלימ'ע געגנט, די עלטערע באן סערוויס סערווירט עטליכע שטעט, און פארט אויך פון/צום עירפארט.
אין ניו יארק סיטי איז גראדע אויך שטארק איינגעפירט פובליק טראנספארטאציע, דורך די סיטי באסעס און די טרעינ'ס, ווי אויך מעטרא קארטלעך וועלכע טוען אויטאמאטיזירן אסאך פונקציעס און שפארן ארבייטערס. אין ארץ ישראל איז אבער נישט בלויז אויף א לאקאלן שטייגער; נאר איבער דעם גאנצן לאנד. עס זענען פאראן טיקעס בוכער וועלכע מען קען נוצן אויף יעדן באס, מיט אויטאמאטישע מאשינען פאר באצאלן געלט און באקומען טשעינדזש אויף יעדן באס. אויף די טרעין איז נאך מער פארגעשריטן, אלעס באצאלט מען אויף מאשינען מיט ספעציעלע טיקעטס וועלכע מען קען קויפן ביי מאשינדעלעך אין יעדן באן סטאציאן. מען קען זיך אפילו גרינג ארויסדרייען פון באצאלן, ווייל קיינער האלט נישט קיין קאנטראל אויף יעדן אינדיווידואל, אבער גאנץ אפט קומען ארויף אויפן באן אינספעקטארס און קוקן אדורך יעדנ'ס טיקעט, ממילא נעמט מען נישט קיין טשאנסעס.
ווען מען פארט מיטן "אוטובוס" אויף לענגערע וועגן, קומען אפט פאר זיכערהייטס אונטערזוכונגען. דער באס שטעלט זיך אפ, און באוואפענטע צה"ל חברה קומען ארויף און קוקן אדורך יעדן זיץ פאר סיי וועלכע פארדעכטיגטן פאסאזשיר אדער חפץ חשוד. אנדערש ווי ביי אונז ווי די פאליציי זענען פארהאסט און מען קוקט זיי אן פארדעכטיגט, באגריסן זיך געווענליך די פאסאזשירן מיט די מיליטער לייט ווי אלטע גוטע פריינט, און מען שיסט ווערטלעך איינער מיטן צווייטן ווי זיי וואלטן געווען חברים פון חדר (אפשר זענען זיי טאקע...). די היימישקייט און פריינטליכקייט זעהט זיך אן איבעראל, אפילו ביי די שטרענגסטע אונטערזוכונגען, ווי נעבן די גרעניצן פון לאנד, אדער נעבן דעם עירפארט אין לוד, וכדומה. איבעראל ערלויבן זיך די היימישע דרייווערס צו ווערטלען מיט די מיליטער ואף הם מברכים לעומתם און שמייכלען צוריק.
די ווערטשאפט אויף די באסעס קאסט צומאל א שמייכל. מען שטופט זיך אריין וויפיל מענטשן עס קענען נאר, דארפסט א זיץ? כל הקודם זכה, פארגעס פון כבוד. אבער דארטן האבן נישט די חברה קיין פראבלעם זיך אראפצוזעצן אויף דער ערד. נישטא דאס כבוד, "שיינער איד" מחלה, ווי דאהי ביי אונז. מען טוט וואס עס שמעקט און איז באקוועם, און א כפרה מיט די וועלט....
נאכדעם זענען פאראן אוטובוסים לרחצה פאר יעדע נסיעה'לע, כסדר דינגט מען ארויס באסעס צו יעדע געלעגנהייט. לשבחם מוז מען זאגן אז זייערע באסעס זענען הערליכע באקוועמע באסעס, עס פאקט איין אלע אונזערע פשוט'ע באסעס פון חיים פריינד און מאנסי טרעילס. ס'ממש נישט פארשטענדליך ווי אזוי זיי האבן די לוקסוס וואס אין אמעריקע איז עס כמעט נישט צום געפינען. טייל באסעס זענען גאר אויסגעשטאטעט מיט ווייפיי. עטליכע מאל בין איך געפארן מיטן באס פון ירושלים קיין בית שמש און צוריק, און געזעהן חשוב'ע אידן מיט לאנגע בארד און פיאות נעמען ארויס זייער לעפטאפ און ארבעטן דערויף בשעת די נסיעה. אויף יעדן באס איז פאראן א סקרין וואס ווייזט ווי מען סטאפט נעקסט, און ביי יעדע סטאפ ווערט אויטאמאטיש אויסגערופן דורך א מאשין וואו מען איז יעצט, און דער קומענדיגער סטאפ (א ענליכער סיסטעם האב איך געזען אויפן עיר-טרעין ביי JFK לופטפעלד).
צו פארן אויף די וועגן איז אסאך מאל שרעקעדיג, ארץ ישראל איז פול מיט בערג און טיפע טאלן (ים המלח איז די נידריגסטע פלאץ אויף דער וועלט), פרוכטבארע לאנד און מדבריות (ווי מען קען אפט זעהן פארצייטישע אראבערס/בעדואינער רייזן מיט זייערע קעמלען), און די שמאלע הויכ-בערגיגע שאסייען זענען באמת פחדימ'דיג און מען דארף דריייוון פארזיכטיג. נישט ווייניג עקסידענטס פאסירן דארטן צוליב די סכנה'דיגע וועגן. דערפאר אבער זענען די וויוא'ס עפעס אויסערגעווענליך שיין. מען קען משוגע ווערן פון שיינקייט נאר קוקענדיג אויף די הערליכע בערגיגע פאנאראמא'ס. צי איז עס א שטעטל דערווייטענס אויבן אויפן בארג; צי הערליכע אנגעזייעטע פעלדער וועלכע געפינען זיך דארטן לרחצה (אגריקולטור פארנעמט א ריזיגע אויבן-אן אין ארץ ישראל), פון קארן, באנאנע, אראנדזשעס, זיתים/איילבירטן פעלדער, ביז די הערליכע טייטלביימער, וואס מען טרעפט נישט ביי אונז אין ניו יארק – מען מוז פארן צו די ווארימערע מקומות ווי פלארידע און קאליפארניע צו טרעפן די הערליכע טייטלביימער. ווי אויך זעהט מען איבעראל שטיקער היסטאריע פון אידישן פאלק, זאכן וואס אלס קינד האט מען זיך גע'דמיונ'ט אין חומש, ווי הר המורי', דער ירדן, די שטאט יריחו, א.א.וו. די אמאליגע הייליגע שטעט ווי צפת און טברי' מיט אזויפיל תנאים ואמוראים קדושים וטהורים וועלכע ליגן דארט.
די ראודס האבן אויכעט געויסע אנדערע שטריכן ווי ביי אונז. ביי א רויטן טראפיק ליכט, ווערט דער לעקטער געהל בעפאר עס ווערט גרין. א "ככר" (א "סירקל" אין אמעריקע) איז גאר אן אפטע ערשיינונג, וועלכע טוט איינשפארן טראפיק ליכט. וויבאלד עס שנייעט כמעט נישט דארט, זענען די שאסייען און דער גאנצער אינפראסטרוקטור אין פיל א בעסערע מצב ווי מיר זענען געוואוינט דא אין אמעריקע, וואו די זאלץ מאכט חרוב די וועגן. די ראודס דארטן פארבלייבן סמאאד פאר יארן לאנג, אן מען זאל זיי דארפן איבערמאכן יעדע פאר יאר.
ס'רוב קארס דארטן זענען קליינע, וועלכע ציעט ווינציגער געז. אויך זענען כמעט אלע פון זיי ווייסע קאליר, וויבאלד די היץ דארטן איז זייער שטארק (כדלהלן) און דער ווייסער קאליר טוט אפשטויסן די היץ. סיידוואלקס אויף פארנומענע גאסן האבן שטאנגען וועלכע טוען פארמיידן פון קארס אויפצופארן אויפן סיידוואלק, בפרט אין די שמאלערע גאסן ווי מאה שערים און גאולה. אלע סיידוואלקס אין א"י איז געפעינט ביי די עק מיט רויט/ווייסע אדער שווארץ/ווייסע שטריכן, וועלכע טוט אנדייטן אויף געוויסע פארקינג רעגולאציעס. מען דרייווט דארט היבש ווילד. אבער מענטשן וואקן אריין צווישן די קארס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. די פייפעריי יעדן טאג לענגאויס די היימישע גאסן קען צודרייט מאכן א גאסט, אבער איז א חלק פונעם לעבן דארט, די דארטיגע זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז קוים וואס זיי הערן דאס.
רעדנדיג פון טראנספארטאציע, איז אוממעגליך צו איגנארירן דעם פאקט אז דער גאנצער פענאמען פון "סקול באסעס" עקזיסטירט נישט דארט. רוב קינדער קענען אהיימוואקן (מען לערנט געווענליך לאקאל), און די איבריגע האבן אזעלכע אינטרעסאנטע באסעס (א 'טענדער') וועלכע טראגט אפ די קינדער, אבער זיי זענען גארנישט אנדערש ווי א צווייטע קאר, אן קיינע רויטע לעמפלעך אז מען זאל זיך אפשטעלן בשעת די קינדער גייען אראפ און ארויף. עס איז טאקע א שטיקל סכנה.

פארשידענע מנהגי המקום
גענוי ווי אין יעדע נייע לאנד, דארף זיך אן אמעריקאנער צוגעוויינען צו די דארטיגע הנהגות המקום. ווי צב"ש געלטער. אין א"י איז עס שקל (ש"ח) און אגורות אנשטאט דאלער און צענט. נישט אז דאלארן ווערן נישט אקצעפטירט דארט, אבער עס איז שווער פאר קלייניגקייטן צו באצאלן מיט דאלער בשעת אלע פרייזן זענען געשריבן מיט שקל, בפרט ווען מען גייט אויפן באס, טעקסי, דארף מען האבן שקל. דערפאר זענען פאראן יעדע ד' אמות וועקסלערס וועלכע טוען אויפטוישן דאלארן פאר שקל.
ווי אויך דארף מען זיך צוגעוויינען צו יענע שפראך. עברית איז זייער אן אינטרעסאנטע שפראך, איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין השקפה, אבער עס איז פארט א מערקווירדיגער שפראך. אבער דאס איז זיכער אז עס איז א שטארקער טויש. אלע צעטלעך, סיינס, אדווערטייזמענס, נעמען פון די גאסן, וכו', זענען אין עברית. אבער אפילו די אידיש דארט (בפרט אין ירושלים ביי די 'טשאלמער') איז גאר מאדנע און אנדערש ווי ביי אונז. חוץ מזה וואס אונזער אידיש האט אריינגעמישט פילע ענגלישע ווערטער וואס דארטן ווערט עס בכלל נישט (אדער גאר ווייניג) גענוצט, ווי צב"ש פריזשידער, עירקאנדישאן, קאר, טעקסי, פאליס, קלאזעט, שעלף, דאלי, טוילעט, גראסערי, רעסטוראנט, פארמעסי, און נאך הונדערטער ווערטער וואס דארטן רופט מען עס אדער אין עברית אדער אין א אנדער סארט אידיש, ווערן אפילו אסאך געווענליכע אידישע ווערטער גאר אנדערש ארויסגעזאגט. קודם די א"י'דיגע רי"ש האט א ספעציעלן חן, בפרט ווען די קינדערלאך מיט זייער מתיקות רעדן אזוי – האט איר באמערקט 'קינדערלאך' מיט אן א' בעפאר דעם ך'? אזוי טוט מען עס פראנאנסירן דארט, אנדערש ווי ביי אונז... שימעלע איז דארטן "שימאלע", אהר'עלע איז "אהראלע", בקיצור הדברים, זייער שפראך הערט זיך גענצליך אנדערש ווי ביי אונז. א דוגמא: אן אמעריקאנער וועט זאגן, "אברהמעלע, גיי צום קלאזעט און נעם ארויס די דאלי פון די אונטערשטע שעלף פאר שיינדעלע און אויך ברענג מיר א זויבערע קאפ צו טרינקען אביסל דזשוס". א דארטיגער וועט זאגן: "אברהמאלע, גיי צום שאפע און נעם ארויס די בובא פון די אונטערשטע פאליצע פאר שיינדאלע און אויכעט ברענג מיר א ריינע גלאז צו טרינקען אביסל מיץ"....
מען דארף זיך אויך צוגעוויינען צו די מעטריק סיסטעם, וועלכע נוצט אנדערע סארט יוניט'ס, און ווערט שוין באנוצט איבער די גאנצע וועלט מיטן אויסנאם פון אמעריקע. מעטער, קילאמעטער, ליטער, אנשטאט פוס, מייל, גאלאן, א.א.וו. ווי אויך דער טעמפעראטור ווערט געמאסטן אין צעלסיוס, נישט אין פארענהייט. דער זייגער לויפט דארט אויף 24 שעה, נישט ווי דא מיט 2 מאל 12 – AM און PM. דארטן וועט איר זעהן זמן מנחה 18:55, און א שבע ברכות בשעה 21:30. גיי ברעך זיך קאפ ווען דאס קומט אויס... דער דאטום ווערט אויך געשריבן פארקערט, אנשטאט שרייבן 12/25 שרייבט מען 25/12.
די הייזער זענען געבויעט גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע. שוין אפגערעדט פון די אפסטעיט סארט הייזער וועלכע ווערן געבויעט ווי לעגאס (נאר מיט האלץ אנשטאט שפילצייג), נאר אפילו פון די סיטי סארט הייזער. אלע ווערט געבויעט מיט שטארקע דיקע ציגעלנע ווענט, און אלע בנינים אן אויסנאם זענען ווייס (חוץ ממש געציילטע מפני סיבות שונות). כ'בין נישט זיכער צי די סיבה איז די זעלבע ווי ביי די ווייסע קארעלעך אז עס ציעט ווייניגער היץ, אבער מפי השמועה הער איך זאגן אז עפעס א אפמאך האט די מדינה מיט די ווייסע ציגל קאמפאני. ווייטער די פלאר (כ'מיין, די פאדלאגע...) אין די הייזער זענען נישט קיין פארקעי אדער אויקלאט, נאר אויכעט שטארקע שטיינערנע טיילס (עממ, באלאטעס). בקיצור דאס זענען פעסטע שטארקע הייזער וועלכע קענען זיך האלטן הונדערטער יארן. יעדע הויז דארף ע"פ חוקי המדינה האבן א 'חדר אטום' אין פאל פון א באמבע אדער ראקעט ה"י. דער צימער איז גענצליך פארמאכט און האט נאך דיקערע ווענט ווי די געווענליכע צימערן, און דאדורך באשיצט עס בעסער פון די אנגריפן און אטאקעס. אין מערערע הייזער זענען פאראן אזעלכע "לאדענס" איבער די פענסטער וואס דאס ציהט מען אראפ ביינאכט און דאס דינט ווי א מחיצה צווישן דעם הויז און דער גאס, עס לאזט כמעט נישט אדורך קיין גערודער אדער ליכטיגקייט.
די עלעקטריק פלאגס (שטעקער'ס) זענען 220 וואלט און אנדערע סארט שטעכערס. אויב פארט מען אהין דארף מען קויפן א קאנווערטער. ווי אויך די לייט סוויטשעס זעהען אויס אנדערש.
די טוילעט'ס קוקן אויס אנדערש ווי דא, מיטן טאנק וואסער ליגט מער הויך, און עס זענען אסאך מאל פאראן 2 פלאשערס, א קליינע מיט א גרויסע (מיכל קטנה און מיכל גדולה, דאהי הייסט עס Dual Flusher), אבער ביידע פלאשן מיט אזא קראפט אז מען קען שיער אריינגעשלעפט ווערן...
די היימישע געסלאך פון מאה שערים און גאולה זענען ממש היסטאריש. זיי זענען געבויעט געווארן פיל בעפאר די אויטא עפאכע, און דעריבער זענען זיי גאר שמאל. קארס און באסעס שטופן זיך אדורך, ממש נסים... די ווענט זענען אנגעקלעבט מיט כל מיני פלאקאטן – פון ברוך דיין האמת ביז מחאות וחרמות וקנאות – וואס א ספעציעלער "קלעבער" קלעבט ארויף, דורכן אנשמירן א געוויסע קלעב אונטערן און אויפן צעטל.

די עסן
דער סדר האכילה איז גאר אנדערש אין פארשידענע הינזיכטן. ביי מיטאג צייט קומט די גאנצע גאס צו א כמעט שטיל-שטאנד: מען גייט עסן מיטאג! געשעפטן שפארן זיך, אסאך סקול'ס שיקן אהיים די מיידלעך.. מיטאג איז די גרעסטע מאלצייט פונעם טאג, א שטייגער ווי ביי אונז נאכטמאל. נאכטמאל קען מען יוצא זיין מיט אביסל ברויט און גרינצייג, אבער מיטאג איז די עיקר. עס איז געזונטער אויכעט, ווי איידער זיך לייגן שלאפן א קורצע צייט נאך אן איבערגעפילטן נאכטמאל.
די עסנווארג זענען אויך זייער אנדערש, און צומאל מאדנע פאר א פרעמדן. נעם א דוגמא, די מילך באטלעך פון תנובה. עס קומט אין פלעסטיג בעגס (זעקלעך) און מען שניידט אויף א לאך ביי די עק, און מען שטעלט דאס אריין אין ספעציעלע קאנטשאוס געאייגענט דערפאר. קאווע וועט איר כמעט נישט טרעפן די געשמאקע פון דאהי, נאר 'קופה טורקי נמס' וועלכע האט א גאר אנדערן טעם... מאנכע אמעריקאנער גלייכן עס נישט. אין די שוהלן שטעלט מען צו קאווע, אבער נישט קיין קאפס. נאר אפאר גלאזערנע גלעזער וואס יעדער שווענקט זיך איבער.... אין דושינסקי ביהמ"ד בין איך אמאל אריינגעפאלן, האבן זיי געהאט פלעסטיק קאפס. בכלל איז פאום קאפס דארטן א דבר שאינו מצוי, די בעסערע רעסטוראנטן האבן נאר פאפירענע. די געשמאקע אראנדזש דזשוס וועלכע מיר האבן דא איז נישט צום געפינען דארט, נאר געקינצעלטע זיסע סארט, ווי די פרי-גת (ווערט פארקויפט אויך די געשעפטן דאהי), משקה קל, אשכוליות, א.א.וו. דאס זעלבע איז שווער צו טרעפן דארט די גרעיפ דזשוס וואס מיר האבן, זיי האבן גאר אן אנדער מין "מיץ" ווי ביי אונז.
די ברויט איז אויך אביסל אנדערש ווי אין אמעריקע. די ווייץ/מעהל האט אן אנדערן טעם, אבער זיי האבן לכבוד דעם גאר געשמאקע ראללס (לחמניות) און זייער פיינע ראגעלעך. ווי אויך איז פאטעיטע קנישעס (ברקת) דארטן שטארק פאפולער. זיי האבן ספעציעלע געשמאקע בעגס (זעקלעך) פאר די מזונות אפטיילונג, אזא גליטשעדיגע פאפירענעם בעג. חלות באקט מען נישט אין רוב הייזער, נאר עס ווערט געקויפט אין בעקעריי. פיצא דארטן איז אויך אביסל אנדערש ווי אונזערע (כ'גלייך די אמעריקאנע בעסער), און די פרענטש פרייס – וועלכע זיי רופן 'טשיפס', צ'יפס כתיב – איז ע"פ רוב דארטן פיל בעסער ווי פון אונזערע רעסטוראנטן, עס איז מער אויסגעבאקן, קריספי, און זאלציג. סעלמאן פיש און ווייט פיש איז אויך נישט בנמצא דארט. מען נוצט א סארט קלענערע קארפ פיש ווי ביי אונז (גערופן "קרפיון"), וואס אסאך היגע קענען נישט פארליידן, און נעמט אוועק א חלק פונעם עונג שבת. היינט צו טאג זענען שוין פאראן געציילטע געשעפטן וועלכע אימפארטירן סעלמאן פיש, אבער עס איז נישט אזוי גרינג צו באקומען. די טשולענט שבת איז געמאכט ליבערשט פון פאטעיטאס, און נישט מיט בונדלעך ווי מיר האבן.
די דייעט דארטן איז איום ונורא, מען לאכט זיך אויס פון די אלע שטודיעס פון דאקטוירים, מען עסט מכל הבא ליד – עכ"פ די וועלכע פארגינען זיך. ס'רוב היימישע מוטשען זיך פאר א שטיקל ברויט און מאנכע עסן קוים א שטיקל פלייש במשך די וואכן טעג. אבער אפילו די דאזיגע ווען זיי האבן די געלעגנהייט וועלן זיי רוקן הכל בכל. די קאלירטע סאדעס (סופר דרינק, קולה) ענטהאלטן אין זיך פיל מער דזשאנק ווי אונזערע סאדע'ס דאהי, מער זיס, און אלע סארטן קאלירן וועלכע קוקן אויס ווי פעינט, און זיי האבן נישט קיין ר' הערשל מייזעלס וועלכע זאל זיי ווארענען נאכאנאנד. דער עולם רויכערט ווי קוימענ'ס וואו אימער, אין יעדן ביהמ"ד אדער געשעפט, און קיינער קימערט זיך נישט דערמיט. מען עסט ניסלעך און מען קנאקט פאפיטעס (פיצוחים) וואקענדיג אויפן גאס, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.
צוריק צו די רעסטוראנטן (מסעדות). אנדערש ווי דא אין אמעריקע ווי רוב רעסטוראנטן זענען פליישיגע, איז דארט דער מאכל בשר נישט אזוי גאנגבאר ווי דא. רוב וועלן זיין מילכיגע אדער פארווע רעסטוראנטן, מיט פארשידענע מיני דיפס (סאלאטים), טשולענט, סענדוויטשעס (סנדוויצ'ים), מיט אנדערע סארטן עסן, ווי 'שאקשוקא'... פילע עסנווארג למיניהם דארטן זענען מער "האט" און שארף, אפנים די סאברעס גלייכן שארפע עסנווארג מיט שארפע געווירצן. געוויסע רעסטוראנטן זענען אביסל שענער צוגעשטעלט, אפעטיטליך אריינצוגיין; אנדערע איז א גועל נפש, עס טוט זיך א טומל ("א באלאגאן"). נישטא דארטן די מפונקים ווי דא, מען כאפט אן אייערע עסן מיט די שמוציגע הענט אן זיך אפוואשן, נישט יעדער מאכט אן עסק פון די "שטותים"...
דארט איז נישט פאראן א גאנץ יאר אלע סארטן פרוכט, און אימפארטס איז נישט אזוי איינגעפירט ווי ביי אונז. דעריבער זענען פאראן אזעלכע וואס מאכן צב"ש א שהחיינו אויף טרויבן יעדן זומער, וויבאלד ווינטער איז עס נישטא צו באקומען.
"ירושלימ'ע לאקשן קוגל" – איר האט שוין זיכער געהערט דעם אויסדרוק. אין ירושלים איז דער מאכל גאר גאנגבאר, און ביי רוב קידושים שבת צופרי איז דאס דער עיקר מאכל. זיי מאכן דאס ברייט און הויך ווי א רבי'שע שטריימל, אזש נישט יעדער קען עס צוסלייסן. עס ווערט צושניטן דורך א פראפעסיאנאל, וועלכער צושניידט עס סיי אין די הייך און סיי אויף סלייסעס אין די ברייט, מיט א שטארקע פונקטליכקייט. זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז גוט ציפעדיג, אנשטאט צוקער גיסט מען א דאפעלטע דאזע פעפער...
א שטארקע מעלה אין ארץ ישראל איז, אז נישט קיין חילוק וואוהין דו גייסט, איבערן גאנצן לאנד איז פאראן כשר'ע עסן. און ע"פ רוב מיט א גוטע הכשר, אפילו אין געוויסע נישט היימישע האטעלן. אלע טרינקען און אלע אייזקריעמס וכדומה האבן הכשרים.
די וועטער
דארטן איז פיל ווארימער ווי אין ניו יארק. ווינטער קען מען אפט גיין אן א מאנטל, און זומער איז ביטער הייס. אין אסאך פלעצער איז שטיקעדיג און געפערליך יומיד. אין בית שמש איז ערגער ווי ירושלים. גאנץ זומער רעגנט נישט אין א"י (קיינער מאכט נישט סוכות קיין שלאק דארט), קוים וואס אום ווינטער רעגנט! וויפיל עצירת גשמים'ס פאסירט דארט. א שניי, בפרט א שטארקערע, איז גאר א זעלטנהייט, און טאקע אחת היתה ופרסמה הכתוב, לעצטע יאר ביי די גרויסע שניי איז ירושלים געווען ממש פאראליזירט, זיי האבן נישט געקענט הענדלען אזא שניי ווייל זיי זענען נישט געוואוינט דערצו. און איך הער אז אין די קומענדיגע טעג ערווארטן זיי ווידעראמאל א שניי. ס'רוב בני א"י ווען זיי קומען קיין אמעריקע קענען זיי שווער פארנעמען די ביטערע פרעסטן. די זון שיינט אין א"י אויסנאם שטארק, אסאך היגע קענען עס נישט פארנעמען, און אפילו די דארטיגע אויך נישט. דעריבער טרעפט מען גאר אסאך מענטשן טראגן זון-ברילן. עס קען זיך אויך צומאל מאכן "זאמד שטורעמס", א זאך צו וואס מיר זענען נישט געוואוינט.
די שקיעה איז דארטן זייער שנעל. עס נעמט ממש געציילטע מינוטן פון פולע ליכטיגקייט ביז עס ווערט נאכט.

פארשידענס
ירושלים איז פול מיט קעץ. עס זענען פאראן א שלל מיט ווערטלעך אויף די קעצלעך דארט. אבער וואס איז מאדנע, אז די קעצלעך זענען "סאברע'ס", מחוצפים, אן קיין טראפ דרך ארץ פאר די מענטשהייט... אנדערש ווי ביי אונז וואס א קאץ ציטערט אוועק פון א מענטש און וועט אנטלויפן ווען מען קומט נאר נאנט צו זיי, טוען די סאברישע קעצלעך אריינפייפן, זיי קוקן דיר אין פנים אריין און גיבן נישט קיין שאקל פאר דיין פערזענליכקייט... זיי וועלן זיך אפילו וואגן צו זיין א תובע בפה און פארלאנגען עסן אדער טרינקען ווען נויטיג....
אין געוויסע טעכנאלאגישע תחומים זענען די ארץ ישראל'דיגע מער פארגעשריטן ווי אמעריקע. ס'איז ידוע אז סעלפאונ'ס דארטן זענען ארויסגעקומען פיל פריער ווי אין אמעריקע. די היים טעלעפאנען דארטן האבן גאר אן אנדער סארט 'רינג' ווי ביי אונז, עס איז א סאלידע פייף, אנשטאט א רינגטאון ביי אונז, וואס מען קען אויך הערן בשעת מען קאלט אהין (גראדע גלייך איך מער די אמעריקאנע סארט). א אינטרעסאנטע מעלה וואס איז פאראן דארט און נישט אין אמעריקע: אויב רופט איר איינעם קיין א"י און יענער איז ביזי וועט מען הערן א ביזי טאון, אבער טאמער האלטסטו ווייטער דעם טרייבל און דו לאזט קלינגען און יענער לייגט אינמיטן אראפ, וועט יענער הערן קלינגען און דיין ביזי טאון וועט זיך טוישן בשעת מעשה צו א געהעריגן רינגטאון.
געוויסע סערוויסעס און אינפארמאציע ווערט צוגעשטעלט דורך קאודס אויפן טעלעפאן לענגאויס דעם גאנצן לאנד, ווען מען דרוקט אויפן טעלעפאן דעם * קנעפל מיט 4 נומערן. צב"ש אלע אינפארמאציע פון די טראנספארטאציע, טעקסיס, און נאך צענדליגער זאכן. דאס געפינט מען נישט אין אמעריקע.
ניגונים/מוזיק איז אן אנדער וועלט ווי ביי אונז. בשעת אין אמעריקע גייען ראק, דזשעז און פאפ און אנדערע שמות נרדפים, גייען דארטן מער "מיטל-מזרח" סארט ניגונים. שווער מסביר צו זיין מיט ווערטער, אבער צו באקומען אן איידיע, נעם ארויס אן אלבום פון חיים ישראל, אדער מידד טיסה, וועסטו בעסער פארשטיין. די מוזיק דארטן האט עפעס מער אן ערנסטע געפיל ווי די ליידיגע מוזיק דאהי (עכ"פ צו מיין טעיסט). מערקווירדיג אז אונזערע "ווילדע ניגונים" ווי ליפא וכדומה איז דארט נישט פסול, אברהם פריעד און מ.ב.ד. איז קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם, בעת זייערע סארט מוזיק וואס מיר קוקן אויס פיל מער ערנסטער, איז די טמא'נע נגינה דארט... וכמאמר העולם ווי אזוי עס גוי'אישט זיך וכו'...
ביים היימישן עולם איז די מוזיק אויך אנדערש ווי דא. אממערסטנס איז באוואוסט די קלארינעט וואס גיט צו א ירושלימ'ער טעם צום מוזיק. אבער אפילו די איין-מאן-באנד'ס שפילן גראבערע ברעסס'עס און פולערע סאונדס, עיי' ערך מאיר אדלער. די שמחה און טענץ דארטן זענען אויכעט אויף א העכערע מדריגה ווי מיר זענען געוואוינט דאהי.
דער קולטור פון די מענטשן איז אזוי אנדערש ווי דא אז עס איז צום באוואונדערן, און אפט מאל, צום באדויערן. דארטן קענסטו אריינהאקן איינער אינעם צווייטן, נישטא קיין פאלשע עקסיוז מי'ס מיט געמאכטע סארי'ס און העפליכע טענק יו, איי כ'האב אריינגעזעצט אין יענעם? נו, זאל ער זיך איבערדרייען, הו קעירס... יעדער טוט איבעראל כאדם העושה בתוך שלו. מען קען קנאקן פאפיטעס אינמיטן וואקן אויפן גאס אדער זיצענדיג אויף די טרעפן, און ווארפן די מיסט אויף דער ערד... אדער קענסטו ארויסנעמען א גיטאר אדער פויק און זיך אראפזעצן סיי וואו אויפן גאס און זיך נעמען שפילן און האקן... אבער מצד שני האט מען אזויפיל מער אמת'ע רעספעקט פאר א צווייטן. אזויפיל מער געדולד. טיים איז נישט מאני. א מענטש רעדט צו דיר וועט מען דיר אויסהערן און דער גרעסטער חילוני וועט דיר פיל מער גערן א טובה טאן ווי א "נייס" שגץ אין מאנהעטן וועלכע וועט זיך ארויסדרייען מיט א העפליכן סארי.
ווי שוין פריער געשריבן, די כבוד און "שיינער-איד" קרענק איז כמעט נישט צום געפינען דארט. עס פאסט יעדן אלעס (אקעי, כמעט). עלטערע פרומע אידן קענען אויסטוישן א פריינטליכן שמועס מיט א יונגע שנוק וואס גייט קוים א קליין קאפעלע. מען מאכט נישט קיין וועזן פון כבוד שטיק. אפילו די פרומערע אידן דארטן זענען אין א וועג פיל מער פריינטליך און צוגענגליך צו אנדערע, בפרט צו א גאסט. מען וועט נישט מאכן קיין פראבלעם מיט הכנסת אורחים, מען וועט יענעם ארייננעמען אפילו אינעם פיצעלע צובראכענעם הויז, אן זוכן צו געפעלן. דער עולם פירט זיך בדרך כלל אויף מער נאטורליך, אן קיין געמאכטע העפליכקייטן.
אז כ'וועל האבן צייט, וועלן בילדער נאכפאלגן בקרוב בעז"ה.
דערווייל קענט איר מוסיף זיין און אויסשמועסן אלעס ביז אהער.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:פאר יעדן עלינו לשבח זאגט מען ברכו
נישט גוט ארויסגעשריבן פאר דער וואס איז קיינמאל נישט דארט גיוועהן
נאר ביי שחרית און מעריב, ביי מנחה זאגט מען אויך עלינו אבער נישט ברכו
שמעקעדיג האט געשריבן:די עסן
אבער זיי האבן לכבוד דעם זייער פיינע ראגעלעך.
ביסטו ערענסט?
וואס פונקטליך האסט די ליב דערפון? די סעסעמ"י אויף דעם?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זייער גוט אראפגעלייגט, שמעקעדיג.
די בילדער זענען אפשר פון צפניה פינת בר אילן?

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
די געפארעכטס וואס טוט זיך אין א"י איז א סוגיא פאר זיך, צו מ'פארט אויף שמחות, לויות, קברי צדיקים, אדמורי"ם, חוץ לארץ (הכנסת כלה), בקיצור די מדינה פארט אויף רעדער, זעלט צו טרעפן א יוד וואס זיצט איין אויך איין פלאץ.
צייט
נאך א זאך וואס איז דא דארט מער ווי אין יעדער אנדערע מדינה, איז צייט, די עולם דרייט זיך ארום מיט אסאך איבריגע צייט.
מעשה שהי':
איך בין געפארן אמאל אויף גאולה און זיך אפגעשטעלט ביי א קופקע יונגעלייט און זיי געזאגט "איך פאר יעצט קיין מירון, וויל איינער מיטקומען?" (אהין און צוריק איז א מעשה פון לכה"פ זיבן אכט שעה)
קוקען זיי זיך אן איינער דעם צוייטן און דריי חברה שפרונגען אריין אין די קאר.
איך בין אראפ געפארן אפאר גאסן ביז שמואל הנביא, און דארט שטעל איך זיך אפ און איך זאג זיי אז איך האב זיך דערמאנט אז איך דארף עפעס ערלעדיגן היינט, און איך קען נישט יעצט פארן, האבן זיי אלע זיך ווארעם באדאנקט און ארויס פון די קאר. עכ"פ זיי אלע האבן געהאט א שיינע פאר ליידיגע שעה .

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פלעין יודיש האט געשריבן:די פלאר ווערט געוואשען דורך א גוטן ספאנדזשא און די וואסער מבול'ט אראפ פון די מרפסת אהן קיין שום ווארענונג פון פריער
טישאוס ליגן נישט אין קיין באקסעס נאר אין פלעסטיק בעגס
גל פז איז נאכנישט פארמאכט דארט
ביי אינז אין שויער ניצט מען נאר פורט פלוס שעמפאו, דארט ניצט מען נישט קיין שעמפאו בכלל....
דאהי אין אמעריקע איז אויכעט דא הייליגע אכשר דרא'דיגע אידן וועלכע נוצן נישט קיין שעמפאו. אויך דעם שויער באזוכן זיי זייער זעלטן...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אוי שמעקעדיג די בילדער פון די באסעס / טענדערס ברענגען מיר צריק מוראדיגע מעמאריס.
איך האב דאס אלץ בחור אויך געטוהן. ווען איך האב געהאט א רייד קיין מירון בין איך געפארן.
עס איז יעצט גענצליך פארמאכט
ירח בן יומו האט געשריבן:מעשה שהי':
איך בין געפארן אמאל אויף גאולה און זיך אפגעשטעלט ביי א קופקע יונגעלייט און זיי געזאגט "איך פאר יעצט קיין מירון, וויל איינער מיטקומען?" (אהין און צוריק איז א מעשה פון לכה"פ זיבן אכט שעה)
קוקען זיי זיך אן איינער דעם צוייטן און דריי חברה שפרונגען אריין אין די קאר.
איך האב דאס אלץ בחור אויך געטוהן. ווען איך האב געהאט א רייד קיין מירון בין איך געפארן.
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז סאטמאר אויף רחוב יואל דיסערווד אן עקסטערע אפהאנדלונג