בלאט 1 פון 1

שושנים: יישר כח כוכב!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
שטייענדיג נאך די געלונגענעם פאעזיע פארמעסט, איז ענדליך צייט צו געבן קרעדיט פאר דעם וואס פארדינט עס ערליך.

בעת ביי אונז אין דארמיטארי (קרעדיט: כוכב) איז מען געשלאפן, קוים קוים אריינגעקומען עפעס ארטיקלען, קוים עפעס געשמאקע תגובות, און מיר האבן כסדר פארלוירן פיינע ניקס מסלתה ומשמנה פונעם שטיבל, איז אנגעקומען כוכב ווי די חשמונאים בשעתם, ערב חנוכה, און פשוט אויפגעלויכטן און אויפגעראכטן דעם שטיבל, מיט די פראכטיגע שושנים פאעזיע'ס! עס האט אויפגעוועקט אסאך לייבן פון שלאף, דער גאנצער עולם האט זיך אפגעריבן די פארשלאפענע אויגן, אנגעטון די ברילן, און אריינגעשטעקט דעם פינגער אויפן נאז צו רוקן די גלעזער נאנטער צום אויג, און געוואלט זיכער מאכן אז מען זעהט ריכטיג? עס קומט טאקע צו פליסן יעדן טאג הערליכע פאעזיעס איינס נאכן צווייטן, איינס שענער פון צווייטן? דער עולם איז געווארן עקסייטעד און היסטעריש, עס האט אריינגעבלאזן א מין ענטוזיאזם אין שטיבל אשר לא נראה כבושם הזה שוין לאנגע חדשים (איף עווער).

רבותי, מען וואלט געדארפט דעם כוכב'ן באלייקן עד אשר יצא מאפו! קויפן אינאיינעם אן עמעזאן קארטל פון פינף טויזענט דאלער!

טייערע זיסע כוכב! אילו פינו מלא שירה כים וכו', קענען מיר נישט גענוג באדאנקען פאר דעם רוח החיים וואס דו האסט אריינגבלאזן אין דעם פארשלאפענעם דארמעטארי! וכמאמר העולם, ומורגל בפי הבריות: "וואס כוכב קען, קען קיינער"!

יישר כח כוכב! א דאנק! ממך ילמדו וכן יעשו!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:13 pm
דורך פישלע העררינג
מער פון 1500 טעגליכע באזוכער האבן נהנה געוועהן פון די איבערמידליכע און זעלבסטלאזע יגיעה פון איין איינציגע בן בלי שם, המסתתר מאחורי הניק הידוע לתפארת "[tag]כוכב[/tag]".

א חסד של אמת שאינו מצפה לתשלום גמול!

בלויז מיט די כוונה אז ערליכע אידן זאלן האבן וואס צו לייענען על טהרת הקודש.

וככובים לעולם ועד!

א ריזיגע יישר כח, אלף פעמים ככה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:14 pm
דורך פישלע העררינג
און מ'טאר נישט פארגעסן אונזער באליבטע [tag]קעלנער[/tag], העומד הכן לשרת בקודש יעדע מינוט און יעדע שעה, און געשמירט די אויל אויף די רעדער אז ס'זאל פארן ווי ס'ברויך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:21 pm
דורך אפטעמיסט
און די גרעסטע זאך איז אז כוכב איז נישט פארנומען יעצט לויפן אויבן-אן און אפנעמען תעודות און אנערקענונגען, נאר זיצט ווייטער אין בית כבוד און אנטלויפט פארן לעבן פון דעם כבוד וואס איז בורח אחריו. ניטאמאל וועט ער רעאגירן אין דעם אשכול. וואויל איז אונז אז מיר האבן אזא איינעם, אשרינו! יהי רצון שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך, כוכב!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:25 pm
דורך שמעקעדיג
אמת טאקע, קעלנער איז געשטאנען גרייט מיט די לייצעס מן הבוקר ועד הערב, עס קומט אים א באזונדערן דאנק!
און פישעלע, דיר אליין איז אויך נישט אזוי אוועקצומאכן, דו האסט אריינגעארבעט שעות רצופות ווי עס ברויך צו זיין לכבוד שובבי"ם... נישט געוואוסט ביסט אזא מבין אין פאעזיע!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:28 pm
דורך ברסלבער
איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר כוכב וכת דיליה פארן זיך אזוי איבערגעבן און אויפלעבן דאס שטיבל. איך האב באמת זייער הנאה געהאט פון אלע פאעזיעס, כאטש די אויסגאנג פון די וואלן איז נישט געווען אזוי ווי איך האב געקלערט.
דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן בכל מילי דמיטב!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:29 pm
דורך אפטעמיסט
שוין, אבי איינער האט געקלערט אז איך וועל געווינען...

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
לאמיר ספאנסערען א גיפט קארד פאר כוכב. איך בין אין. קעלנער, סארי פאר נאך ארבייט, קענסט עס אפשר מסדר זיין?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:31 pm
דורך [NAMELESS]
מצטרף לדברי רבינו שמעקעדיג בכל מילה, אויך א דאנק פאר די אלע מחברים פארן צישטעלן אזעלכע גאלדענע סחורה,

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:33 pm
דורך לית דין בר נש
רבותי עס איז נישט די גיפט קארד עס איז די געלע שטערן אונטער די נאמען!!!
מען דארף שוין לייגן אונטער כוכב 5 געלע שטערענעס ווער עס האט פראטעקציע ביי די שישקעס זאל זיך פליז אריינלייגן

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
נישט פארגעסן א דאנק פאר פישעלע פאר די רעיטינגס אין פירושים ועוד, כה לחי!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:01 pm
דורך הערשי
יישר כח כוכב.
ס'שטייט די וואך אין רשי, להודיע חיבתן שנמשלו לכוכבים שהוא מוציאן ומביאן בשמות ובמספר. קען מען טאקע טייטשן חיבה אויף כוכב, ער האט געהאלטן אלע שמות המחברים און מסדר געווען די מניינים וואלן. כה לחי!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:02 pm
דורך הערשי
געלער שטערן קלונגט עפעס מאדנע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
ישר כח כוכב!!!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:13 pm
דורך יאיר
גם אני מצטרף. יישר כח כוכב פאר'ן העלפן ארויסברענגען די באהאלטענע טאלאנטן פון אונז אלע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:35 am
דורך פלאוויוס
כוכב טייערער, דאנק ווערטער זענען בעצם נישט גענוג, ווייל דיין ארבעט האט אריינגענומען אסאך צייט און מוח.
איך קלער שוין א צען מינוט וואס א דאנק נוסח צו שרייבן אבער אן ערפאלג. הייסט דאס אז איך האב באמת נישט קיין ווערטער... ובכן זאל דאס זיין במקום ווערטער.

א הארציגן דאנק דיר! באמת!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:07 am
דורך נח געציל
יישר כח כוכב פארן אוועקגעבן דיין צייט לטובת הציבור. ווי אויך די ״קאסטומער סערוויס״ איז געווען אויסערגעווענליך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:11 am
דורך מאטי
כוכב...!! מיין נפש גייט נישט איינרוען ביז איך וועל דיר דערלאנגן א ווארימן האג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:35 pm
דורך פלאוויוס
דארף מען רעדן מיט די אחראים אז זיי זאלן צולייגן א "האג" קנעפל, נעבן דעם "לייק" קנעפל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 3:23 pm
דורך כוכב
ישר כוח אלע מגיבים ובראשם שמעקעדיג. איך שרייב יעצט אן אשכול צום שלוס פון שושנים, דארף מאכן צייט עס צו ענדיגן האפנטליך בקרוב.