בלאט 1 פון 1

אלטע קאמפיוטער געימס

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
נישט יעדער דא איז שוין גענוג אלט צו געדענקען די אמאליגע, נאסטאלאגישע, צוריקגעבליבענע, פשוט'ע אבער מעכטיגע געימס, פון די MS-DOS עפאכע. וואלפענשטיין 3D איימיצער? דוק נוקעם? קאממענדער קיען?
די אלע געימס קענען שוין היינט נישט געשפילט ווערן אויף די נייערע קאמפיוטערס, און נייע ווינדאוס מאשינען.

טאמער אבער בענקט איר דאך צו די אלטע גוטע צייטן, איז דא גוטע נייעס.
דא וועט איר טרעפן א קאלעקציע פון קרוב צו צוויי-א-האלב טויזענט אלטע געימס, וואס קען ווערן געשפילט דירעקט פון אייער בראוזער!

https://archive.org/details/softwarelib ... s_games/v2

ויאכלו ענוים וישבעו, שפילט און האט הנאה!
(געאייגענט פאר ניטל)