בלאט 1 פון 1

איך בין אין א דילעמא, העלפט

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין בעצם א תורה טרייע איד, אין איך ווייס אז די עיקר עסק פין א מענטש דארף זיין נאר אין תורה, פרובור איך טאקע נישט צי שפענדן קיין צייט לריק, אבער איז דאך דא א תאוה עוסק צי זיין בשאר דברים איז אזוי עס איז דא זאכן וואס מען קען פארדעם אוועקגעבן דער חלק פין טאג וואס מען פארברענגט אין בית הכבוד, אבער וואס טוט מען מען מיט זאכן וואס האבן. שייכות מיט תורת ה' אבער איז נישט לערנען ממש אזויווי אקעדמישע ארבעט אויף תורה'דיגע ענינים מחקרים תורה ומדע וכו 'וכו'? מוז מען זיך פארלאזן אז דאס גייט אויך ערגעץ אריין אין לימוד התורה,
קימט אבער דער גרויסער טאג ניטל וואס מען טאר נישט לערנען אין עס מאכט זיך פונקט אז איך וויל עוסק זיין אין אזא ענין, נו וועלך זאגן אז עס איז נישט תורה, נא וואס וועל איך טון לאחר ניטול וועל איך מעגן צוריקדרייען? איך בין זייער באזארגט העלפט ארויס,

ביזדערווייל גיי איך מיר זעצן ליינען אין איך בעט דער עולם זאל אויסארבעטן עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם חס ושלום,

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:02 pm
דורך א איד
ווען מאכט זיך דער פראבלעם לפני או לאחר ניטול?
ביזט א בחור וואס דארף אויספילן א שובבי"ם שעות צעטיל? ווילסטו וויסן אויס דו קענסט דאס קאנסידערן פאר לימוד?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:15 pm
דורך elter-zeide
קענסט באקען חלות לכבוד שבת קודש

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
איי מנהג ישראל 'תורה'?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:50 pm
דורך לעיקוואד
קשיא מעיקרא ליתא, ווייל למ"ד חוששין לניטל אין זה דברי תורה, ווידער למ"ד אין חוששין הרי מותר ללמוד.