די מאראלישע און לעגאלע אומרעכט אין מדינת ישראל'ס אקופאציע
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

אזויווי קאווע שטיבל ליינער האבן זייער א שטארקע ליבשאפט צו נאלעדזש, אמת, און גערעכטיגקייט,
און אזויווי עס איז גאנץ קלאר אז די עולם דא אויף קאווע שטיבל איז נעבעכדיג אומבאקאנט אין די היסטאריע, פאליסיס, און צילן פון מדינת ישראל אין איר באציאונגען מיט די פאלעסטינער, האב איך געקלערט אז עס וואלט געווען נוצבאר ארויפצושטעלן עטליכע ווידיאו'ס איבער די היסטאריע פונעם קאנפליקט און טאגטעגליכן מציאות פון די אקופאציע.
אזויווי רוב ארטיקלען, שמועסן און דעבאטעס וואס באהאנדלען די מ.י.-פאלעסטינע אישו (פון ביידע זייטן) גייען גלייך ארויף צו הויעכע טענער, דעמאגאגיע, פערזענליכע אטאקעס און פיינטשאפט, האב איך אפירגעזוכט צוויי אינטערעסאנטע רואיגע ווידיאו'ס איבער די מדינת ישראל-פאלעסטינער קאנפליקט וואס קענען געבן א טיילווייזע בליק אויף די קאנפליקט פון די פאלעסטינער זייט.
ביידע נערעיטארס זענען אידן, פארשטענדליכע טאלאנטפולע נערעיטערס וואס זענען אינטערעסאנט אויסצוהערן, איינער א מאן און דער צווייטע א פרוי, איינער אן איזראעלי, דאס צווייטע אן אמעריקאנע.
(איך גלייב אז רוב ליינער פון דעם פארום זענען גענוג קלוג צו פארנעמען די צוויי ווידיאו'ס, די ערוואקסענע עניוועי).
מיקאָ פעלעד איז א מדינת ישראל בירגער, דער זון פון א הויכראנגיגע גענעראל אין די מדינת ישראל מיליטער וואס האט געדינט בשעת די זעקס טאגיגע קריג, פון זיין מאמע'ס זייט איז ער לאנגע דורות אן ארץ ישראל'יגער,
ער רעדט וועגן די היסטאריע פון די מדינת ישראל מלחמות מיט די פאלעסטינער און די ציל פון די פופציג יעריגער מ.י. אקופאציע פון די פאלעסטינער געביטן.
Miko Peled, Seattle, October 2012
1:08 שעה.
אַננאַ באלצער איז אן אמעריקאנע אידישע פרוי וואס האט געוויילט עטליכע חדשים אין די מערב ברעג, אין פאלעסטינער שטעטלעך און דערפער, און מיטגעהאלטן זייער טאגטעגליכן לעבן.
Anna Baltzer IWPS
59:28 מינוט.
פון די ערשטע וועבזייטלעך וואס האבן געעפנט מיינע אויגן צו די 'אנדערע' זייט, אנגעפירט דורך אן איזראעלי מיטן נאמען יניב רייך.
Hybrid States מורכב לענדער

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאפקע: אויפ'ן ערשטן ווידעא איז די נארראטאר א זיס אידיש מיידעלע וואס ס'טריפט פון איהר מויל מור ולבונה. און אונזער הארץ דארף דורך דעם צובראכן ווערן פאר די איידלקייט און נעבעכדיגקייט פון די אומשולדיגע פאלעסטינער פליטים.
איך וואלט ענדערש געוואלט זעהן א וידיא קליפ פון די אומצאליגע אכזריות'דיגע רציחות און טעראריזם וואס דיינע פראטאגאניסטן האבן, און טוען נאכאלץ אדורכפיהרן אויף אידישע קינדער. למשל א ווידיא קליפ פון די אכזריות'דיגע קידנעפינג און רציחה פון די דריי טייערע אידשע בחורים. און זייערע משפחות, וועמענס הערצער זענען צובראכן. אויך פון די רציחות און מערדערייען וואס דיינע פאלעסטינער פריינט האבן אדורכגעפיהרט אויף די פויגל משפחה אין א שטילן פרייטיג צו נאכטס פון שבת קודש...!
איך בין א איד. נישט קיין איטאליענער אדער פראנצויזישער אדער דייטשער גוי. ממילא ווערט מיין הארץ נישט בארירט פון די אזויגערופענע ליידן פון די בארבארישע רוצחים. נאר מיין הארץ צוגייט פאר רחמנות אויף די אלע אידישע קינדער וועלכע זענען אומשולדיג דערמארדעט געווארן מיט גרויס אכזריות דורך דיינע פאלעסטינער פריינט. אויך די נעבעכדיג, אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און8 קינדער איבער וועלכע דו לאזסט אזויפיהל טרערן, גייען ארויס און טאנצן און זינגען אין די גאסן פון זייערע שטעט א יעדעס מאל ווען ס'טרעפט ח"ו א טראגעדיע און אידישע קינדער ווערן ברוטאל ערמארדעט דורך דיינע פאלקס מענטשן...!
ווען דזשימי קארטער (דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט) באוויינט דעם נעבעכדיגן מצב פון די אומשולדיגע פאלעסטינער, קענמען עס נאך פארשטיין. אבער איינע וואס רופט זיך מיט א אידישן נאמען זאלל אינסטינקטיוו פילן א שטאך אין הארצן איבער דעם פיין פון די אזוי גערופענע אומשולדיגע פאלעסטינער. דאס איז טאקע א גרויס וואונדער...!..
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)

![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך קען נישט גלייבן אז ישראל האט געטראכט אז די סיבה פארוואס עמיצער נעמט זיך אן פאר מדנ"י אנשטאט די פאלעסטינער איז ווייל ער האט נאכנישט דורכגעקוקט דיזע יוטיוב קליפס וואס ער האט דא אראפגעברענגט. איך ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן, וואספארא נארישקייטן זיי דבר'ן דא. אבער פטור בלי כלום אי אפשר.
דער ערשטער (זון פונעם גענעראל) פארציילט ווי אזוי זיין צוועלעף יעריגע ניס איז געפאלן א קרבן פון א סועסיידער, און וועמען באשולדיגט זי, יא.. מדינת ישראל! זיי האבן נעבעך צעדריקט די פאלעסטינער צו א פוינט אז די איינציגע וועג ווי אזוי צוריקצושלאגן די איזראעלי אפרעשן איז דורך זיך אויפבלאזן וויי וויי וויי.
אבער שפעטער ווען ער איז אריבער דעם גע'אסר'טן רויטן שילד וואס די ראסיסטישע ציוניסטישע לאנד האט געלייגט "בלויז צוליב סעגרעגאציע" האט ער פשוט געטראפן א שלום-ליבהאבענדע פאלק! בכלל נישט קיין מערדערס! אדער טעראריסטן. וואס? מאך אפ דיין מיינד מיסטער שלום עכשיו אקטיוויסט! זענען זיי סועסיידערס מיט א טוויסט? אדער שלום ליבהאבער.
די טעראריסטישע צה''ל'ס איינציגע און בלויזע פליכט איז טעראריזירן די פאלעסטינע אראבער... נעבעך.
בכלל זיינע ראיות ווער ס'האט אנגעהויבן די 1947 67 מלחמות זענען ממש הוילע פאנטאזיעס, אפילו די עגיפטער אליינס וואלט זיך נישט געוואגט צו רעדן אזוי.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
מאטי האט געשריבן:איך קען נישט גלייבן אז ישראל האט געטראכט אז די סיבה פארוואס עמיצער נעמט זיך אן פאר מדנ"י אנשטאט די פאלעסטינער איז ווייל ער האט נאכנישט דורכגעקוקט דיזע יוטיוב קליפס וואס ער האט דא אראפגעברענגט. איך ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן, וואספארא נארישקייטן זיי דבר'ן דא. אבער פטור בלי כלום אי אפשר.
דער ערשטער (זון פונעם גענעראל) פארציילט ווי אזוי זיין צוועלעף יעריגע ניס איז געפאלן א קרבן פון א סועסיידער, און וועמען באשולדיגט זי, יא.. מדינת ישראל! זיי האבן נעבעך צעדריקט די פאלעסטינער צו א פוינט אז די איינציגע וועג ווי אזוי צוריקצושלאגן די איזראעלי אפרעשן איז דורך זיך אויפבלאזן וויי וויי וויי.
אבער שפעטער ווען ער איז אריבער דעם גע'אסר'טן רויטן שילד וואס די ראסיסטישע ציוניסטישע לאנד האט גלייגט "בלויז צוליב סעגרעגאציע" האט ער פשוט געטראפן א שלום-ליבהאבענדע פאלק! בכלל נישט קיין מערדערס! אדער טעראריסטן. וואס? מאך אפ דיין מיינט מיסטער שלום עכשיו אקטיוויסט! זענען זיי סועסיידערס מיט א טוויסט? אדער שלום ליבהאבער.
די טעראריסטישע צה''ל'ס איינציגע און בלויזע פליכט איז טעראריזירן די פאלעסטינע אראבער... נעבעך.
בכלל זיינע ראיות ווער ס'האט אנגעהויבן די 1947 67 מלחמות זענען ממש הוילע פאנטאזיעס, אפילו די עגיפטער אליינס וואלט זיך נישט געוואגט צו רעדן אזוי.
ער ברענגט ארויס אז די זעלבסט מארד טעראריסטן זענען א נישטיגע ציפער (200 זעלבסט מערדער אין די היסטאריע פון די ציוניסטישע-פאלעסטינער קאנפליקט, פון א פאלעסטינער באפעלקערונג פון איבער זעקס מיליאן) און די ציוניסטישע אקופאציע און ברוטאלע קאלאניזאציע שטיפט געוויסע צו ווערן גענוג פארצווייפלט זיך אויפצורייסן.
אין 'קאנטראסט' דערצו ברענגט ער ארויס, אז צווישן די צענדליגע טויזענטער פאלעסטינער וואס ער האט באגעגנט אין זיינע פילע באזוכן אין פאלעסטינער שטעט אין די מערב ברעג, -און די הונדערטער טויזענטער אנדערע פאלעסטינער וואס אנדער איזראעלי אנטי-ציוניסטישע אקטיוויסטן האבן באגעגנט באזוכענדיג פאלעסטינער געגנטער- האט ער קיינמאל נישט אנגעטראפן קיין איין פאלעסטינער וואס זאל אים זוכן צו הרגנען אדער פראבירן צו שעדיגן אויף א צווייטע וועג.
איז טאקע אזוי שווער צו פארשטיין וואס ער זאגט?
פארוואס זענען זיינע ראיות איבער 1947 און 1967 הוילע פאנטאזיעס?
וואס, די עגיפטער גייען נישט מודא זיין אז זיי זענען געווען אזוי שוואך מיליטעריש אין 1967 אז מדינת ישראל האט זיי געקענט אפווישן אין פיר טעג? דאס האבן די מ.י. גענעראלן געזאגט פארן קאבינעט, שטיפנדיג צו קריג.
בערך פיר הונדערט טויזנט פאלעסטינער זענען געווארן פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער פון סוף 1947 ביז עטליכע חדשים אריין אין 1948, נאך פאר אפילו 'איין' אראבישע סאלדאט איז אריינגעקומען אין די גאנצע שטח פון ענגלישע מאנדאט פאלעסטינע!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאפקע: איך וויל דו זאלסט ענטפערן נאר אויף איין נקודה וואס דיין מיקא פעלעד האט אויפגעברענגט. ער טענה'ט אז אין 1947 האבן די אראבערס נישט געהאט קיין ארגאניזירטע ארמיי. לעומת די איזראעלי הגנה. ס'איז דאך אבער א פאקט אז די ארמיי פון טראנסיארדאן איז געווען איינס פון די בעסטע מיליטערישע קרעפטן אין מיטל מזרח. געטרעינט און באוואפנט דורך ענגלאנד...וואס איז דער ענטפער אויף דעם...?
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
בלויז 200 טעראריסטן? ממש... געוואלדיג! ס'קומט זיך זיי א נאבעל פרייז.. איין מינוט פון די זיבן אראבער וואס האבן באקומען א נאבעל, איז טאקע געווען דער וועלטס איש השלום אראפאט.
בד"וו פאר יעדן אונטערדרוקטער רחמנות'דיגער זעלבסטמערדער וואס איז געווען סוקסעספול, האבן די טעראריסטישע ראסיסטישע אכזריות'דיגע צה"ל'ניקעס צושטערט אנדערע טויזענט.
בד"וו פאר יעדן אונטערדרוקטער רחמנות'דיגער זעלבסטמערדער וואס איז געווען סוקסעספול, האבן די טעראריסטישע ראסיסטישע אכזריות'דיגע צה"ל'ניקעס צושטערט אנדערע טויזענט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך פארשטיי נישט וויאזוי קאפקע וואגט זיך צו ברענגען אזוינע כפירה'דיגע דרשות וואס טענה'ן ווי די גאנצע מעשה פון תנ"ך איז קיינמאל נישט געשעהן עפ"ל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאפקע: איך וויל דו זאלסט ענטפערן נאר אויף איין נקודה וואס דיין מיקא פעלעד האט אויפגעברענגט. ער טענה'ט אז אין 1947 האבן די אראבערס נישט געהאט קיין ארגאניזירטע ארמיי. לעומת די איזראעלי הגנה. ס'איז דאך אבער א פאקט אז די ארמיי פון טראנסיארדאן איז געווען איינס פון די בעסטע מיליטערישע קרעפטן אין מיטל מזרח. געטרעינט און באוואפנט דורך ענגלאנד...וואס איז דער ענטפער אויף דעם...?
אז זיי האבן נישט אריינגערעטן אין פאלעסטינע מערב פון די ירדן טייך, און די קריג האט זיך ניטאמאל אנגעפאנגען ביז עטליכע חדשים אריין אין 1948, ווען פיר הונדערט טויזנט פאלעסטינער זענען שוין געווען פארטריבן פון זייערע הייזער.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
זיין גאנצע טענה וועגן 1947 איז אירעלעוואנט ווייניגער אידן מער אראבער קלענער/גרעסערע שטיקל, בעת אין 1917 האבן די בריטישע געשריבן דאס פאלגענדע.
His Majesty's government view with favour the establishment in Palestine of a national home for the Jewish people, and will use their best endeavours to facilitate the achievement of this object, it being clearly understood that nothing shall be done which may prejudice the civil and religious rights of existing non-Jewish communities in Palestine, or the rights and political status enjoyed by Jews in any other country
דאס איז ארויף געגאנגען סיי אויפן וועסט בענק, סיי איסט בענק (הנקרא היום ירדן) און אויך די עזה פאס.
אויב די אראבער האבן טענות זאלן זיי זיך ווענדן צו ענגלאנד אדער די ליעג אף נעשאנס.
His Majesty's government view with favour the establishment in Palestine of a national home for the Jewish people, and will use their best endeavours to facilitate the achievement of this object, it being clearly understood that nothing shall be done which may prejudice the civil and religious rights of existing non-Jewish communities in Palestine, or the rights and political status enjoyed by Jews in any other country
דאס איז ארויף געגאנגען סיי אויפן וועסט בענק, סיי איסט בענק (הנקרא היום ירדן) און אויך די עזה פאס.
אויב די אראבער האבן טענות זאלן זיי זיך ווענדן צו ענגלאנד אדער די ליעג אף נעשאנס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי קאפקע וואגט זיך צו ברענגען אזוינע כפירה'דיגע דרשות וואס טענה'ן ווי די גאנצע מעשה פון תנ"ך איז קיינמאל נישט געשעהן עפ"ל.
און.... די ספיטש איז אין א תיפלה.
אבער וואס קען איך טון אז סאטמארע דרשות גייט קיינער נישט אנקוקן, פאלעסטינער עדות גייט מען נישט אויסהערן, און אייראפעאישע אדער אמעריקאנער גוים אנטי ציוניסטן זענען דאך סתם אנטיסעמיטישע רשעים, איך דארף ברענגען א פרא פאלעסטינער אקטיוויסט וואס קומט פון אן אנגעזעענע מיליטערישע משפחה און געבוירן אין די איזראעלי קולטור, מיט עטוואס קרעדיביליטי מען זאל אפילו אויסהערן א ווארט.
באמת איז עס בכלל נישט נוגע צו גאנצן שמועס, ער דערמאנט עס נאר די ערשטע מינוט-מינוט אהאלב.
(בדיעבד קען מען זאגן אז ער לייקנט נישט מיט א זיכערקייט אין די היסטארישע עקזיסטעץ פון דוד המלך (ח"ו), ער ברענגט נאר ארויס ווי די איזראעליס פארטרייבן דרייסיג טויזנט פאלעסטינער פון סילוואן אין מזרח ירושלים, אויפצושטעלן עיר דוד, וואס ער טענהט אז די איזראעליס האבן נאכנישט געטראפן דארט קיין שום וויכטיגע ארכעאלעגישע געפינסן וואס קומט פון די צייטן פון דוד המלך).
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז נוגע ווייל עס ווייזט שוין ביים אנהייב ווי אביעקטיוו ער איז. בעצם דארף מען דאס נישט ער איז שוין גלייך מודה ביים אנהייב אז ער איז נישט. עס איז טאקע א וויכוח וועגן דער ארכיאלאגיע אבער ער מאכט זיך נישט צוטוהן דערפון נאר ברענגט איין קיצונישע דעה כאילו דאס איז די גאנצע זאך. איז וואס ווילסטו פון אונז?
די מעשה וועגן ארויסווארפען 30 טויזנט אראבער פון דארט פאר דעם איז ככל הנראה קיינמאל נישט געשעהן. עכ"פ כ'האב נישט געטראפען קיין מקור דערצו און קענסט נאך היינט גיין דארט זעהן וויפיל אראבער וואוינען דארט און ווי גרויס די ארכיאלאגישע פארק דאס איז זעהן אז דאס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
די מעשה וועגן ארויסווארפען 30 טויזנט אראבער פון דארט פאר דעם איז ככל הנראה קיינמאל נישט געשעהן. עכ"פ כ'האב נישט געטראפען קיין מקור דערצו און קענסט נאך היינט גיין דארט זעהן וויפיל אראבער וואוינען דארט און ווי גרויס די ארכיאלאגישע פארק דאס איז זעהן אז דאס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
מאטי האט געשריבן:זיין גאנצע טענה וועגן 1947 איז אירעלעוואנט ווייניגער אידן מער אראבער קלענער/גרעסערע שטיקל, בעת אין 1917 האבן די בריטישע געשריבן דאס פאלגענדע.
His Majesty's government view with favour the establishment in Palestine of a national home for the Jewish people, and will use their best endeavours to facilitate the achievement of this object, it being clearly understood that nothing shall be done which may prejudice the civil and religious rights of existing non-Jewish communities in Palestine, or the rights and political status enjoyed by Jews in any other country
דאס איז ארויף געגאנגען סיי אויפן וועסט בענק, סיי איסט בענק (הנקרא היום ירדן) און אויך די עזה פאס.
אויב די אראבער האבן טענות זאלן זיי זיך ווענדן צו ענגלאנד אדער די ליעג אף נעשאנס.
עס איז דא א צווייטע האלב אויך, nothing shall be done with may prejudice the the civil and religious right of existing non-Jewish communities in Palestine.
איז נישט נאר זע איך נישט וואו דו זעסט אז עס מיינט דווקא גאנץ פאלעסטינע, נאר קוקן מיט א גוט אויג אויף, און וועלן טון זייער בעסטע צוצוהעלפן צו דעם ציל איז נישט א גאר שטארקע לשון אדער צוזאג פאר א ציוניסטישע לאנד.
די ליגע פון פעלקער עקזיסטירט שוין נישט פאר זעכציג יאר, און בשעת די דעקלעראציע האבן די פאלעסטינער טאקע זייער שטארק פראטעסטיט דערקעגן, נאר וואס האבן זיי געזאלט טון אז קיינער האט זיי נישט אויסגעהערט?
אויך דארף מען געדענקען אז אין 1917 האט די אידישע באפעלקערונג אין פאלעסטינע באטראפן ווייניגער ווי אכט פראצענט פון די באפעלקערונג!
אין 1947 האבן די ציוניסטישע אינטערעסן געאונט ווייניגער ווי זיבן פראצענט פון די לאנד אין פאלעסטינע מערב פון די ירדן!
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
די קליפ פון באלצער האב איך געקוקט, הגם נישט אינגאנצען, און יא, כ'בין מודה אז די מעשה מיט די טראגעדיגע פרוי איז א טראגעדיע, אבער... לאמיך דיר ווייזן א צווייטער קליפ אויף יו-טוב וואס זי וויל נישט זאלסט זען.
א פאלעסטינע פרוי קומט אן צו א טשעק-פוינט אין די מעריב ברעג און בעט זיך ביי די סאלדאטן אז זי מוז זאפארט אנקומען אין שפיטאל. די סאלדאטן זענען איר אבער חושד און הייסן איר זיך אויסטון די בעקיטשע, העמד און אפילו די הויזן. יעצט שטעלט ענק פאר וויאזוי באלצער וואלט פארפירט ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז די פרוי איז אימשולדיג... ס'הייסט? מ'צווינגט א פרוי זיך אויסצוטון די הויזן ווען זי שרייט זי דארף א שפיטאל?? געוואלד געשריגן!
דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די פרוי האט געהאט א באמבע און זיך געפלאנט אויפצורייסן אינעם שפיטאל וואו זי האט געוואלט גיין. עד כאן המעשה.
יעצט, וואס אין דער וועלט, למעשה, וויל זי אז די ישראלים זאלן טון? נישט קוקן? איך בין אויך א שטיקל לינקער (אמאל אמאל) אבער איגנארענץ האט אויך א שיעור.
א פאלעסטינע פרוי קומט אן צו א טשעק-פוינט אין די מעריב ברעג און בעט זיך ביי די סאלדאטן אז זי מוז זאפארט אנקומען אין שפיטאל. די סאלדאטן זענען איר אבער חושד און הייסן איר זיך אויסטון די בעקיטשע, העמד און אפילו די הויזן. יעצט שטעלט ענק פאר וויאזוי באלצער וואלט פארפירט ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז די פרוי איז אימשולדיג... ס'הייסט? מ'צווינגט א פרוי זיך אויסצוטון די הויזן ווען זי שרייט זי דארף א שפיטאל?? געוואלד געשריגן!
דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די פרוי האט געהאט א באמבע און זיך געפלאנט אויפצורייסן אינעם שפיטאל וואו זי האט געוואלט גיין. עד כאן המעשה.
יעצט, וואס אין דער וועלט, למעשה, וויל זי אז די ישראלים זאלן טון? נישט קוקן? איך בין אויך א שטיקל לינקער (אמאל אמאל) אבער איגנארענץ האט אויך א שיעור.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:זיין גאנצע טענה וועגן 1947 איז אירעלעוואנט ווייניגער אידן מער אראבער קלענער/גרעסערע שטיקל, בעת אין 1917 האבן די בריטישע געשריבן דאס פאלגענדע.
His Majesty's government view with favour the establishment in Palestine of a national home for the Jewish people, and will use their best endeavours to facilitate the achievement of this object, it being clearly understood that nothing shall be done which may prejudice the civil and religious rights of existing non-Jewish communities in Palestine, or the rights and political status enjoyed by Jews in any other country
דאס איז ארויף געגאנגען סיי אויפן וועסט בענק, סיי איסט בענק (הנקרא היום ירדן) און אויך די עזה פאס.
אויב די אראבער האבן טענות זאלן זיי זיך ווענדן צו ענגלאנד אדער די ליעג אף נעשאנס.
עס איז דא א צווייטע האלב אויך, nothing shall be done with may prejudice the the civil and religious right of existing non-Jewish communities in Palestine.
איז נישט נאר זע איך נישט וואו דו זעסט אז עס מיינט דווקא גאנץ פאלעסטינע, נאר קוקן מיט א גוט אויג אויף, און וועלן טון זייער בעסטע צוצוהעלפן צו דעם ציל איז נישט א גאר שטארקע לשון אדער צוזאג פאר א ציוניסטישע לאנד.
די ליגע פון פעלקער עקזיסטירט שוין נישט פאר זעכציג יאר, און בשעת די דעקלעראציע האבן די פאלעסטינער טאקע זייער שטארק פראטעסטיט דערקעגן, נאר וואס האבן זיי געזאלט טון אז קיינער האט זיי נישט אויסגעהערט?
אויך דארף מען געדענקען אז אין 1917 האט די אידישע באפעלקערונג אין פאלעסטינע באטראפן ווייניגער ווי אכט פראצענט פון די באפעלקערונג!
אין 1947 האבן די ציוניסטישע אינטערעסן געאונט ווייניגער ווי זיבן פראצענט פון די לאנד אין פאלעסטינע מערב פון די ירדן!
ווייל די אלע פלעצער וואס כ'האב אויסגערעכנט האט מען דאן גערופן פאלעסטינע.
צו ס'איז געווען פרעזדשעדוס צו נישט קען מען זיך מתווכח זיין ביז.... די אידן זאגן אז זיי וואלטן נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו לעבן צוזאמען מיט פרידליכע אראבער. ס'לעבן היינט צוויי מיליאן אראבער זיי זענען אין כנסת, אין בג"ץ, קוקט נישט אויס פרעזדשודעס צו מיר.
א נאציאנאלער היים פאר אידן איז נישט גענוג קלאר? וואס נאך ווילסטו?
די אראבער האבן נישט מסכים געווען? נו.. בעד לאק, זיי האבן טאקע געוואוינט דארטן אבער זיי האבן נישט געהאט קיין מלוכה, וואלוטע, פאליציי. אלזא חוץ קרומען מיט די נאז האבן זיי טאקע גארנישט געקענט טון.
וואלטן זיי געהאט אביסעלע שכל וואלטן זיי אויפגענומען די אידן מיט פריינדשאפט און זיי וואלטן היינט גענאסן אלע בענעפיטן וואס די אידישע לאנד שטעלט מיט זיך פאר אין די לעצטע 70 יאר וואס די אראבער האבן נישט באוויזן צו חלומ'ן צו טון אין די לעצטע פופצן הונדערט יאר.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נוגע ווייל עס ווייזט שוין ביים אנהייב ווי אביעקטיוו ער איז. בעצם דארף מען דאס נישט ער איז שוין גלייך מודה ביים אנהייב אז ער איז נישט. עס איז טאקע א וויכוח וועגן דער ארכיאלאגיע אבער ער מאכט זיך נישט צוטוהן דערפון נאר ברענגט איין קיצונישע דעה כאילו דאס איז די גאנצע זאך. איז וואס ווילסטו פון אונז?
די מעשה וועגן ארויסווארפען 30 טויזנט אראבער פון דארט פאר דעם איז ככל הנראה קיינמאל נישט געשעהן. עכ"פ כ'האב נישט געטראפען קיין מקור דערצו און קענסט נאך היינט גיין דארט זעהן וויפיל אראבער וואוינען דארט און ווי גרויס די ארכיאלאגישע פארק דאס איז זעהן אז דאס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
עיר דוד - סילוואן
א געגנט אין מזרח ירושלים פון 55,000 פאלעסטינער איינוואוינער, א באריכט פון לעצטע יאר שרייבט אז 64% פון די פאלעסטינער הייזער זענען אונטער דעמאלישן ארדערס.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:די קליפ פון באלצער האב איך געקוקט, הגם נישט אינגאנצען, און יא, כ'בין מודה אז די מעשה מיט די טראגעדיגע פרוי איז א טראגעדיע, אבער... לאמיך דיר ווייזן א צווייטער קליפ אויף יו-טוב וואס זי וויל נישט זאלסט זען.
א פאלעסטינע פרוי קומט אן צו א טשעק-פוינט אין די מעריב ברעג און בעט זיך ביי די סאלדאטן אז זי מוז זאפארט אנקומען אין שפיטאל. די סאלדאטן זענען איר אבער חושד און הייסן איר זיך אויסטון די בעקיטשע, העמד און אפילו די הויזן. יעצט שטעלט ענק פאר וויאזוי באלצער וואלט פארפירט ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז די פרוי איז אימשולדיג... ס'הייסט? מ'צווינגט א פרוי זיך אויסצוטון די הויזן ווען זי שרייט זי דארף א שפיטאל?? געוואלד געשריגן!
דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די פרוי האט געהאט א באמבע און זיך געפלאנט אויפצורייסן אינעם שפיטאל וואו זי האט געוואלט גיין. עד כאן המעשה.
יעצט, וואס אין דער וועלט, למעשה, וויל זי אז די ישראלים זאלן טון? נישט קוקן? איך בין אויך א שטיקל לינקער (אמאל אמאל) אבער איגנארענץ האט אויך א שיעור.
זי רעדט דאך גאנץ קלאר פון א שפיטאל 'אין' די מערב ברעג, רוב רובם פון די טשעקפוינטס זענען אין די מערב ברעג צווישן איין שטאט אדער דארף און צווייטן.
איך וועל דיר מודה זיין גאנץ קלאר, ווען זיי בויען ווען די מויער אויף די גרינע ליניע, און האבן די טשעקפוינטס ווען פאלעסטינער ווילן אריינקומען אין ירושלים און גרין ליין מדינת ישראל וואלט איך עס פארשטאנען.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
בערך פיר הונדערט טויזנט פאלעסטינער זענען געווארן פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער פון סוף 1947 ביז עטליכע חדשים אריין אין 1948, נאך פאר אפילו 'איין' אראבישע סאלדאט איז אריינגעקומען אין די גאנצע שטח פון ענגלישע מאנדאט פאלעסטינע!
דער סטעיטמענט איז היבש פארפירנד. די אפיציעלע מלחמת השיחרור ווען די קאאליציע פון פרעמדע ארמייען האבן אינוואדירט מדינת ישראל האט זיך טאקע אנגעהויבן אינמיטן 48', אבער די קאנפליקטן מיט די דארטיגע אראבער, וואס האבן געצילט גאנץ קלאר צו זיכער מאכן אז די מדינה ווערט נישט אויפגעשטעלט, האט זיך שוין אנגעהויבן סאך פריער.
און איך דארף דיר נישט זאגן וואספארא סוף די אידן וואלטן געהאט ווען די אראבער געווינען דעם קריג. א פליטים פראבלעם איז א שפילעכל קעגן די רציחות וואס וואלטן זיך אפגעטון.
דא האסטו פון דעם פראמינענטן היסטאריקער בעני מאריס, באקאנט מיט זיין שארפע קריטיק אויף די התנהגות פון די הגנה ביים מלחמת השחרור:
The Palestinian Arabs were not responsible "in some bizarre way" (David Norris, January 31st) for what befell them in 1948. Their responsibility was very direct and simple.
In defiance of the will of the international community, as embodied in the UN General Assembly Resolution of November 29th, 1947 (No. 181), they launched hostilities against the Jewish community in Palestine in the hope of aborting the emergence of the Jewish state and perhaps destroying that community. But they lost; and one of the results was the displacement of 700,000 of them from their homes.
It is true, as Erskine Childers pointed out long ago, that there were no Arab radio broadcasts urging the Arabs to flee en masse; indeed, there were broadcasts by several Arab radio stations urging them to stay put. But, on the local level, in dozens of localities around Palestine, Arab leaders advised or ordered the evacuation of women and children or whole communities, as occurred in Haifa in late April, 1948. And Haifa's Jewish mayor, Shabtai Levy, did, on April 22nd, plead with them to stay, to no avail.
Most of Palestine's 700,000 "refugees" fled their homes because of the flail of war (and in the expectation that they would shortly return to their homes on the backs of victorious Arab invaders). But it is also true that there were several dozen sites, including Lydda and Ramla, from which Arab communities were expelled by Jewish troops.
The displacement of the 700,000 Arabs who became "refugees" - and I put the term in inverted commas, as two-thirds of them were displaced from one part of Palestine to another and not from their country (which is the usual definition of a refugee) - was not a "racist crime" (David Landy, January 24th) but the result of a national conflict and a war, with religious overtones, from the Muslim perspective, launched by the Arabs themselves.
There was no Zionist "plan" or blanket policy of evicting the Arab population, or of "ethnic cleansing". Plan Dalet (Plan D), of March 10th, 1948 (it is open and available for all to read in the IDF Archive and in various publications), was the master plan of the Haganah - the Jewish military force that became the Israel Defence Forces (IDF) - to counter the expected pan-Arab assault on the emergent Jewish state. That's what it explicitly states and that's what it was. And the invasion of the armies of Egypt, Jordan, Syria and Iraq duly occurred, on May 15th.
It is true that Plan D gave the regional commanders carte blanche to occupy and garrison or expel and destroy the Arab villages along and behind the front lines and the anticipated Arab armies' invasion routes. And it is also true that mid-way in the 1948 war the Israeli leaders decided to bar the return of the "refugees" (those "refugees" who had just assaulted the Jewish community), viewing them as a potential fifth column and threat to the Jewish state's existence. I for one cannot fault their fears or logic.
The demonisation of Israel is largely based on lies - much as the demonisation of the Jews during the past 2,000 years has been based on lies. And there is a connection between the two.
I would recommend that the likes of Norris and Landy read some history books and become acquainted with the facts, not recycle shopworn Arab propaganda. They might then learn, for example, that the "Palestine War" of 1948 (the "War of Independence," as Israelis call it) began in November 1947, not in May 1948. By May 14th close to 2,000 Israelis had died - of the 5,800 dead suffered by Israel in the whole war (ie almost 1 per cent of the Jewish population of Palestine/Israel, which was about 650,000). - Yours, etc,
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
וואס וויל מען נעבעך פון די אונטערדרוקטע אראבער וואס מ'האט צוגערויבט , [-איך מיין געשנארט] א לאנד פון די ענגלענדער, די ארעמע נעבעכדיגע אראבער האבען אויכעט אזוי שטארק געקענט באשטיין צו האבען [נאך] א לאנד [אויסער זייער הונדערט פופציג מדינות אין מיטעל מזרח], און דא זענען די יודישע אגרעסערס געקומען און ברוטאל באקומען די לאנד פאר זיך, און לא די אז די ציוניסטישע לאנד גרעבערס [כאפערס] האבען גענומען - באקומען די לאנד, וואגען זיי זיך נאך צו בויען שטעטלעך אין די אקופירטע געביטען וואס זיי האבען ברוטאל צוגענומען ווען די ארומיגע אראבישע שעפעלעך זענען געקומען מלחמה האלטען מיט זיי און געוואלט מיט זייער גרויס רחמנות און מידת החסד אויסשיסען און אריינשטופען אלע יודען פון לאנד אין ים אריין, און אנשטאט וואס די ציונים זאלען ארויסווייזען אביסעל מענטשליכקייט און צוליב טוהן פאר די אראבער און געבען א שטארב אפ, האבען די אכזריותדיגע אגרעסערס גאר געכאפט נאך לאנד אויף זיך אויסצושפרייטען און אויף צו פארמיידען נאך אזעלכע ליבליכע און הארציגע אנפאלען פון די אומשולדיגע נעבעכדיגע אראבישע שכנים.
אזוי אויך אין די לעצטע זיבעציג יאר טרעפט זיך שטענדיג צובראכענע אראבער [וואס די פארשאלטענע ציונים רופען נאך מיט חוצפה אהן 'טעראריסטען'] און טועהן איידעלערהייט אומברענגען יודישע קינדער אנשים נשים וטף, מיט באמבעלעך, שיסערייען שטעכערייען, קידנעפינג און שחיטות,
און ס'טרעפט זיך נאך נארישע מענטשעלעך וואס אנשטאט רחמנות האבען אויף די איידעלע נעבעכדיגע אראבישע פליטים, ווערען זיי אכזרים און שיסען פעך און שוועבעל אויף די אראבער, כאילו זיי זענען עפעס מיליטאנטען און טעראריסטען.
ס'דערמאנט מיך פון לעצטיגע עפיזאדען אין אמעריקא, וואו די זעלבע סארט איגנאראנץ שפילט זיך אפ, ווען אומשולדיגע פרידליכע איידעלע פראים [צווישען זיי פיהל היימלאזע פארשוינען - אויכעט א בחינה פון פליטים] האבען זיך ארויסגעלאזט אין א מאסען רעטונגס פראיעקט, צו אפראטעווען די לאנד פון די טעראריסטען און אגרעסערס, די מאפיאנערישע פאליציי מאכט, וואס ברענגט אונטער די לאנד, און פארארבעט אהן די גרעסטע מאס גניבות און רציחות אין לאנד, און פארשטענדליך שטערען זיי די היימלאזע און זייערע ברידער און קליקעס פון פירען די לאנד אויף זייער מהלך מיט יושר און רעכטיגקייט, ביז ממש בלית ברירה האבען זיי קאלטבלוטיג אראפגעשאסען צוויי פינסטערע מאפיאנערישע פאליציי אפיצירען [וועלכע זענען פונקט רואיג געזיצען היטען אויף איינע פון זייערע טיער גארטען'ס]
אויך דא זענען דא קורצקעפיגע מענטשען ווועלכע וועלען זיך נאך אננעמען אויף די אגרעסערס וואס מאכען חרוב דאס פרידען אין לאנד, און זיין מלא כעס וחימה אויף די נעבעכדיגע אומשוליגע חיות וועלכע זוכען נאר איין זאך, ס'זאל זיין שלום און פרידען אין לאנד![אן קיין אויסדרוק :|](./images/smilies/icon_neutral.gif)
אזוי אויך אין די לעצטע זיבעציג יאר טרעפט זיך שטענדיג צובראכענע אראבער [וואס די פארשאלטענע ציונים רופען נאך מיט חוצפה אהן 'טעראריסטען'] און טועהן איידעלערהייט אומברענגען יודישע קינדער אנשים נשים וטף, מיט באמבעלעך, שיסערייען שטעכערייען, קידנעפינג און שחיטות,
און ס'טרעפט זיך נאך נארישע מענטשעלעך וואס אנשטאט רחמנות האבען אויף די איידעלע נעבעכדיגע אראבישע פליטים, ווערען זיי אכזרים און שיסען פעך און שוועבעל אויף די אראבער, כאילו זיי זענען עפעס מיליטאנטען און טעראריסטען.
ס'דערמאנט מיך פון לעצטיגע עפיזאדען אין אמעריקא, וואו די זעלבע סארט איגנאראנץ שפילט זיך אפ, ווען אומשולדיגע פרידליכע איידעלע פראים [צווישען זיי פיהל היימלאזע פארשוינען - אויכעט א בחינה פון פליטים] האבען זיך ארויסגעלאזט אין א מאסען רעטונגס פראיעקט, צו אפראטעווען די לאנד פון די טעראריסטען און אגרעסערס, די מאפיאנערישע פאליציי מאכט, וואס ברענגט אונטער די לאנד, און פארארבעט אהן די גרעסטע מאס גניבות און רציחות אין לאנד, און פארשטענדליך שטערען זיי די היימלאזע און זייערע ברידער און קליקעס פון פירען די לאנד אויף זייער מהלך מיט יושר און רעכטיגקייט, ביז ממש בלית ברירה האבען זיי קאלטבלוטיג אראפגעשאסען צוויי פינסטערע מאפיאנערישע פאליציי אפיצירען [וועלכע זענען פונקט רואיג געזיצען היטען אויף איינע פון זייערע טיער גארטען'ס]
אויך דא זענען דא קורצקעפיגע מענטשען ווועלכע וועלען זיך נאך אננעמען אויף די אגרעסערס וואס מאכען חרוב דאס פרידען אין לאנד, און זיין מלא כעס וחימה אויף די נעבעכדיגע אומשוליגע חיות וועלכע זוכען נאר איין זאך, ס'זאל זיין שלום און פרידען אין לאנד
![אן קיין אויסדרוק :|](./images/smilies/icon_neutral.gif)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
עס איז אינטערעסאנט ווי ביי דעם מדינת ישראל/ פאלעסטינע קאנפליקט, וועלכע איז ווארשיינליך איינס פון די מערסט קאמפליצירסטע און נואנסד געפעכטן אין היסטאריע, מצד רעליגיע, פאליטיק, מאראל, היסטאריע, ועוד, האט יעדער איינער אזא זיכערער, קריסטאל קלארער מיינונג איבער ווער עס איז דער רשעות'דיגער רודף און ווער איז דער אומשולדיגער נרדף, בו בזמן וואס אויף כמעט יעדער ארגומענט לטובת איין צד קען מען ברענגען א קאונטער ארגומענט לטובת דעם פארקערטן צד.
עניוועי, עס איז נישט שיין אז מיר לאזן ישראל קאפקע אליין פארטיידיגן די זייט פון די אראבער, ממש ווי א ישראל בין שבעים זאבים. עס איז נישט קיין בית דין שקול. אויב קיינער וועט נישט וואלונטירן צו מיטשטיין מיט ישראל'ן וועל איך מוזן נעמען די לייצעס אין די האנט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
יאיר, טו דאס נישט. איך בעט דיך!
כ'בין נעכטן נאכט געזעסן שעות לאנג איבער'ן קאמפיוטער און געשריבן, אבער אינדערפרי האב איך באשלאסן נישט מפרסם צו זיין וואס כ'האב געשריבן (אויסער דאס ביסל וואס כ'האב יא מפרסם געווען...) אויב דו וועסט זיך צושטעלן צו קאפקע, וועל איך אויך מוזן אריינשפרינגען מיט לענגערע עסייען, און כ'האב מאמענטאל נישט קיין כח.
פארשטייט זיך, אז ס'איז נאר געזאגט מיט א שמייכל. למעשה קענסטו טון וואס דו ווילסט (ווילאנג דו טוסט עס מיט רחמנות). פריער אדער שפעטער וועל איך מסתמא סיי ווי אריינשפרינגען, נאר אזעלכע ויכוחים זענען געווענליך שרעקליך אויסמוטשענד.
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
כ'בין נעכטן נאכט געזעסן שעות לאנג איבער'ן קאמפיוטער און געשריבן, אבער אינדערפרי האב איך באשלאסן נישט מפרסם צו זיין וואס כ'האב געשריבן (אויסער דאס ביסל וואס כ'האב יא מפרסם געווען...) אויב דו וועסט זיך צושטעלן צו קאפקע, וועל איך אויך מוזן אריינשפרינגען מיט לענגערע עסייען, און כ'האב מאמענטאל נישט קיין כח.
פארשטייט זיך, אז ס'איז נאר געזאגט מיט א שמייכל. למעשה קענסטו טון וואס דו ווילסט (ווילאנג דו טוסט עס מיט רחמנות). פריער אדער שפעטער וועל איך מסתמא סיי ווי אריינשפרינגען, נאר אזעלכע ויכוחים זענען געווענליך שרעקליך אויסמוטשענד.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נוגע ווייל עס ווייזט שוין ביים אנהייב ווי אביעקטיוו ער איז. בעצם דארף מען דאס נישט ער איז שוין גלייך מודה ביים אנהייב אז ער איז נישט. עס איז טאקע א וויכוח וועגן דער ארכיאלאגיע אבער ער מאכט זיך נישט צוטוהן דערפון נאר ברענגט איין קיצונישע דעה כאילו דאס איז די גאנצע זאך. איז וואס ווילסטו פון אונז?
די מעשה וועגן ארויסווארפען 30 טויזנט אראבער פון דארט פאר דעם איז ככל הנראה קיינמאל נישט געשעהן. עכ"פ כ'האב נישט געטראפען קיין מקור דערצו און קענסט נאך היינט גיין דארט זעהן וויפיל אראבער וואוינען דארט און ווי גרויס די ארכיאלאגישע פארק דאס איז זעהן אז דאס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
עיר דוד - סילוואן
א געגנט אין מזרח ירושלים פון 55,000 פאלעסטינער איינוואוינער, א באריכט פון לעצטע יאר שרייבט אז 64% פון די פ
אלעסטינער הייזער זענען אונטער דעמאלישן ארדערס.
וויאזוי פון 50 מתנחלים וואס האבען זיך דארט באזעצט ברשות צו שלא ברשות איז געווארען א גזירת גירוש אויף דרייסיג טויזנט אראבער?
דער ארטיקל שאתה מציין זעה איך נישט, אבער ידוע לכל מי שהיה פעם בישראל אז דעמאלישין ארדערס מיינט בסך בכל אז מען האט געבויט אן א פערמיט פון די ציונים, און אז אין מזרח ירושלים איז די מנהג המקום נישט נעמען קיין פערמיט און די ארדערס ווערן כמעט קיינמאל ענפארסירט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~