השגחה פרטית ~ א טעלעפאן רוף פון עולם העליון
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:49 pm
זיצט זיך אן איידעלע ענגליש אידל אין איינע פון די אמעריקאנע סטעיטס, שוין יארן האט ער נישט באזוכט זיין היימלאנד, ענגלאנד. שוין יארן וואס ער האט נישט געזען זיין מאמען, ער קען פשוט נישט אהין פארן צוליב געוויסע אימיגראציע קאמפליקאציעס.
די מאמע איז שוין א פארעלטערטע אידענע, וואוינט אין לונדון, און זייענדיג אז דער מאן איז שוין נפטר געווארן און דער איינציגסטע קינד אירע, וואוינט אין די מרחקים אין אמעריקא און ער קען נישט קומען צו גיין, האט זי באשלאסן זיך אריינצוזעצן אין אן "אלטעסהיים" אויסצולעבן אירע יארן, טראצדעם וואס זי איז נאך געווען פיזיש געזונט, און וואלט באמת זיך געקענט אליין אן עצה געבן, דאך האט זי געשפירט אז עס איז נישט קיין תכלית צו זיצן אליין און ווער ווייסט וואס דער נעקסטע מינוט וועט ברענגען, דעריבער האט זי באשלאסן זיך אהין ארייצוציען.
טאג איין טאג אויס האט די מאמע פארבראכט מיט'ן זון אויפן טעלעפאן, זיך נאכגעפרעגט אויף די קינדער וכדו'.
אין איין העלן טאג באקומט דער זון א טעלעפאן רוף פון די אלטעסהיים, אויפן טעלעפאן איז געווען דער סעקרעטארשע פונעם "האום", וואס האט מיט צער איינגעמאלדן דעם איד אז ל''ע די מאמע איז נפטר געווארן.
א שווייס האט ארומגענומען דער איד, נאך נעכטן האט ער גערעדט צו איר, זי איז געווען אזוי גוטמוטיג און אויפגעלייגט און דא פון איין מינוט אויף די צווייטע האט זי זיך אפגעפעקלט און ווייטער געגאנגען?
פון די אנדערע זייט, איז ער דאך דאס איינציגסטע קינד, ער דארף זארגן פאר א לוי' און א קבורה און פארן אהין קען ער דאך נישט, איז וואס טוט מען?
ער האט זיך פארבונדן מיט די ארטיגע חברה קדישא, וועלכע האבן גענומען די פליכט אפצונעמען די נפטרת, דורכפירן די טהרה, מאכן א לוי' און א קבורה, און ער האט זיי באצאלט פונדערווייטנס.
ביני לביני האט דער איד געריסן קריעה, און זיך געזעצט שבעה.
צוקלאפט און צובראכן, איינער אליין זיצט ער שבעה אויף זיין מאמע וואס ער האט נישט זוכה געווען צו זעהן לכה''פ איינמאל פאר די פטירה, נישט זוכה געווען צו מקיים זיין כיבוד אם, נישט געווען ביי די לוי', גארנישט.
די ארטיגע בני קהילה זענען געקומען מנחם אבל זיין, און אביסל מחזק זיין די צובראכענע געמיט פונעם אבל.
דררררררררררינג.......... דער טעלעפאן האט זיך צוקלונגען.
נו! מן הסתם איינער וואס קען מיר, וויל מיר מנחם אבל זיין, אבער ער האט דא מענטשן און ער וויל נישט אויפהאלטן, האט ער נישט אויפגעהויבן, העכסטנס וועט יענער צוריקרופן ווען עס וועט זיין ליידיגער.
דרררררררררינג..........לאזט נישט דער טעלעפאן נאך און רופט נאכאמאל.
קוקנדיג אויפן קאלער איי. די. זעהט ער גאר, אז דער רופער איז פונעם "אלטעסהיים", וואס ווילן זיי איצטער? כ'האב דאך שוין קיינער נישט וואס איז נאכנישט געשטארבן – טראכט ער מיט ביטערניש, וואס ברויכן זיי דען?
ער הייבט אויף דער טעלעפאן.
יא, (כנהוג נישט צו זאגן "האלא" בימי השבעה)
"קינד – מיינס". עס איז שוין צוויי טאג וואס דו רופסט נישט, עפעס איז מיט דיר געשעהן?
נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר, גיבט ער א פרעג:
ווער רעדט ביטע?
וואס? האסט אינגאנצן פארגעסן אז איך עקזיסטיר בכלל, ווי טאר א קינד אזוי פארגעסן פון א מאמע?
אט האט ער שוין געכאפט אז עס איז זיין מאמע אויפן טעלעפאן.
וואס? דער מאמע רופט פון עולם העליון?
און ער איז תיכף געפאלן חלשות.
די מנחמים האבן עס צוגעזעהן, און תיכף געלאפן מונטערן, נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען צו אויפמונטערן דעם איד.
מיט נישט פארשטענדעניש פארציילט ער, ווי דער מאמע האט אים גערופן.
ער האט גלייך אנגערופן די פארוואלטונג פונעם היים, און זיי אנגעפרעגט צו זיין מאמע לעבט צו נישט.
ביז אפאר מינוט האט זיך אויסגעשטעלט אז א פארדרוסליכען טעות איז דא געשעהן.
אן אלטע קראנקע אידענע וואס איז געשלאפן אינעם זעלבן צימער איז ל''ע אוועק, און די פאפירן זענען פארטוישט געווארן און די נישט ריכטיגע פאמיליע איז איינגעמאלדן געווארן.
פארשטייט זיך אז די פארוואלטונג האט זיך אנטשולדיגט אויפן פארדרוסליכען טעות, אבער דער פראבלעם הייבט זיך איצט אן.
ווי אזוי מעלדט מען איין פאר די משפחה פונעם אמת'ע נפטרת, אז זייער מאמע איז נפטר געווארן? און ווי אזוי פארציילט מען אזא זאך, אז זי איז שוין "באגראבן".
אבער פארציילן מוז מען דאך.
דער סעקרעטאר נעמט דעם טעלעפאן אין די האנט און מיט ציטערדיגע הענט דיילט ער די נומערן.
העלא. הייבט אויף א דיקליכע שטומע.
יא, דא רעדט מען פון אייער מאמעס אלטעסהיים, עס טוט אונז וויי אייך איינצומעלדן אז אייער מוטער איז געשטארבן, און עס איז...
גוט גוט - האקט ער אריין – זעה צו פארברענען דאס קערפער, שיק מיר אפ דאס אש מיטן ביל, און איך וועל אייך באצאלן.
יא – ענפערט דער סעקרעטאר – דאס איז דער פראבלעם, ווייל צוליב א פארדרוסליכע טעות איז אייער מאמע שוין באגראבן געווארן דורך די חברה קדישא.
די מאמע האט מיר געזיגט!! – שרייט ער אריין אין טעלעפאן, און האקט אראפ.
די פארוואלטונג פונעם האום האט מחליט געווען צו דערגיין, וואס איז דער פשט פון די ווערטער "די מאמע האט געזיגט".
נאך חקירות ודרישות האט זיך אויסגעשטעלט א מורא'דיגע בילד פון השגחה פרטית.
די נפטרת איז געווען אן ערליכע, אבער איר קינד האט זיך ל''ע גע'שמד'ט און איז געווארן א גלח.
דער זון האט אלס געהאט א סכסוך מיט די מאמע.
די מאמע האט פארלאנגט אז נאך איר טויט זאל זי קומען לקבר ישראל, אבער דער זון האט איר אלס מודיע געווען אז ער גייט איר פארברענען.
די מאמע האט אלס מרבה געווען בתחנונים ובתפילות, אז זי זאל יא קומען לקבר ישראל און איינגעריסן וועלטן.
דער שוכן שמים האט דערהערט אירע תפילות, און מסבב געווען אז זי זאל יא קומען לקבר ישראל און מיט א ווינדערליכע זעלטענע השגחה פרטית.
גענומען פון הידברות
C/P