בלאט 1 פון 1

רוצה מנה ויש לו מאתים

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:57 pm
דורך גימפל
ר' איד ווי רייך זענט איר? פיין, דיין נאמען ערשיינט טאקע נאכנישט אויף די "פארבס" ליסטע, ועוד חזון למועד.. און אייער נאמען איז אפשר נישט אויפ'ן עשירים ליסטע, אבער צו ווייסטו אז אויב דו פארדינסט אפילו בלויז $35,000 א יאר, וואס הייסט א קנאפער פארדינער, זענט איר אויפ'ן סאמע שפיץ ליסטע פון די עשירים אויפ'ן וועלט! עס הערט זיך אפשר אומגלויבליך, אבער יא, איר ליינט גוט.

אויב פארדינט איר בלויז $35,000 א יאר, זענט איר אין 0.81% פראצענט רייכסטע מענטשען פון די וועלט. יא איר הערט גיט, איר זענט אין די קאטעגאריע פון די העכסטע 1% פארדינער אויפן כדור הארץ.
1.-0.81.PNG
1.-0.81.PNG (24.12 KiB) געזען געווארן 1770 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער וואס איר פארדינט און איין יאר, וועט פאר אן אינדוניזען ארבייטער געדוירען 47 יאר צו פארדינען דעם זעלבער סכום.
2.-47.PNG
2.-47.PNG (45.6 KiB) געזען געווארן 1770 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. דורשטיג? עס וועט אייך בסה"כ נעמען א קארגע 2 מינוט צו פארדינען וואס סקאסט צו באצאלען פאר א קען קאוק. לעומת זה וועט אן אינדוניזען ארבייטער דארפען שוויצען איבער א שעה כדי צו קענען הנאה האבען פון א קאלטע קען קאוק.
3.-Coke.PNG
3.-Coke.PNG (29.74 KiB) געזען געווארן 1770 מאל


איר פארדינט טאקע נישטיגע $35,000 אין א יאר. אבער אייער חודשליכע געהאלט קען באצאלען די חודשליכע געהאלט פון 215 דאקטוירים און מאלאווי.
4.-215.PNG
4.-215.PNG (18.75 KiB) געזען געווארן 1770 מאל


יעצט אז איר זענט אויף די וועלט'ס עשירים ליסט, שטרעקט אויס אייער האנד און גיבט א נדבה פאר סיי וועם, וואס איז באמת אנגעוויזען פאר אייער נדבה, בפרט די ארג. קעיר

אויסצוגעפונען דיין פונקטליכער מקום אויפ'ן עשירים ליסטע, כדי צו קענען געבען א שיינע נדבה ביד רחבה, אדער סתם פאר שוואוילטאג זיך צו שפירען בעסער אז איר זענט א אמת'דיגע גביר און נישט עפעס סתם א שוואכער פארדינער, דאן קליקט דא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:04 pm
דורך מאטי
א שיינעם דאנק הרב גימפל, שיין און באלערנד. מיין שאלה איז אבער, אויב 35k קאלעקט נישט פאר מיינע יערליכע הוצאות וואס מיין קולטור צווינגט ארויף אויף מיר בע"כ, דאן וואס האב איך דערפון אז מ'רופט מיך עושר? קיין פלאנקן אין די טשולנט ברענגט מיר דאס נישט. ווידערום דער אינדיאניזיער וואס פארדינט פיל ווינציגער, האט אבער נאך ווייניגער הוצאות אויך, אדער ניין?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:07 pm
דורך בשבילי!
פלאס וואס קאסט א קאוק אין אינדאניזיע ? און וויפיל איז דען א מאלאווי דאקטאר ווערט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:15 pm
דורך גימפל
@מאטי @בשבילי עטץ זענטס ביידע גערעכט, אבער טראכט פון די וואס זענען און אסאך ערגערע מצב פון אייך. והשנית די פרייז פון קאוק איז רעלאטיוו צו די אינקאם פון א יעדער לאנד באזונדער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:24 pm
דורך בשבילי!
כ'וויל מאכן זיכער צו איך פארשטיי. דער אינדאניזיער ארבעט א שעה פאר אן אינדאניזיען קאוק?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:34 pm
דורך גימפל
@בשבילי, יא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:34 pm
דורך בשבילי!
Got it

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
לאמיר גיין וואוינען אין אינדאנעזשיע און זיין גבירים!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 12:40 am
דורך chusid
גימפל האט געשריבן:@בשבילי, יא.

עס מאכט נישט קיין סענס, ווילאנג ארבעט ער פאר זיין אייער? ברויט? ער דארף ארבעטן א גאנצן טאג צו אויסהאלטן זיינע מאלצייטן און וואס בלייבט איבער פאר די קינדער און אנדערע אויסגאבן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 12:46 am
דורך איך אויך
אסאך זאכן אויף אונזער וועלטל מאכן נישט קיין סענס אבער דאס איז די מציאות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 12:44 pm
דורך א איד
גימפל טענקס פאר די גוטע פילינג, אסאך אידן האבן הנאה געהאט (געקראכט) לכבוד דעם.
די משולחים האבן היינט באקומען פון מיר ווי איך וואלט געווען א עושר אין אינדאניזיע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:53 pm
דורך געוואלדיג
אמעריקאנער דאללארן אדער אינדענעיזיער געלט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
איך כאפ נישט די גאנצע שמחה, אז איך מאך איין דאלאר זאל איך זיין פרייליך אז איך מאך מער ווי דער בהמה אין פארם? וויאזוי מעסט זיך די זאכן? אז איך קאווער מיינע עקספענסעס בין איך העפי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:12 pm
דורך א איד
געוואלדיג האט געשריבן:אמעריקאנער דאללארן אדער אינדענעיזיער געלט?


פארוואס עפעס אמעריקאנע דאלארן, דו ביסט געוואלדיג.

די אינדענעזיענר געבן עפעס אמעריקאנער דאלארן?