בלאט 1 פון 1
אפגעפרעגטע און אומקאנטראלירטע שרייבערלעך
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 2:43 pm
דורך נח בער
עס איז פרייטאג נאכמיטאג און דער שיין פונעם הייליגן שבת שפירט זיך אין אלע ווינקלען און צייט צו שרייבן א געהעריגער אנאליז דערויף איז נישט פאראן יעצט אבער פארט איז אינטערעסאנט עס ארויפצוברענגען און זאל מען באמערקען אז די שלעכע פונעם כלל ישראל וואס ווילן ארויפלייגן זייער אומפארשעמטע קאנטראל אויף אלס און אלעמען און וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט ווען עס זענען פאראן אידן שומרי תורה ומצוות אויף אן אנדער שטייגער ווי זייער פארקרומטער מהלך. היו לא תהיה!
מעגליך אז עס וואלט כדאי געווען צו פאנדן און צוריקברענגען די אלטע משכיל'ישע ביכער און שרייבער און דאן וועט זיך יאווען דייני צדק וואס וועלן בעטן אלע זייערע צוהערער און נאכשלעפער אז זיי זאלן קויפן די אלע אידיש און ענגלישע ערליכע לייען מאטעריאל וואס ברוך ה' די געשעפטן זענען פול דערמיט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 2:47 pm
דורך א איד
קוקט אויס אז נח בערס רב לאזט עם נישט קויפן די מאמענט
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 2:49 pm
דורך נח בער
"גוט שבת"
וויליאמסבורג, ברוקלין
ערב שבת קודש פרשת שמות
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:00 pm
דורך נח בער
"דבר יום ביומו"
וויליאמסבורג, ברוקלין
ערב שבת קודש שמות

- IMG-20150109-WA0599.jpg (557.78 KiB) געזען געווארן 1472 מאל
אנטשולדיגט אז ס'קומט ארויס אזוי גרויס.
הכנות צום שבת ערלויבט מיר נישט קיין איבריגע מינוט עס צו פארקלענערן.
א גוט שבת אייך אלע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:05 pm
דורך כוכב
ס'שיינט צו זיין א מערכה פון דער מאמענט אריינצוברענגען סוב קאנטשעסלי אז זיי זענען הייליגער עכ''פ פון עמי און מ'זאל אויפהערן האקן קעגן זיי.
קענסטוך בארואיגן ר' נח קיינער מיינט נישט דא די ענגלישע מאגאזינען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט פין דער חילוק אין די קעפלעך?
דבר יום = ופרצו חומות מגדלי
גוט שבת=מעט אור דוחה חושך
נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
דבר יום ביומו איז "קעגן" מאמענט. די אנדערע מאכט נאך די צעטעל "פאר" מאמענט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 6:49 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע אינטערעסאנט ווי דער זעלבער נדבן האט צוויי קעגנזייטיגע צילן
נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 7:07 pm
דורך ידען
די גוט שבת צעטעל איז זייער גרויס און די די דבר יום ביומו צעטעל איז נאר האלב.
ווי שטייט די מאמענט?
מע גייט יעצט אנהייבען קעגען די מאמענט?
די שטערן איז שוין מער נישטא??
נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:16 pm
דורך פישלע העררינג
כ'זעה ס'איז לעילוי נשמת דער לאנצוהט'ער וואס איז לעצטענס אוועק. למה נסמכה נשמה זו למצוה זאת?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 1:09 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:די גוט שבת צעטעל איז זייער גרויס און די די דבר יום ביומו צעטעל איז נאר האלב.
ווי שטייט די מאמענט?
מע גייט יעצט אנהייבען קעגען די מאמענט?
די שטערן איז שוין מער נישטא??
איך רוף זיי (די קעגנערס פון "מאמענט") פינצטערע, שווארץ מאה'ניקעס. אדער יושבי חושך. פרארדרייטע, פארקרומטע קעפ. אט פון די טאקע וואקסן אויס די פאשקווילן שרייבערס. וועלכע ווילן אונטערברענגען א יעדע נארמאלע, אינטעליגענטע צייטשריפט וועלכע ווערט געשריבן דורך ערליכע אידן אן קיין שום שמץ פון פסול'ע זאכן ווי אפיקורסות אדער רימען גוי'אישקייט. דעם שטערן האבן זיי שוין אפגעשחט'ן. יעצט נעמען זיי זיך צו דעם מאמענט...!
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:35 am
דורך קרעקער
דעם שטערען האבען זיי געשחטען די צייטשריפט האבען זיי פארמאכט ועוד ועוד
פון זיצען און שווייגען וועט מען חרטה האבען
עפעס דארף מען טוהן צוריקצופייטען
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 1:10 pm
דורך ידען
די שטערן קומט ארויס יעדע חודש.
וואס הייסט געשחטען?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 2:03 pm
דורך א איד