בלאט 1 פון 1

הצדיק רבי זונדל

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 11:59 pm
דורך נהורא נפישא
אין א שטעטל פ. (נאמען פיקטיוו) אין ווייסרוסלאנד האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר' זונדל, דער ר' זונדל איז געווען באקאנט אין שטאט אלס אן אויסגעריפענער עובד ה', ער פלעג זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש מעוטף בטו"ת אין געלערנט זיינע שיעורים כסדרן, זיינע שיעורים זענען געווען איינגעטיילט בכל מכמני התורה אנגעהויבן פון תנ"ך, און גפ"ת און אלפסי, רמב"ם טור ב"י שו"ע והנו"כ, ספרי מוסר וחסידות, ספרי קבלה, אויך האט ער מעיין געווען אין ספרי חקירה בשעה שאינו לא יום ולא לילה

אויף צונאכטס פלעג ער אהיימקומען צו זיין אידענע, און זי פלעג אים אפווארטן און צושטעלן צום אויספאסטען א שטיקלע הארטע ברויט וואס ער פלעג בד"כ צובייסן מיט א שטיקעלע ירק, דערויף פלעג ער זיך זעצן ווייטער לערנען לאור הנר אין די טיעפע נאכט שטונדן, ביז ער פלעג אלס אוועקפאלן אין א דרימל פאר עטליכע שעה, און פלעג זיך אויפכאפן מעורר זיין את השחר, ווי ער האט ווייטער אנגעהויבן מיט פרישע כוחות זיין סדר היום פונדאסניי.

דער ר' זונדל איז געווען א שטארקע בעל מחשבה און בעל השגה, זיינע מחשבות האבן אים צומאל געקענט אוועקפירן אין גאר הויעכע געדאנקן וואס האט אים געקענט מאכן טראכטן פאר שעות ארוכות אין איז אים צומאל געווען א געוואלדיגע שטער אין זיינע שיעורים, ר' זונדל האט אבער געהאלטן אז די פנימיות איז זייער וויכטיג און דער עיקר איז דאך רחמנא ליבא בעי ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.

ר' זונדל פלעג אלס אריינטראכטן אין די גאר הויעכע מדריגות פון עבדות השם, כסדר געטראכט פון מסירת נפש און מתי יבא לידי ואקיימנה, אבער ער איז נישט געווען צופרידן, ער האט געהאלטן אז מסירת נפש איז בכלל נישט אזא הויעכע מדרגה, סוכ"ס איז דאך דער עולם הזה דומה לפרוזדור, א צייטוויליגע דורכגאנג, און אז איינער קומט אים אויף מסי"נ וואס האט ער שוין דעם מקריב געווען, די הבלי עולם הזה? ס'איז דאך אשרי מי שימיו  נחתמים במהרה, ער האט געפאדערט פון זיך א העכערע מדרגה, כסדר האט ער געטראכט וואס קען אלס זיין א העכערע מדריגה
איינע פון זיינע יסודות וואס ער האט ביי זיך שוין לאנג געהאט אפגעמאכט איז געווען אז ער פארמאגט נישט קיין שום רכוש און ישות זיין הויז איז געווען אפען פאר יעדן עובר ושב, און פלעגט כסדר אויספאקן זיינע טאשן פאר יעדן נצרך פון די פאר גראשן וואס אידן האבן אים אריינגעריקט,
ער האט אבער נישט געקענט ביי זיך פויעלן צו זיין אן מעורב בין הבריות ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין די בזבוז הזמן בשיחה בטילה מיט וואס דער המון עם ברענגט אן די צייט, דערפאר פלעגט ער אלס גיין מיט פארמאכטע אויגן, קוים וואס ער האט געקענט די וועג אהיים פון בית המדרש.

מאכט זיך אמאל אינמיטן די נאכט ער לערנט זיין שיעור אין רמב"ם, און קומט אן דארט ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די אלע מדריגות פון צדקה, די רמב"ם פירט אויס אז די העכסטע מדריגה אין צדקה איז ווען דער נותן ווייסט נישט פאר וועם ער געט, און דער מקבל ווייסט נישט ווער דער נותן איז.

ר' זונדל טראכט צו זיך, איז דאס דען א מדריגה דאס טוה איך דאך כסדר, פארקויפן די עולם הבא קלערט ער צו זיך היד השם תקצר, השי"ת האט גענוג עולם הבא צו געבן פאר יעדעם ממילא איז דאס סתם א שפילעכעל, ס'איז אויך נישט שייך אויסצושפילן דעם רבוש"ע אז ער זאל נישט וויסן ווער דער נותן איז ווארום השי"ת ווייסט אלעס, אט איז אים בייגעפאלן א מאדנע געדאנק, השי"ת האט באשאפן די וועלט אז מענטשן זאלן טוען זיין רצון, ווי באקאנט האט די וועלט נישט קיין קיום נאר דורך תורה, ר' זונדל ווייסט אז מענטשן זענען זינדיג, ער ווייסט דאס פון די פסוקי הנביאים וואס זענען מוכיח דעם פאלק אויף די הארבסטע זינד, און מה דאך אין אזא דור דעה איז כלל ישראל געווען זינדיג כ"ש אין אזא דור שפל ווי היינט, אויך ווייסט ער אז ביי השי"ת זענען אלע מענטשן גלייך, אין ביי השי"ת איז נישט קיין נפק"מ צו זיין רצון ווערט נתמלא פון ר' זונדל, צו ער פארטוישט זיך מיט א זינדיגער איד וואס טוט תשובה און ער איז ממלא די רצון השי"ת אנשטאטס אים, טראכט ער ביי זיך אז אט איז אים בייגעפאלן  די גרעסטע מדריגה אין עבדות השם, א גרעסערע מדריגה פון אלע נביאים און חסידים ווי דוד המלך ע"ה וואס זיי האבן דוקא געוואלט זיין די וואס האבן די זכיה צו טאן די רצון השם, סוכ"ס איז דאס דען נישט א תאווה ווי אלע תאוות לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, איז דאס נישט א מילוי פון די אייגענע צרכים פון נכספה וגם כלתה נפשי.
ער טראכט אין טראכט, אין מיט אמאל שיינט די מארגנשטערן אויף, ער מאכט ביי זיך א פעסטע החלטה אז ער גייט ווערן א בעל עבירה, אזוי ער זאל פארווארפען ווערן פון אלע עולמות, צו די זעלבע צייט גייט ער אבער ארבעטען צו מאכן א זינדיגע איד פאר א בעל תשובה.

ביי וועלכע עבירה הויב איך אן טראכט ער צו זיך, די ג' חמורות?!, ע"ז קומט נישט אין באטראכט זיי גלויבן דאך אין א שטיק קלאץ, גילוי עריות? ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס, פעך! שפ"ד איז דאך פשוט קעגן זיין איידלן כאראקטער, ער קען אפילו נישט טשעפן א פליג אויפן וואנט, אלזא האט ער מחליט געווען אז ער גייט אויפהערן מקפיד צו זיין אויף זיינע קפידות אין הלכה, ער ווערט אנהויבן עסן ירקות הצריכים בדיקה אנע בדיקה, ווען זיין אידענע ווערט צוריקומען פון טבילה ווערט איר נישט פרעגן צו זי האט זיך געטובלט און דערביי איז דאך דא א נדנוד פון איסור כריתות און אויף כרת איז דאך די תורה אליין מעיד אז מ'ווערט פארשניטן פון אלע עולמות רח"ל, אט דאס איז די ריכטיגע מדרגה פון מסירת נפש, טראכט ער צו זיך.

זינט דעמאלטס איז ר' זונדל געווארן אינגאנצן צומישט ער האט שוין נישט געוויסט צו ער טוט א מצווה אדער אן עבירה, זיין אידענע האט געזען דעם שינוי, אבער זי האט געגלויבט אין אים מער ווי אין א מלאך, טייל מאל פלעגט ער זיך אינטערמורמלען אז חז"ל זאגן דאך גדול המעשה יותר מן העושה, אבער זי האט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר.

אין שטאט האט מען אויך באמערקט ווי ר' זונדל איז געווארן מאדנע, ער האט אויסגעזעהן נעבעך ווי א זקן ששכח תלמודו, מ'האט באמערקט ווען ער פלעגט אריבערגיין די קירכע הויף פלעג ער נישט אריבערגיין אויף די אנדערע זייט הויף אזוי ווי די מנהג פון אלע אידן, אנשטאטס לערנען און דאווענען איז ער כסדר געזיצן א פארטראכטער, קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט צו זאגן עפעס א ווארט.

ס'איז פרייטיג צונאכטס, אין א ווינטערדיגן פראסט רבי אייזיק די צדיק אין שטאט פירט זיין געהויבענעם טיש אינעם קלויז, אידן קומען זיך אנווארעמען פונעם צדיק'ס פייערדיגע עבודה, ס'איז שא שטיל מ'הערט נאר די פייפעדיגע ווינטען זיך אנקלאפן אין קלויז, דער צדיק הויפט אן זאגן תורה רזין דרזין, בתוך הדברים זאגט דער צדיק, ויעש האדם בצלמו אז דא ליגט א גאר א טיעפע סוד, אז השי"ת האט באשאפן דעם מענטש בצלמו מיט דעם זעלבן כח פון השי"ת זעלבסט מיטן כח פון אי-השתנות אז השי"ת האט מאציל געווען אין יעדען מענטש זיין "איך" און פון דעם איך קען מען נישט זיך ארויסדרייען, און אז דאס פארלייקענען אינעם "איך" איז פון די הארבסטע כפירות ווארום דער איך איז דאך א חלק אלוקי ממעל
אויף צו מארגענס איז ארומגעגאנגן די שמועה אז ר' זונדל איז אוועק פון די וועלט אין האט הארט ביפאר געזאגט שמע ישראל, ער האט תיכף געוואלט טוען אן עבירה אבער לא איסתייע מילתא ויצאתה נשמתו באחד.

ווען דער צדיק ר' אייזיק האט זיך דערוויסט פון די פטירה פון ר' זונדל, האט ער געזאגט וויסן זאלט איר אז ר' זונדל האט מימיו נישט טועם געווען טעם חטא, נאר די סיבה פארוואס ער איז דורכגעפאלן איז צוליב דעם וואס ער האט כופר געווען אין זיין אנכי אין זיין חלק אלוקי ממעל, און דאס איז פון די הארבסטע כפירות, יעצט און עולם העליון איז געווען א רעש אין וועלכע היכל מ'זאל אים לייגן מ'האט נישט געקענט מאכן קיין באשלוס צום סוף האט מען אים געלייגט אינעם היכל פון ר' יוסף דילריינה ושם יהא מונח עד שיבא אליהו

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:09 am
דורך petergrifin
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:12 am
דורך איחוד פעלד
איך כאפ א ער נישט דער חשבון פארוואס ער ווערט א בעל עבירה, און וויאזוי מען איז כופר אין דער אייגענער אנוכי, און פארוואס מיט דיליריינע?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
אייזן גוט!! בכלליות ובפרטיות, יעדע קוועטש און קנייטש.

וואו נעמט מען אזעלעכע איינשטענדיגע צדיקים ווי רבי זונדל

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:47 am
דורך מפוזרי
ווען מ'שרייבט נאר די ר''ת פונ'ם שטעטלס נאמען קעמען שוין לייגן די אמת'ע ר''ת..

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 10:32 am
דורך נהורא נפישא
כ'האב לעצטענס געזען א ווארט פון ר"ר בונם מ'מפשיסחא בשייכות צו די געדאנק פון אט דער סיפור.
ר' בונם האט געזאגט איר מיינט אוודאי אז איך וואלט זיך געביטן מיט אברהם אבינו, צו האבן די זכיה צו זיין דער אברהם אבינו, ניין ! וואס האט ווען דער רבוש"ע פון דעם אויב אברהם אבינו וואלט געווען בונם און בונם וואלט געווען אברהם אבינו.
דערמיט האט ער געמיינט אפצושפעטן פון די וואס דינען דעם באשעפער פאר זייער אייגענע סיפוק ווען למעשה איז די תכלית צוצישטעלן מיליטערלייט אינעם אויבערשטענס ארמיי.
פונעם תלמיד ר' מענדעלע איז דא א ווארט וואס זעט לכאורה אויס פארקערט אבל הן הן הדברים.
ר' מענדעלע זאגט גאט ברויך דען מ'זאל אים דינען מיר דינען גאט זיך אליין צו דינען.
אויך איז באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט פארווארפן צו ווערן פון אלע עולמות אבי ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה
די נקודה פון די מעשה איז אבער ארויסצוברענגן אז דוקא אט ווער עס איז אויף אזא מדריגה דער האט למעשה דער גרעסטער סיפוק.