בלאט 1 פון 5
בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:28 pm
דורך ישמעאל הכהן
רבי מיכל מנתניהו זצוק''ל
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
מיינסט עס אמת'דיג? כ'גליב מיר נישט די אויגן!!
ברוך דיין האמת!!!
אזא זעלטענער צדיק!! אבידה שאין לה תמורה!
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:40 pm
דורך לעמיל
בילדער פון די רבי זצ"ל
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:43 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ברוך דיין האמת!
ער איז געוועהן איינס פון די לעצטע "אמת'דיגע" צדיקים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:47 pm
דורך געוואלדיג

א גרויס ווייטאג אבידה שאין לה תמורה וכל בית ישראל יבכו וכו'
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:52 pm
דורך shem-tov
אוי וויי אוי וויי א ערליכער אפגעהיטענער צדיק געווען א משמח אלוקים ואנשים. פיל יודן דערציילן אז זיי האבן געזעהן דורך אים ישועות. דער איד איז געווען א שטיק הארץ פאר א צווייטען יוד. חבל על דאבדין ולא משתכחין. זיינע תפלות, זיינע ברכות געווען מיט אזא אש קודש כולו יראת שמים. א חידוש נפלא אין אונזער דור צוצוקומען צו אזא עלטער אזוי אויסגעארבייט, דאס דארף אונז אלע מחייב זיין. סדא אסאך צו דערציילן אויף דעם טייערען יוד. זאל ער זאל א מליץ יושר פאר אונזער דור וואס ער האט גוט פארשטאנען צו איר.

.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:08 pm
דורך hopefully
.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:28 pm
דורך איך אויך
אבטולמוס האט געשריבן:פון דער אנדערער זייט, אז מענדעלע ח. איז נהפך געווארן צו אן
איש מופת, איז דאך ר' מיכלע גארנישט ווייניגער ווי א רשכבה"ג.
וד''ל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:29 pm
דורך פישלע העררינג
וואס איז געוועהן זיין ראלע ביי די אסירי יאפאן סומאטוכע?
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:37 pm
דורך shem-tov
רייב דיר ווייטער דיינע אויגן ראובן ביז סוועט דיר קומען טרערען און מיטוויינען מיט די יודן וואס האבן יא געקענט אט דעם גרויסן צדיק הדור דער פועל ישועות וואס איך אליינס האב מיטגעהאלטן עטליכע מופתים פון אים און איך אליינס האב געהערט פון עטליכע שטובער ווי דער יוד איז איינגעשטאנען און ער האט זיך "קיינמאל" נישט אריינגעלייגט אין בעט. און איך אליינס האב געהערט פון עפעס א רבילע וואס האט געטראפן רבי מיכעלע אין לאנדאן גיין נאך געלט און רבי מיכעלע פרעגט דעם יוד וואס טוט איר דא זאגט ער כבין געקומען נאך געלט. כמאך חתונה און סאיז מיר שווער. האט רבי מיכעלע מיט א פשטות אריינגעלייגט זיינע ביידע האנט אין די בעקיטשע טאש און ארויסגעשלעפ יעדען דאלער וואס ער האט דארטן אריינגעלייגט פון 6 צופרי וואס ער איז אליינס געגאנגן נאך געלט. אזוי קען איך דיר דערציילן אן א שעור. דער יוד איז געווען די ריעל דיעל א פארצייטישער אפגעהיטענער צדיק און בעל חסד כחד מקמאי. תנצבה. זי"ע
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:40 pm
דורך יין שרף
ביים ווייזענדיג זיין אריינגעקריצטע נומערן פון די שואה, צו אדמור מניקלשבורג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:25 pm
דורך געוואלדיג
איך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:37 pm
דורך געוואלדיג
ווען איז די לוויה איינער ווייסט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:45 pm
דורך elter-zeide
אין בלאט דע וואך אין "ציבור" דף 24 ביי "מי הוא זה?" איז רבי מיכעלע ז"ל איינער אין בילד, ער איז דער צווייטער פון לינקס, דאס קיקט אויס צי זיין מיט בערך 40 יאר צריק,
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס איז דאס מי הוא זה?
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:50 pm
דורך elter-zeide
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס איז דאס מי הוא זה?
"מה הוא זה"
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:06 pm
דורך עדיאל
הרה"ק מנתניה איז געוועזן א גוטער איד פון די אמאליקער טיפ. רבי מיכל'ע איז נישט געווען קיין אמפעריע רבי ווי די היינטיקע רביס. רבי מיכלע איז געווען אן עובד השם בתמימות, א מוכיח בשער, אן אוהב ישראל, אן עוסק במצוות, און אידן פלעגן קומען צו אים פאר ישועות.
ס'דא וועלכע וועלן אפחוזקן פון אים, אוועקמאכן זיינע געפועלטע ישועות, זיין צדקות, עבודה, און זיינע מדרגות. נו מילא. לאז זיך דער סקעפטיקער סקעפטיזירן. אבער זיך אנצורעדן אז ער איז נישט געווען ווי אמאל, אז זיין התנהגות און הלוך ילך איז געווען משונהדיג אנדערש ווי, א שטייגער, זיין עלטער זיידן רבי מיכלע, רבי לוי יצחק, אדער רבי פנחסל איז פאלש. אזויווי רבי מיכלע איז געווען, אזוי איז אמאל געווען א גוטער איד.
רבי מיכלע האט נישט געפירט קיין מחלוקותן, נישט ארגאניזירט קיין עצרתן, און נישט געפארן אויף קיינע דאטשעס. רבי מיכלע האט געדינט דעם אייבירשטן און געהאלפן אידן.
וי אבדה נפש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:איך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א
דאס איז נאך די גרעסטע מעלה. אזוי ווי ביים טשערנאבל'ער מגיד. וועלכער איז אמאל געגאנגען צוזאמנעמען געלט פאר פדיון שבויים. ער האט אבער נישט געוואלט אז מ'זאלל איהם משבח זיין דערפאר. האט ער מתפלל געווען אז ער זאל האבן בזיונות. צום סוף האט מען איהם חושד געווען אז ער האט געמאכט א גניבה... און מ'האט איהם אריינגעווארפן אין תפיסה. למחרת ווען מ'האט איהם אויסגעלייזט, האט ער זיך אנגערופן...איך האב מתפלל געווען אז איך זאלל האבן בזיונות. אבער אויף אזעלכע גרויסע בזיונות האב איך מיך נישט געראכטן...!...זי"ע
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:18 pm
דורך יאיר
חבל על דאבדין. א שטיק היסטאריע גייט אוועק מיט'ן רבי'ן ר' מעכעלע. אויב איך האב זיך אמאל געוואלט פארשטעלן ווי אזוי א פארצייטישער ליבליכער רבי'לע וועלכער איז ארומגעגאנגען מחזק זיין אידן האט אויסגעזען, האב איך זיך מצייר געווען א בילד פון ר' מעכעלע.
איינער וואלט אפשר געקענט איבערגעבן זיין ביאגראפיע? עס איז מיר אויסגעקומען געצייילטע מאל אים צו זען, אבער איך האב ניטאמאל געוואוסט למשל אז ער איז געווען א האלאקאוסט איבערלעבער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:47 pm
דורך דריידל
כל המוסף גורע
רבותי ר' מיכעלע איז געווען א "פארצייטישע ערליכע איד". די דריי ווערטער זאגן אסאך און ס'פעלט נישט אויס צוצולייגן אנדערע נערישקייטן.
חבל על דאבדין ולא משתכחין.
ווער ס'ווייסט זיין היסטאריע זאל ביטע מיטטיילן מיט'ן ציבור
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:57 pm
דורך ביבער
כפי השמועה האט ער זיך נישט אזוי פארטראגן מיט ר' הערשעלע קרעטשניפער, די מעשה גייט צוריק ווען זיי זענען נאך געווען אינגעלייט און ר' הערשל ארויסגייענדיג פון כולל האט אים געבעטן צו זיין זיין שומר ווייל ער פלעגט גיין אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן, ר' מיכלע פלעגט אבער אויך גיין פארמאכט, גייט נישט אריבער צו לאנג און ר' הערשל האט אריינגעזעצט אין א ווייסע קאטשע, זייט דעמאלט פלעגט אייביג זיין אנגעצויגן צווישן די ביידע הויפן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:02 pm
דורך שמעון וואלף
אריין אין צימעס
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:39 pm
דורך positive.yid
שמעקעדיג האט געשריבן: אבידה שאין לה תמורה!
יש תמורה.