בלאט 1 פון 3

שקר אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 am
דורך בונם
יאנקל האט געמאכט א גוטן אשכול איבער די קוריאזן אין היימישע אויסגאבעס אבער אפט מאל איז עס אביסל ווייטער ווי סתם מאדנע און מער מיטן ציל צו פארטושן אירע ליינער מיט פאלשע אינפארמאציע.

איך ברענג דא איין ביישפיל וואס איז געווען אינעם בלאט א וואך צוויי צוריק, און איז פשוט געפיטערט ליגן פאר אירע ליינער:

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 6:13 am
דורך איך אויך
וועלכע חלק איז ליגענט?

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 9:32 am
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:וועלכע חלק איז ליגענט?

די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:06 am
דורך ידען
נישט זיכער אויב סע קומט דא אבער ביי מיר איז עס א שקר וואס די צייטונג שרייבט אין זייער עדיטארעל די וואך סתם צו מאכן מענטשן מיינען אז טעקסטן איז ממש אזוי שלעכט. איך שרייב זיינע ווערטער:

אויב איר וועט זיך אומקוקן ביי א שמחה שב״ק, וועט איר באמערקן ווי נישט יעדער איז אזוי באקוועם ביים שמועסן מיט אנדערע מענטשן. עמיצער וואס ליגט אין טעקסטן 6 טעג א וואך, ממש א גאנצן מעת לעת ליגט דעם קאפ אין דעם טעקסטן? שפירט זיך עפעס אפגעפרעמדט ווען ער האט נישט זיין ״אקסיגען״ איין מעת לעת, און פארגעסט שוין פשוט ווי אזוי מ׳דארף נארמאל זיך אנקערן מיט אנדערע מענטשן. עכ״ל.

סתם גערעד שטותים און ליגענט. איך בין קראנק מיט טעקסטן אבער שבת? איך בין די וואך געווען ביי א פאר שמחות און פיין פארברענגט און נישט געפילט אז איך גיי אויס ווייל כאב נישט געהאט מיין פאן. איך האב אויך נישט געזען ווי מענטשן זענען אומבאקוועם ביים שמועסן ווי אנדערע מאל.

איך ווייס אז אינדערוואכן האבעך אסאך מאל די פראבלעם אז איך טעקסט אזויפיל אז ווען איך בין מיט א חבר שטערט עס יענעם און איך האב אפי׳ חברים וואס וועלן זיך טרעפן מיט מיר און פארברענגען נאר אויב איך לייג אוועק מיין סעל, אבער איך האב נאך אלץ זייער ליב זיך ״צו אנקערן מיט אנדערע מענטשן״.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 1:39 pm
דורך דבילה
ידען האט געשריבן:נישט זיכער אויב סע קומט דא אבער ביי מיר איז עס א שקר וואס די צייטונג שרייבט אין זייער עדיטארעל די וואך סתם צו מאכן מענטשן מיינען אז טעקסטן איז ממש אזוי שלעכט. איך שרייב זיינע ווערטער:

אויב איר וועט זיך אומקוקן ביי א שמחה שב״ק, וועט איר באמערקן ווי נישט יעדער איז אזוי באקוועם ביים שמועסן מיט אנדערע מענטשן. עמיצער וואס ליגט אין טעקסטן 6 טעג א וואך, ממש א גאנצן מעת לעת ליגט דעם קאפ אין דעם טעקסטן? שפירט זיך עפעס אפגעפרעמדט ווען ער האט נישט זיין ״אקסיגען״ איין מעת לעת, און פארגעסט שוין פשוט ווי אזוי מ׳דארף נארמאל זיך אנקערן מיט אנדערע מענטשן. עכ״ל.

סתם גערעד שטותים און ליגענט. איך בין קראנק מיט טעקסטן אבער שבת? איך בין די וואך געווען ביי א פאר שמחות און פיין פארברענגט און נישט געפילט אז איך גיי אויס ווייל כאב נישט געהאט מיין פאן. איך האב אויך נישט געזען ווי מענטשן זענען אומבאקוועם ביים שמועסן ווי אנדערע מאל.

איך ווייס אז אינדערוואכן האבעך אסאך מאל די פראבלעם אז איך טעקסט אזויפיל אז ווען איך בין מיט א חבר שטערט עס יענעם און איך האב אפי׳ חברים וואס וועלן זיך טרעפן מיט מיר און פארברענגען נאר אויב איך לייג אוועק מיין סעל, אבער איך האב נאך אלץ זייער ליב זיך ״צו אנקערן מיט אנדערע מענטשן״.


ס'איז וואונדערליך צו צוקוקן ווי א ליגנער קען זיך ניטאמאל ברענגען צו נוצן דעם אמת אלץ א מיטל. לכאורה אויב טעקסט איז אזא געפערליכע זאך אז דאס פאר'הרג'עט אזוי שטארק די קשרים בין אדם לחבירו - איז א שבת'דיגע שמחה אויסנאם באקוועמער. נישטא קיין טעקסט, און בהכרח מוז יעדער צולייגן קאפ איינער צום צווייטן, און דאס איז דאך אודאי מרבה אהבה ושמחה שלום ורעות. און נאכמער פון אלץ איז דאך טענה טאקע קרוב אל האמת...

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 3:03 pm
דורך משכיל
ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 3:12 pm
דורך John Doe
משכיל האט געשריבן:ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י


וואס טוהט מען אבער אז מ׳וויל שטארק וויסן ווער ס׳האט אויפגעטרעטן ביים פישפיקלאדיינער מלווה מלכה?

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 3:26 pm
דורך געפילטע פיש
John Doe האט געשריבן:וואס טוהט מען אבער אז מ׳וויל שטארק וויסן ווער ס׳האט אויפגעטרעטן ביים פישפיקלאדיינער מלווה מלכה?

פארדעם קען מען קויפן די טעבלוידס, ווי כל העולם כולו, פיפל מאגאזין וכדו'.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 11:05 pm
דורך בונם
יידל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:וועלכע חלק איז ליגענט?

די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.

דאס האב איך טאקע בעיקר געמיינט, אבער אויך אויף די אנדערע זאכן קען מען זיך דינגען.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 11:15 pm
דורך זר זהב
רוב רובו דראמאטישע פארזעצונגען אין אלע צייטונגען זענען כולו שקר

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 11:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
עס איז ווי פרקים פון א נאוועל, עס שטעלט זיך ניטאמאל אהער ווי אמת.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:48 am
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:רוב רובו דראמאטישע פארזעצונגען אין אלע צייטונגען זענען כולו שקר

קיינער ערווארט נישט אז עס זאל זיין אמת, עס איז אנגענומען פאר יעדעם אז עס איז איינעם'ס בויך מעשוית...

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:09 am
דורך זר זהב
דאס מאכט עס נאך נישט פאר אמת....

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 7:09 am
דורך איינער
יאנקל האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מען קען נישט האבן קיין טענות אז די פארזעצונגען זענען נישט אמת, אבער בעת אזעלכע געשיכטעס ווערן אין דער אלגעמיינער וועלט קלאר באצייכנט אלס פיקציע איז ביי אונז דא אזא אומבאקוועמקייט אפיציעל מודה צו זיין אז א געשיכטע איז פאלש. ״דער שטערן״ איז געווען דער ערשטער וואס האט דאס פרובירט צו פאררעכטן, און האט אין די ערשטע יארן באצייכנט אזעלכע געשיכטעס אלס ״פיקציע״. איך ווייס נישט פארוואס די באצייכענונג האט נישט אנגעהאלטן.


דאס איז דער מקור פון אסאך פראבלעמען אין אונזער געזעלשאפט, ווי די ליין פון אמת און פיקיצע איז צופיל מאל נישט קלאר.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 9:29 am
דורך לעמיל
די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:49 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מען קען נישט האבן קיין טענות אז די פארזעצונגען זענען נישט אמת, אבער בעת אזעלכע געשיכטעס ווערן אין דער אלגעמיינער וועלט קלאר באצייכנט אלס פיקציע איז ביי אונז דא אזא אומבאקוועמקייט אפיציעל מודה צו זיין אז א געשיכטע איז פאלש. ״דער שטערן״ איז געווען דער ערשטער וואס האט דאס פרובירט צו פאררעכטן, און האט אין די ערשטע יארן באצייכנט אזעלכע געשיכטעס אלס ״פיקציע״. איך ווייס נישט פארוואס די באצייכענונג האט נישט אנגעהאלטן.

איך מיין אז די שטערן שרייבט נישט fiction.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 7:39 pm
דורך ניו יארק
לעמיל האט געשריבן:די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

אה.... דאס איז שוין זיכער א טעות וואס מען האט פארזעהן.... ווער וויל זיי גיין זאגען? :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 7:42 pm
דורך זר זהב
נוי יארק האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:די ערשטע שקר סיי אין די איד אין סיי אין די בלאט איז די דעיט ביידע שרייבען ערש"ק אין די דעיט פאר פרייטאג אין למעשה קימען זיי שוין ארויס דאנערשטיג

אה.... דאס איז שוין זיכער א טעות וואס מען האט פארזעהן.... ווער וויל זיי גיין זאגען? :lol:

דאס האט דאך סאטמאר רב געזאגט

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:06 pm
דורך יואליש
אסך מאל איז פראפעשענאל דעמאגאגיע ערגער ווי א בולטע נערישע ליגענט. נתן סליפקין ריפט ארויס דעם אגודה ספין מייסטער אבי שאפראן פארן באצייכענען די חרידישע בלאג-ספערע אלס בלאגיסטאן. געבעלס וואלט געווען שטאלץ מיט שאפראן.

אין א בריוו - וועלכע עמי וועט נישט האבן די כדורים עס צו דריקן - שרייבט סליפקין אויף זיין בלאג:


[left]
To the Editor:

R. Chaim Dovid Zwiebel, Executive Vice-President of Agudath Israel of America, was recently interviewed in Mishpachah magazine. He explicitly acknowledged two obvious truths: (1) that abuse and molestation issues have not been taken seriously in the charedi community, and (2) that this has begun to change as a result of pressure created by blogs. In light of that, how could Rabbi Avi Shafran, in his latest column, deny any positive value to blogs that contain criticism of the charedi community, and equate them all with Korach?

I was further taken aback to see Rabbi Shafran derisively describe the world of blogs as "blogistan." The suffix "-stan" is usually used to describe an entity that has taken on attributes of restrictive, dictatorial theocracies that are common in the Moslem world. Is it not ironic that Rabbi Shafran, who insists on the unqualified, unimpeachable authority of Daas Torah and the suppression of any public criticism, uses the term "-stan" to describe those who seek precisely the opposite?

Sincerely,
Rabbi Natan Slifkin
Ramat Bet Shemesh
[/left]

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:I was further taken aback to see Rabbi Shafran derisively describe the world of blogs as "blogistan." The suffix "-stan" is usually used to describe an entity that has taken on attributes of restrictive, dictatorial theocracies that are common in the Moslem world. Is it not ironic that Rabbi Shafran, who insists on the unqualified, unimpeachable authority of Daas Torah and the suppression of any public criticism, uses the term "-stan" to describe those who seek precisely the opposite?

Sincerely,
Rabbi Natan Slifkin
Ramat Bet Shemesh

שפתים ישק!

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 1:11 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:אין א בריוו - וועלכע עמי וועט נישט האבן די כדורים עס צו דריקן - שרייבט סליפקין אויף זיין בלאג:

און... וואונדער איבער וואונדער! זיי האבן עס יא געדרוקט! און נאך אויפן פאדערשטען שער בלאט.

זעט אויס כדורים זענען געווען אויף סעיל דעי וואך...

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 6:31 pm
דורך אלבערט
משכיל האט געשריבן:ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י


.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:57 pm
דורך ניו יארק
משכיל האט געשריבן:ליינט נישט די היימישע צייטוענגען איר וועט ווערען טעמפ, זיי פיטערען סטאפידיטי, אין מען כאפט נישט אז מיט די צייט האט דאס זייער נישט קיין גוטען עפעקט,י

פאר אידישע נייעס ליינט די דשואיש פרעס, אויך די אינטערנעט,י

משכיל, די ביסט געבוירן מיט די נאמען? אדער מען האט עס שפעטער צוגעגעבן?