א זייפן מיט טעם...
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:04 am
וואס וואלט אייער לאקאלער זייפן געפעלשט? א חתימה? א הגהה?
מיט אביסל מער גאטטס וואלט ער זיך אונטערגענומען צו פעלשן א גאנצע בריוו, נו, כבר הי' לעולמים.
איינער מיט גאר אסאך גאטטס, איינער וואס ווערט אהער אראפגעשיקט איינמאהל אין א מילעניום, וועט שוין פעלשן א ירושלמי אויף קדשים, נישט מער און נישט ווייניגער נאר צוזאמענשטעלן א גאנצע שקליא וטריא שלא הי' ולא נברא.
פארשטייט איהר מיר אבער אז עס געפונען זיך חתימות אויף דער וועלט, נאר נישט פונקט די וואס ער האלט אין די האנט, בריוו פעלן אויך נישט, און ירושלמיס זענען אויך פארהאן, דאס איז דאך דער ארבעט פונעם זייפן מוסיף צו זיין מחול אל הקודש, מן הדמיון אל המציאות.
גוט, די ארבעט ווערט אבער אפט לאנגווייליג.
וואס וואלט איהר אבער געזאגט צו א זייפן וואס וועט נישט זיין צופרידן פון עפעס ווייניגער ווי פאנטאסטישע דמיון, ער וויל מזכה זיין כלל ישראל מיט די העכסטע קוואליטעט סחורה כיד הדמיון הטובה עליו, אזא 'הנך אחד בכל דמיונות' ווי דער גור'ער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט.
אזא איינער קען אויספארעמען גאר א נייע געדאנק, א נייע דזשאנרע, צוקנעטן דערצו א פאנטאסטישע מעשה געפעפערט מיט מיסטישע דמיון, און עס נאך אנקלעבן אויף איינע פון די שענסטע נעמען וואס כלל ישראל פארמאגט.
אזוי שפאצירנדיג צווישן ביבליאטעק ווענט, דורכאקערנדיג מיט דארשט פילפארביגע כתבי יד וואס דער אידישער פאלק האט פראדוצירט אין לויף פון די פארגאנגענע טויזנט יאהר, שטויס איך זיך אהן אין א כתב יד מיט'ן נאמען 'איוב', שוין, וואס קען עס שוין זיין, מן הסתם נאך איינס פון פילע כתבי הקודש געשריבן אויף קלף.
אבער דאך, לאמיך כאפן א שנעלן בליק, גיב איך אזא מיש אריין ערגעץ אינדערמיט, און, והנה, עס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן א מחזה שלא מעלמא הדין, איך קען עס אייך נישט מסביר זיין אין ווערטער, ווייל זי רעדט נישט אונזער שפראך, אלזא כאפט א בליק און זעהט אליין.
איך מיש אהין און כ'מיש אהער, און יא, א גאנצע ספר וואס רופט זיך 'איוב' אנגעפילט מיט מאדנע צורות און פינטלעך, וואס גייט דא פאר?
מיש איך שנעל צוריק צום אנפאנג, פילייכט וועל איך דארטן געפונען עפעס אינפארמאציע געשריבן אין א שפראך וואס מיר ערדלינגען פארשטייען, והנה, לשמחתי כי רבה, זעה איך אז עס האט א הקדמה פון צוואנציג זייטן, מיט נייגער גיב איך קודם א קוק צום סוף הקדמה – לאמיך זעהן ווער חתמ'עט איהר, און אט דאס ליינען מיינע אויגן: כה דברי משה בר מיימון מעיר קודובה אשר בספרד ותשלום המלאכה בשנת ארבע אלפים ותשע מאות ותשעה וששים לבריאות עולם.
איך כאפ זיך גוט אהן אין בענקל וועלכע וויל מיר צו די ערד ווארפן, כ'ציפ זיך די אויגן און וויש מיך די אויערן... וואאאאאס???!!!! זעה איך גוט? איך הער שוין דעם מלאך מיר שושקען אין די אויערן ווי כ'האב דא מגלה געווען אויסער-וועלטליכע פארבארגענישן פונעם הייליגן רמב"ם.
כ'נעם זיך צוזאם מיינע צוויי הונדערט און עפעס אברים און כ'הייב אהן ליינען פון אנפאנג הקדמה:
דא איז דער רמב"ם מסביר ווי אזוי די נייע שרייב-סיסטעם ארבעט, מען צוטיילט די אלף בית אין ניין גרופעס פון דריי כזה: איק בכר גלש דמת הנך וסם זען חפף טצץ, קעגן דעם זענען דא ניין גרופעס פון נייע צורות וואס דער מלאך האט מגלה געווען, און העכער די צורות געפונען זיך פינטלעך, איין פינטעל מיינט אז די צורה געהער פאר די ערשטע אות פון די גרופע, צוויי פינטלעך איז פאר די צווייטע אות, אא"וו – זעה בילד.
האב איך איהם געפרעגט – איז דער רמב"ם ממשיך – עס איז טאקע געשעהן אזא גרויסע נס, אבער פארוואס פונקט מיט דעם סדר האותיות? האט ער מיר גענטפערט ווייל די אידן זענען געווען אפגעשוואכט אין תרומות ומעשרות, פארדעם האט דער אויבערשטער זיי מרמז געווען מצוות מעשר אין דעם כתב, 'איק בכר', א' איז מעשר פון י', י' איז מעשר פון ק', ב' איז מעשר פון כ' און כ' פון ר' אא"וו.
נאך גרויסע הפצרות האט ער מיר געגעבן רשות דאס מעתיק צו זיין, און כ'האב געטראפן עטליכע קליינע שינויים.
די קומענדיגע 14 בלעטער איז דער רמב"ם פארנומען ארויסצוברענגען די תמצית און נקודה פון ספר איוב, מיט זיין אייגנארטיגן גאלדענע שפראך, נאכ'ן בלעטערן א מינוט זעה איך אז די ווערטער און תוכן זענען מיר שטארק קענטיג, א רגע דערנאך האט עס ביי מיר אויפגעבליצט, יא, עס איז ווארט פאר ווארט פון מורה נבוכים [וואס כ'האב געברענגט דא].
צום סוף גיבט ער א ווארף אריין נאך א באונעס שמאנצע אינעם שאפפינג קארט: עס קען זיין אז דער כתב וואס האט זיך אויפגעשריבן ביי בלשאצר אויפן וואנט און קיינער האט עס נישט געקענט ליינען חוץ דניאל, אפשר איז עס געווען געשריבן מיט דעם נייעם הימלישן כתב, און דער חכם שרייבט נאך ארויס ווי אזוי עס וואלט געווען געשריבן – זעה בילד.

הנני יושב פתח האוהל לראות אם יש עובר ושב להכניסו בדלתות ביתי בדברים נאים המפתים, ואומר בא ברוך ה' אשריך שזכית לדפוק ולכנס בשער וכו' אל נא תעבור עד שתקרא ההקדמה מתחילתה ועד סופה, כי בזולתה יהיה לך ספר זה כדברי ספר החתום אשר יתנו אותו אל יודע ספר לאמר קרא נא זה, ואמר לא אוכל כי חתום הוא וכו' ובדרך קצר אודיעך פה קצת מענין הספר וכתיבתה כי כבר הארכתי בזה בהקדמה לספר בראשית.
ויהי כאשר התעו אותי אלהים מבית אבי ומארץ מולדתי ורדפוני טלטול אחר טלטול וכו' עד אשר הביאני אלהים לבית האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים, ונתתי לבי לתור ולדרוש אחר הספרים אשר היה לו ומצאתי קונטרס אחד אשר היה נכתב בכתב הזה, ונשתוממתי על המראה ועל הכתב הזה אשר מעולם לא ראיתי, ושאלתי לאותו הגאון על המראה ועל הכתב הזה.
והשיב לי, כתב זה (זה) יש סוד גדול ונורא בקשר בימי עזרא ונחמיה, כאשר היו רוצים לכתוב מבבל לירושלים על אודות בנין ירושלים, באשר שהמלך כורש הותר להם לילך ולבנות חורבות ירושלים, וסנבליט החורני ושמשי ... בנו של המן הרשע היו שונאים לישראל והיו רוצים לעצור הבנין והיו גוזלים האגרת משלוחי היהודים, ועל זה התפלל עזרא ונחמיה אל השם תפלות גדולות שיתן להם השם שכל והבנה (שיוכלין) [שיוכלו] לכתוב בלשון שיבינו ובצורות אחרות מה שאין יכולין לקרא הרשעים ההם.
ובא מלאך אחד ונתן להם כתב זה על פתקא אחת צורות האותיות, ולמד להם הכתב הזה כסדר הזה...