בלאט 1 פון 1
אינטערעסאנטע טשיקאווע מעשיות פון צדיקים
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:28 pm
דורך א איד
איך האב לעטענס באמערקט א שיינע פאר מעשיות פון פריערדיגע צדיקים ולמעלה בקודש, וואס עס וואלט געווען א גוט ארט עס ארויפצולייגן דא.
ווי אויך אויב איינער האט עפעס אינטרעסאנטס קען עס אהער ברענגען.
און מיט דעם הייב איך אן.
מען פארציילט אויף ר' אלעזר ריישא'ער זיעועכי"א, עס איז געקומען צו עם א חתן פאר די חתונה נעמען א ברכה, און דער חתן מיט זיין טאטן האבן זיך אהיימגעיאגט צו כאפן דעם באן אהיים, אבער ר' אלעזר האט געזאגט אז ער קען זיי נאכנישט אויפנעמען.
עס ווערט שפעט, און דער חתן ווערט נערוועז, און ער וויל שוין לויפן צום באן, אבער זיין טאטע זאגט עם, ניין דו ווארטסט דא אריינצוכאפן א ברכה פון רבין פאר די חתונה.
ענדליך לאזט זיי די גבאי שוין אריין, מען לייגט אראפ די קוויטל [מיטן פדיון שטייטזיך], און די רבי ווינטשט עם אן, שער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל מקוים ווערן ביי דיר דעם פסוק, על גחונך תלך ועפר תאכל כל ימי חייך, און דו זאלסט זיך צוברעכן דיין קארג.
דער חתן בלייבט שטיין פארוואנדערט, און הייבט אן צו וויינען רבי, פאר די ברכה האב איך געדארפט ווארטן און פארשפעטיגן די באן?
זאגט ר' אלעזרל, נעה וואס פארשטייסטו צו מיינע ברכות, איך האב געמיינט צו וואונטשן אזוי, על גחונך זאלסט זיין א גרויסע עושר און זאלסט האבן אזא בייכל ווי די עשירים גייען, תלך און דו זאלסט שטענדיג זיין א הולך און נישט קיין עומד, נאר שטייגן מעלה מעלה ברוחניות, ועפר תאכל כל ימי חייך, מיין איך צו זאגן אז דו זאלסט האבן פרנסה מזומן צו דיר שטענדיג אזוי ווי דער נחש האט זיין שפייז שטענדיג גרייט.
און דאס וואס איך האב געווינטשן אז דו זאלסט זיך צוברעכן דיין קארג, האב איך געמיינט צו זאגן, געווענליך זענען עשירים מקמצין, האב איך דיר געווינטשן אז דו זאלסט צוברעכן דיין קארגשאפט.
דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די אויספיר פון די מעשה, אז פעלט נישט אויס צו זאגן, אז אלעס איז מקוים געווארן אויפן האר, און נישט נאר דאס, נאר די באן האט זיך פארשפעטיגט, און זיי האבן געכאפט דעם באן.
ווער האט נאך עפעס אינטרעסאנטס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:55 pm
דורך א איד
ביי ר' אלעזר ריישא'ער איז געקומען א איד ערב סוכות, און ר' אלעזר האט געהאלטן אינמיטן ארויפלייגן סכך, און דער איד ווארט דארט אין ר' אלעזר פרעגט עם, וואס ער וויל, זאגט ער אז ער וויל עפעס רעדן מיטן רבין, אבער ער ווארט צו ביז די רבי ענדיגט ווייל ער וויל האבן די ישוב הדעת, זאגט עם ר' אלעזר אז ער קען עם פרעגן יעצט אויך, ער האט די ישוב הדעת.
זאגט דער איד אז זיין וויב האט עפעס א מיחוש אין הארץ, און די דאקטאר האט געזאגט אז מען דארף מאכו אן אפעראציע, און אפילו אזוי איז נישט זיכער אז זי וועט עפעס איבערלעבן, וויל ער פרעגן דעם רבין וואס צו טוהן, זאל ער יא מאכן די אפעראציע אדער נישט, ווי אויך דארף ער א ברכה אז עס זאל מצליח זיין.
ענפערט עם ר' אלעזרל, זאלסט מאכן די אפעראציע און זי וועט שטארבן, דער איד האט געמיינט אז ער פאלט צוזאם, און ער הייבט אן צו וויינען, רופט זיך ר' אלעזר פארוואס וויינסטו, איך האב עפעס געזאגט אז זי זאל יעצט שטארבן, שטארבן וועט זי אין פופציג יאר ארום, און די אפעראציע זאל זי מאכן יעצט.
און וויאזוי ענדיגט זיך די מעשה...... והך קוה, אז זי האט געלעבט נאך פופציג יאר געזונטערהייט.
Re: אינטערעסאנטע טשיקאווע מעשיות פון צדיקים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 10:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב זיך היינט אנגעשטויסען אין אזא מעשה, געדרוקט אין דער ספר תפארת לדוד אויף ר׳ דוד׳ל לעלובער.
הארט פאר זיין פטירה האט הרב פישל בערנשטיין געהאט א קינד, אדער אן אייניקעל, און ער האט געבעטן ר׳ דוד׳ל זאל זיין מוהל. ר׳ דוד׳ל האט אפגעזאגט, און ר׳ פישל האט געבעטען כאטש. צו בארגען די מעסער. ר׳ דוד׳ל האט נישט געוואלט בארגען, זאגענדיג אז ער וועט עס נישט צוריק באקומען.
ער האט דערציילט אז הרב שמעון דייטש האט געוואלט אמאל בארגען געלט פון דער רבי פון לובלין, וואס האט נישט געוואלט ווייל "איך וועל עס נישט צוריק באקומען". ר׳ שמעון האט צוגעזאגט צוריק צו צאלען און דער רבי פון לובלין האט איהם געגעבן די געלט, אבל הוא באחת אז וועט עס נישט זען צוריק. למעשה איז יענער יאר געווען שמיטה און דער רבי פון לובלין האט פארגעסן צו שרייבען א פרוזבול.
למעשה האט ר׳ דוד׳ל געבארגט דער מעסער, און ער איז אוועק איידער ער האט עס צוריק באקומען.
מיר האט געשטערט די רבי פון לובלין מעשה, עס איז דאך קעגן א פסוק חומש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 10:06 am
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זיך היינט אנגעשטויסען אין אזא מעשה, געדרוקט אין דער ספר תפארת לדוד אויף ר׳ דוד׳ל לעלובער.
הארט פאר זיין פטירה האט הרב פישל בערנשטיין געהאט א קינד, אדער אן אייניקעל, און ער האט געבעטן ר׳ דוד׳ל זאל זיין מוהל. ר׳ דוד׳ל האט אפגעזאגט, און ר׳ פישל האט געבעטען כאטש. צו בארגען די מעסער. ר׳ דוד׳ל האט נישט געוואלט בארגען, זאגענדיג אז ער וועט עס נישט צוריק באקומען.
ער האט דערציילט אז הרב שמעון דייטש האט געוואלט אמאל בארגען געלט פון דער רבי פון לובלין, וואס האט נישט געוואלט ווייל "איך וועל עס נישט צוריק באקומען". ר׳ שמעון האט צוגעזאגט צוריק צו צאלען און דער רבי פון לובלין האט אחהם געגעבן די געלט, אבל הוא באחת אז וועט עס נישט זען צוריק. למעשה איז יענער יאר געווען שמיטה און דער רבי פון לובלין האט פארגעסן צו שרייבען א פרוזבול.
למעשה האט ר׳ דוד׳ל געבארגט דער מעסער, און ער איז אוועק איידער ער האט עס צוריק באקומען.
מיר האט געשטערט די רבי פון לובלין מעשה, עס איז דאך קעגן א פסוק חומש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארוואס געשטערט?
יעדע מעשה אז צדיק האט געטאן עפעס קעגן די תורה, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 11:46 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זיך היינט אנגעשטויסען אין אזא מעשה, געדרוקט אין דער ספר תפארת לדוד אויף ר׳ דוד׳ל לעלובער.
הארט פאר זיין פטירה האט הרב פישל בערנשטיין געהאט א קינד, אדער אן אייניקעל, און ער האט געבעטן ר׳ דוד׳ל זאל זיין מוהל. ר׳ דוד׳ל האט אפגעזאגט, און ר׳ פישל האט געבעטען כאטש. צו בארגען די מעסער. ר׳ דוד׳ל האט נישט געוואלט בארגען, זאגענדיג אז ער וועט עס נישט צוריק באקומען.
ער האט דערציילט אז הרב שמעון דייטש האט געוואלט אמאל בארגען געלט פון דער רבי פון לובלין, וואס האט נישט געוואלט ווייל "איך וועל עס נישט צוריק באקומען". ר׳ שמעון האט צוגעזאגט צוריק צו צאלען און דער רבי פון לובלין האט איהם געגעבן די געלט, אבל הוא באחת אז וועט עס נישט זען צוריק. למעשה איז יענער יאר געווען שמיטה און דער רבי פון לובלין האט פארגעסן צו שרייבען א פרוזבול.
למעשה האט ר׳ דוד׳ל געבארגט דער מעסער, און ער איז אוועק איידער ער האט עס צוריק באקומען.
מיר האט געשטערט די רבי פון לובלין מעשה, עס איז דאך קעגן א פסוק חומש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וועלכע פסוק?
מען האט אין גאליציע נישט געשריבן א פרוזבול, ווי עס שטייט אין רמ"א. דער מעשה איז אויסגעזויגן לכאורה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 2:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
קאך_לעפל האט געשריבן:יעדע מעשה אז צדיק האט געטאן עפעס קעגן די תורה, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
לויט דעם קומט אויס אז די מעשה אז רביה"ק פלעגט דאווענען נאך סוף זמן תפלה איז אויך נישט אמת.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 8:28 am
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יעדע מעשה אז צדיק האט געטאן עפעס קעגן די תורה, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
לויט דעם קומט אויס אז די מעשה אז רביה"ק פלעגט דאווענען נאך סוף זמן תפלה איז אויך נישט אמת.
ער מיינט צו זאגן, אז דער צדיק איז נישט א צדיק.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 10:08 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יעדע מעשה אז צדיק האט געטאן עפעס קעגן די תורה, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
לויט דעם קומט אויס אז די מעשה אז רביה"ק פלעגט דאווענען נאך סוף זמן תפלה איז אויך נישט אמת.
ער הא- געהא- א היתר עפ"י הלכה...ואכמ"ל...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 2:00 pm
דורך אישתישבי
דאס איז זיכער אז ער האט קיינמאל נישט געטשעפעט א פליג.