בלאט 1 פון 4
אסטראנאמיע
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:15 am
דורך בונם
אסטראנאמיע איז א וויסנשאפט וואס
נישט צופיל מענטשן זענען דערין אינטערעסירט, און אפטמאל ווערט געפרעגט די פראגע
וויפיל מיר בענעפיטירן פון עס שטודירן.
ביי אונז אידן פארנעמט אסטראנאמיע א שיין מקום און עס איז פאראן אן א שיעור איבער דעם ענין, קידוש החודש, עיבור השנה וכו'.
אונזערע חכמים האבן פיל געטון אין דעם, ווי שמואל וואס האט געזאגט אז ער איז בקי בשבילי הרקיע אזוי ווי שבילי נהרדעא, און דער רמב"ם איז זייער מאריך אין דעם נושא וכו' וכו'.
איך וועל נישט אריינגיין אין לענגערע וויסנשאפטליכע אנאליזן, און בלויז צוברענגען קורצע פאקטן איבער וואס עס טוט זיך אין די הויכע רוימען.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 8:40 am
דורך ידען
גוטע נושא.
קען מען דא פרעגן זאכן וואס איך וויל וויסן וועגן אסטראנאמי?
ואס האט מען געהאט פון גיין אויף די לבנה און וואס זוכט מען ביי מארס? סע קאסט דאך ביליאנען דאלער, עפעס באקומט מען דורך דעם?
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:32 pm
דורך בונם
די סיבה פארוואס
מען איז געפלויגן צו די לבנה זענען געווען עטליכע.
מען דארף צוריקגיין א פאר יאר און פארשטיין וואס עס האט זיך אפגעטון אין
יענע יארן צו וויסן פארוואס מען איז אריינגעגאנגען אין דעם
ספעיס געיעג.
עס איז נישט געווען עפעס וואס מען האט גערעכנט צו טרעפן אויף די לבנה, ווי א פשוטער געיעג ווער עס איז שטערקער אין די טעכנאלאגישע פארשריט פון יענע תקופה, און וואס אמעריקע האט למעשה געוואונען. אויך איז עס גענוצט געווארן צו האלטן די אמעריקאנע יענקיס געשפאנט אין דעם אינטערעסאנטען געלויף אהין.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:41 pm
דורך בונם
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:49 pm
דורך ידען
ישר כח פארן ענפערן. העמער דארפן אפלייענען אלע לינקס צו פארשטיין וואס האסט געשריבן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:03 am
דורך חאצקל
עס איז דא גאנצע פלענער פון אן אזויגעריפענער "מארס פארבאנד" צו קאלאניזירן דעם מארס (מאדים) מיט מענטשן. איי וויאזוי וועט מען דארט לעבן אז ס'איז נישטא דארט קיין לעבנס מיטלען ? אויף דעם איז שוין דא גאנצע פלענער, וויאזוי אריבערצוברענגען אקסידזשן און וואסער א.א.וו.
אויב געלונגט עס, גייט דער מאדים זיין דאס וואס אמעריקע איז געווען פאר די אייראפייער מיט איבער הונדערט יאר צוריק. מ'וועט דארט לויפן זיכן דאס גליק. א היימישער איד וועט נישט טארן פארן צו דעם הפקר'דיגן לאנד דער נייער וועלט, ווי ס'איז נישטא קיין דעת תורה און איש כל הישר בעיניו יעשה. א טאטע וועט קלאגן אויף זיין זין וואס געפארן צום טריפנה'נעם מאדים...
ערגעץ ווען נאך א מהומה ביי אונז אין דער אלטער וועלט, וועלן רבנים אנקומען אהין. עפעס א סאטמארער רבי וועט דארט אנקומען און איינפלאנצן די אידישקייט פון דער אלטער היים דער ערד לויט דעם פשרה'לאזן וועג פון אמאל. פעק מיט שו"ת ספרים וועלן ארויס קומען צו דן זיין וויאזוי מ'איז זיך נוהג מיט די מצות שהזמן גרמה (אזוי ווי אויף קו התאריך). די ימים טובים, תפילין און תפילות וועט מען לכאורה טון אזוי ווי זכר למקדש כהלל. דער "כדור הארץ" וועט האבן עפעס א העכערע משמעות (ווי אמאל ארץ ישראל פאר די חוץ לארץ'דיגער ), דער פלאץ וואו אונזערע עלטערן האבן געוואוינט, תלמידי בעל שם, ראשונים, תנאים, דער מעמד הר סיני איז דארט פארגעקומען, און נאר דארט קען מען מקיים זיין מצוות זמניות כתקינם,
עפעס א סקווערער רבי -אדער אנדערע וואס טרעפן א באדייט אין מקומות הקדושים- פון יענע צייטן, וועלן כסדר מאכן נסיעות צום ארץ האבות דער כדור הארץ , און ארומפארן צו קברי אבותינו ורבותנו, א ר' חיים קאניעבסקי וכדו' וועט אויך האבן דארט וואס צו זיכן...
ווער קען זיך פארשטעלן די געוואלדיגע געפילן, דאס הייליגקייט און לויטערקייט וואס מ'שפירט אויפן כדור הארץ,דאס פלאץ וואו דער אויבישטער האט אויסגעוועלט צו געבן דארט אירע מצוות, ווייל נאר די קדישת כדור הארץ איז מסוגל פאר די מצוות ...
איר קענט מיר העלפן ווייטער פאנטאזירן???
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:55 am
דורך געפילטע פיש
קידוש וועט מען דארט קיינמאל נישט קענען מאכן, ווייל דארט איז אלעמאל שולט מזל מאדים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:29 am
דורך חאצקל
ידען האט געשריבן:גוטע נושא.
קען מען דא פרעגן זאכן וואס איך וויל וויסן וועגן אסטראנאמי?
ואס האט מען געהאט פון גיין אויף די לבנה און וואס זוכט מען ביי מארס? סע קאסט דאך ביליאנען דאלער, עפעס באקומט מען דורך דעם?
עס איז א באקאנטע פאקט אז נישטערן אין די בריאה, ברענגט שטענדיג אימדירעקט בעניפיטן, ווי רפואה א.ד.ג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:19 pm
דורך שמעקעדיג
חאצקל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:גוטע נושא.
קען מען דא פרעגן זאכן וואס איך וויל וויסן וועגן אסטראנאמי?
ואס האט מען געהאט פון גיין אויף די לבנה און וואס זוכט מען ביי מארס? סע קאסט דאך ביליאנען דאלער, עפעס באקומט מען דורך דעם?
עס איז א באקאנטע פאקט אז נישטערן אין די בריאה, ברענגט שטענדיג אימדירעקט בעניפיטן, ווי רפואה א.ד.ג.
מיט באקאנטע פאקטן קען איך זיך נישט טענה'ן, בפרט אויב פאר מיר איז עס נאך נישט באקאנט.
אפשר גיבסטו ביטע א משל, וועלכע רפואה אדער בענעפיטן האט מען אויסגעטראפן אין די בריאה? כ'מיין אזוינס וואל די קאסטן זאלן זיך אויסצאלן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:39 am
דורך פארשטאנד
מ'האט געטראפן דריי נייע מינעראלן אויף די לבנה, (איינס דערפון האט מען לעצטנס געטראפן אויך אין אוסטראליע אין גאר קליינע נומערן) וואס די נייע מינעראלן העלפן ארויס קעגן אסאך מחלות, ובתוכם קענסער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:44 pm
דורך חאצקל
וואס טוט זיך מיט דער "בלעק האל" (חור שחור) איז עס א מציאות אדער הוילע פאנטאזיעס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:48 am
דורך פארשטאנד
חאצקל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט דער "בלעק האל" (חור שחור) איז עס א מציאות אדער הוילע פאנטאזיעס?
ניין, עס איז נישט קיין פאנטאזיע עס איז אבזערווענד (עס איז נישט קיין וועקיום קלינער פון מעסס... א בלעק האול איז בכלל נישט קיין 'האול', עס איז מעסס און האט א מאסיווע גרעוויטי קראפט)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:21 am
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:פארשטאנד האט געשריבן:מ'האט געטראפן דריי נייע מינעראלן אויף די לבנה, (איינס דערפון האט מען לעצטנס געטראפן אויך אין אוסטראליע אין גאר קליינע נומערן) וואס די נייע מינעראלן העלפן ארויס קעגן אסאך מחלות, ובתוכם קענסער.
כ׳האב נישט געהערט אז מ׳זאל לעצטנס האבן באזוכט אויף דער לבנה?
נישט לעצטנס, נאר בשעתו ווען מ'איז דארט געווען. פארשטאנד האט זיך באצויגן צו ידען'ס שאלה:
ידען האט געשריבן:וואס האט מען געהאט פון גיין אויף די לבנה און וואס זוכט מען ביי מארס? סע קאסט דאך ביליאנען דאלער, עפעס באקומט מען דורך דעם?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:47 pm
דורך קווארטין
כאב געהערט אז די חכמה פון מייקראוועיו האבן סייענטיסטן אויסגעטרפן דורכדעם וואס מ'איז געווען אין ספעיס. ווייסט איינער דא צוזאגן דערוועגן?, אויך וואס איז דאס מייקראוועיוו, און מיט וואס איזדאס אנדערשט ווי א געווענליכע אויוון לגבי כשרות/בליעות וכדו.
אויב איינער קען דאס מבער זיין, תבוא עליו ברכה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:53 pm
דורך ידען
קווארטין האט געשריבן:כאב געהערט אז די חכמה פון מייקראוועיו האבן סייענטיסטן אויסגעטרפן דורכדעם וואס מ'איז געווען אין ספעיס. ווייסט איינער דא צוזאגן דערוועגן?, אויך וואס איז דאס מייקראוועיוו, און מיט וואס איזדאס אנדערשט ווי א געווענליכע אויוון לגבי כשרות/בליעות וכדו.
אויב איינער קען דאס מבער זיין, תבוא עליו ברכה.
וואס ווילסטו מבער זיין? די מייקראוועיוו אדער די געהעריגע אויווען?...
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:06 pm
דורך געפילטע פיש
מ'סתם מיינט ער אז ער וויל מאכן א ליבון חמור כדי צו כשר'ן די בליעות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:54 pm
דורך חכם מחוכם
היות איך האב מיך אריינגעגליטשט אינעם אסטראנאמיע אשכול, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א קשיא, וויפיל איך האב געטוהן דערינען און וויפיל איך האב פראבירט דאס צו פארשטיין ארבעט דאס נישט.
פארוואס פאלן מיר נישט אראפ פונעם פלאנעט, ס’איז דאך רינדעכיג?, אה, ס’דא אזא זאך וואס רופט זיך גרעוועטי וואס פארדעם פאלסטו נישט אראפ, און פארוואס די מענטשן פון אנטארטיקע קומט זיי נישט די בלוט ארויף אין קאפ, זיי שטייען דאך איבערגעדרייט?, און פארוואס די מענטשן וואס געפינען דא אין אמעריקע פיעלן נישט שיעף, דאס איז אויך וועגן גרעוועטי?, איי דאנט ביי דיס.
זאל זיך איינער פון די אסטראנאמיסטן נעמען דאס פענע און מסביר זיין, יישר כח למפרע.
ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:14 pm
דורך שמעקעדיג
חכם מחוכם האט געשריבן:היות איך האב מיך אריינגעגליטשט אינעם אסטראנאמיע אשכול, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א קשיא, וויפיל איך האב געטוהן דערינען און וויפיל איך האב פראבירט דאס צו פארשטיין ארבעט דאס נישט.

גבוה מכל הארצות מיינט מען "סיע לעוועל". (Sea Level)
As far as I know
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:26 pm
דורך חאצקל
איך וועל בע"ה פראבירן ערקלערן:
דע, אז דער גאנצער מציאות פון אויבן און אינטן, און אראפפאלן, עקזיסטירט נאר ווען מ'שטייט אויף א פלאנעט אזוי ווי אונזער וועלט, ווייל איינמאל מ'פליט אוועק ווייט פון דער וועלט און מ'געפונט זיך צווישן די שטערנ'ס, דאן עקזיסטירט נישט קיין אויבן און קיין אונטן, און ממילא אויך נישט קיין אראפ פאלן. ס'איז שווער צו באגרייפן פאר אונז מענטשן איינואוינער פון די ערד קוגל וואס זענען - צוליב די גראוויטי - שטענדיג געוואינט אז ס'דא א אונטן און אויבן, אבער ווען מ'געפונט זיך צווישן די שטערן זעט מען און מ'פילט אז עולם הפוך, ס'נישטא קיין הגדרה פון אויבן און הונטן, מ'פאלט אין ערגעץ נישט, אלעס דרייט זיך ארום מיר וכו'
קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות, ס'איז אזוי ווי מ'זאגט אז פלוני זיצט "אויבן" אן, דער מערב וועלט האט געגעבן פארן צפון דעם אויבן אן צוליב היסטארישע סיבות (טייל זאגן וויבאלד צפון פון די אמאליגע סופער פאוערס יון אשור בבל ארץ ישראל ועוד זענען געווען בערג בעת ביי דרום פון די לענדער זענען געווען מדבר אדער ים וואס קוקט אויס ווי אינטן [יורדי הים]). איי פארוואס ווערט ארץ ישראל אנגערופן גבוה מכל הארצות? אויף דעם קען מען ענטפערן אדער, אז ס'מיינט בחשיבתו, אדער כפשוטו, וויבאלד ס'איז נישטא אין דעם באל קיין אויבן און אינטן, קומט אויס אז וואו דו שטייסט איז אויבן, אזוי ווי פלוני האט געזאגט, אז וואו ער שטייט איז אין צענטער פון די וועלט... און היות ארץ ישראל איז פאר אונז חשוב הייסט עס פאר אונז די צענטער און שפוץ פון דער וועלט
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:27 pm
דורך יידל
גבוה מכל הארצות, אויב איז עס כפשוטו איז עס א טעות. דעריבער האלט טאקע דער מהר"ל אז דאס מיינט טאקע מעטאפאריש.
חאצקל, א שיינער הסבר כפשוטו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:26 pm
דורך ונבנתה העיר
חכם מחוכם האט געשריבן:היות איך האב מיך אריינגעגליטשט אינעם אסטראנאמיע אשכול, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א קשיא, וויפיל איך האב געטוהן דערינען און וויפיל איך האב פראבירט דאס צו פארשטיין ארבעט דאס נישט.
פארוואס פאלן מיר נישט אראפ פונעם פלאנעט, ס’איז דאך רינדעכיג?, אה, ס’דא אזא זאך וואס רופט זיך גרעוועטי וואס פארדעם פאלסטו נישט אראפ, און פארוואס די מענטשן פון אנטארטיקע קומט זיי נישט די בלוט ארויף אין קאפ, זיי שטייען דאך איבערגעדרייט?, און פארוואס די מענטשן וואס געפינען דא אין אמעריקע פיעלן נישט שיעף, דאס איז אויך וועגן גרעוועטי?, איי דאנט ביי דיס.
זאל זיך איינער פון די אסטראנאמיסטן נעמען דאס פענע און מסביר זיין, יישר כח למפרע.
די אלע ספיקות און שאלות שטאמען פון איין עם הארץ'דיגער בליק אויף די גאנצע מציאות פון גראוויטי.
עס איז נישט פשט אז ווען נישט גראוויטי וואלט מען אראפ געפאלן פון די וועלט, און די בלוט פון מענטשען אין אנטארטיקא וואלט אריינגעפארן אין קאפ, און די אמעריקאנער וואלטן זיך געשפירט שיעף, און ממילא דארף איך דיר קומען פארקויפן אז עס איז דא עפעס וואס שלעפט די אלע זאכן צו זיך.
די מעשה איז פונקט פארקערט, אהן גראוויטי איז נישט דא אזא מציאות פון 'פאלן', אהן גראוויטי גייט נישט קיין בלוט אריין אין קאפ וכו' וכו', והגה בעצמך, פארוואס זאלן זאכן טוישן זייער פאזיציע פון זיך אליין? פארוואס זאל מען נישט קענען שטיין ביים קוטב הדרומי און נישט אראפ פאלן? ווער שטופט דיר? [דאס איז חוץ די נקודה אז א כדור האט נישט קיין אויבן און קיין אונטן].
ממילא גייט דער חשבון פונקט פארקערט, 'גראוויטי' איז נישט א 'תירוץ' אויף דיינע שאלות, נאר ער איז דער וואס האט אין די פירסט פלעיס געמאכט די אלע פאקטן וואס דו נעמסט פאר גרענטעד.
וא"כ איז פשוט אז מען קען נישט אראפ פאלן פון די וועלט, ווען די גאנצע מושג פון פאלן איז נאר אדאנק די כח פון גראוויטי, וואס דער ערד שלעפט צו זיך.
[ד"א, איך גלייב אז עס האט נישט מיט אסטראנאמיע].
חכם מחוכם האט געשריבן:ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?
אז מען גייט אויף א כדור גייט מען אייביג סיי בארג ארויף און סיי בארג אראפ [מיט'ן כח המדמה קען מען עס פארשטיין], איז ווי אזוי איז מען קובע ווי אזוי מען גייט?
אטאמאטיש ווערט עס נקבע דורך דעם פלאץ וואו מען וויל אנקומען\זיין, ווייל ווען מען גייט אהין, מיט'ן פנים צו יענע פלאץ, איז יענע פלאץ אייביג העכער רעלאטיוו צום פלאץ פון וואו דו קומסט, און ווען דו גייסט אוועק פון דארט מיט'ן רוקען אהין גייסטו אראפ.
ממילא אז אר"י איז דער מקום וואו מען וויל גיין\זיין, און אז מען גייט אוועק פון דארט איז עס נאר במקרה און נישט בעצם, איז אר"י אטאמאטיש די העכסטע פלאץ, ודו"ק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:29 pm
דורך געפילטע פיש
זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:37 pm
דורך ונבנתה העיר
געפילטע פיש האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.