בלאט 1 פון 1

די סיילענט gh

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:07 am
דורך דריידל
איינס פון די מאדנע זאכן אין די ענגלישע שפראך איז אז ס'זענען פארהאן אסאך סיילענט אותיות. להבדיל אין די תורה ווייסן מיר איבער די מחלוקת צו יש אם למקרא אדער יש אם למסורת און אלץ איז דא דרשות אויף די קרי און די כתוב. אין ענגליש זענען אבער די סיילענט אותיות אן א פארוואס און אן א פארווען, לכאורה.

וויל איך דא מיטטיילן וואס כ'האב אמאל געהערט פון איינער וואס האלט זיך פאר א ידען איבער שפראך און גראמאטיק.

זאגט ער אזוי. די ענגלישע שפראך איז דאך צאמגעשטעלט פון ווערטער פון עטליכע שפראכן. דויטש (אידיש) איז איינע פון די שפראכן וואס איז די מקור פאר אסאך ענגלישע ווערטער. אין דויטש זאגט מען gh אזויווי ח'. אין ענגליש איז נישטא קיין ח' און אסאך גוים האבן טאקע א הארד טיים עס צו פערנאנסען.

אז מ'וועט זיך מתבונן זיין וועט מען זעהן אז אסאך פון די ווערטער וואס האבן א סיילענט gh קומען פון דויטש נאר מיט א ח'. עס איז דעריבער מסתבר צו זאגן אז וויבאלט ס'איז געווען שווער ארויסצוזאגן די ח', האט מען עס פשוט געמאכט סיילענט.

אט זענען עטליכע משלים:

נאכט night
לאך laugh
הויך high
ליכט light
פראכט freight
פארכט fright
טאכטער daughter
מאכט might
גע'בראכט brought
נאכבאר neighbor
רעכט right

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:10 am
דורך ישמעאל הכהן
געטראכט thought?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:15 am
דורך דריידל
קענסט שרייבן "טראכט".

כ'האב אויך "געטראכט" דערפון אבער למעשה איז עס נישט ממש די זעלבע ווייל אין ענגליש איז נישטא די r

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:25 am
דורך שמערל
Thought =געדאכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:39 am
דורך berlbalaguleh
און וואס איז מיט די אנדערע ווערטער אין די ענגלישע שפראך וועלכע פארמאגן "שטילע" אותיות...? ווי "קני" און (ק)נייף...?...!
דער ענטפער איז די זעלבע. ווייל (לכה"פ) אלט ענגליש איז געווען שטארק ענליך צו דייטש. און אין דייטש זאגט מען יא ארויס די סיילענט לעטטערס...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 7:55 am
דורך Big Boy
A "ches" in German is ch not gh. Also, does English come from German or do both come from Latin like French and Spanish?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:13 pm
דורך דריידל
berlbalaguleh האט געשריבן:און וואס איז מיט די אנדערע ווערטער אין די ענגלישע שפראך וועלכע פארמאגן "שטילע" אותיות...? ווי "קני" און (ק)נייף...?...!
דער ענטפער איז די זעלבע. ווייל (לכה"פ) אלט ענגליש איז געווען שטארק ענליך צו דייטש. און אין דייטש זאגט מען יא ארויס די סיילענט לעטטערס...!


טאקע איטערעסאנט, אבער פארוואס האט מען עס געמאכט סיילענט אין ענגליש?

קני knee
קען (קאן) know
קנאק knock

Knife ווייס איך נישט פשט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:און וואס איז מיט די אנדערע ווערטער אין די ענגלישע שפראך וועלכע פארמאגן "שטילע" אותיות...? ווי "קני" און (ק)נייף...?...!
דער ענטפער איז די זעלבע. ווייל (לכה"פ) אלט ענגליש איז געווען שטארק ענליך צו דייטש. און אין דייטש זאגט מען יא ארויס די סיילענט לעטטערס...!


טאקע איטערעסאנט, אבער פארוואס האט מען עס געמאכט סיילענט אין ענגליש?

קני knee
קען (קאן) know
קנאק knock

Knife ווייס איך נישט פשט.

ס'דא א יש אומרים אז אויף אלט (אריגינאל) ענגליש, וואס מ'האט גערעדט מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק, האט מען יא אותיות...!ארויסגעזאגט די שטילע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:04 pm
דורך בשבילי!
Fight געפעכט
בדרך אפשר

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:44 pm
דורך דריידל
אכט eight

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:48 pm
דורך פלאוויוס
דריידל האט געשריבן:
טאקע איטערעסאנט, אבער פארוואס האט מען עס געמאכט סיילענט אין ענגליש?


זאגסטו "דער טאטע" אדער "דע טאטע"?... קיינער באשליסט נישט צו "מאכן" סיילענט אין סיי וועלכער שפראך, אבער ס'געשעט מיט די צייט. דער אידיש וואס מיר שרייבן און דער אידיש וואס מיר רעדן איז נישט אלעמאל די זעלבע שפראך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:17 am
דורך קאווע טרינקער
דורך through

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:51 am
דורך petergrifin
:o קוק נאר װער איז דא! שלום עליכם װעלקאם בעק.
אדער ביזטו אלעמאל דא נאר איך זעה דיר נישט?