בלאט 1 פון 1

תנו רבנן...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:40 am
דורך ציבעלע-קיגל
דער זלאטשעווער רבי'ס ז"ל תנו רבנן...

איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט דא, אבער ווייל ער האט אזוי שטארק געארבעט אויף משמח זיין אידן, דאכט זיך מיר אז מען קען עס לייגן דא אין "א שמייכל", אויך ווייל ווען מען דערמאנט זיך ווי אזוי ער פלעגט דאס זינגען, ברעגט עס טאקע א שמייכל...

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד...
"כיצד" איז טייטש "וויאזוי",
די זיווג זאל עולה יפה זיין, עס זאל זיין כה וכה!

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד מרקדין...
"מרקדין" איז טייטש "טאנצען",
די זיווג זאל עולה יפה זיין און די שמחה זאל זיין אינגאנצן!

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד מרקדין לפני...
"לפני" איז טייטש "פאר",
די זיווג זאל עולה יפה זיין עס זאל זיין אן א צער!

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד מרקדין לפני הכלה...
"כלה" איז טיישט "שניר",
די זיווג זאל עולה יפה זיין עס זאל זיין אלעס גוטס אן א שיעור!

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד מרקדין לפני הכלה נאה...
"נאה" איז טיישט "שיין",
די זיווג זאל עולה יפה זיין, עס זאל זיין גוט און פיין!

תנו רבנן, די רבנן האבן געלערנט, די רבנן האבן געלערנט, כיצד מרקדין לפני הכלה נאה וחסודה...
"וחסודה" איז טייטש "פרום",
די זיווג זאל עולה יפה זיין, עס זאל זיין גוט ארום און ארום!

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:45 am
דורך shem-tov
שכח צוויבל. איז דא אפשר בנמצא א ווידיאו פון די תנו רבנן

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 8:32 am
דורך איחוד פעלד

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 10:05 am
דורך shem-tov
:)
שכח איחוד. אוי איז דעס שיין

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 5:27 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דאס איז נישט אזוי קלאר. איך האב א ריקארדינג אבער עס איז צו גרויס דא ארויפצושטעלען. אויב איינער קען מיר זאגען ווי אזוי מען קען ארויפלייגען א אודיאו פייל וואס איז אביסעל צו גרויס