בלאט 1 פון 3

נפתלי מאסטער [אדער מאנסטער..] פארפירט אקעגן אונז!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:10 pm
דורך לא להנאת גופי
דער געמיינער יונג הערט נישט אויף צו פארפירן איבער 'חרדישע עדיוקעישען' ער מאכט יעצט א פעסטע law-suit אקעגן דעם ציבור. דא האט איר דעם ניו יארק טיימס:
http://www.nytimes.com/2014/11/23/nyreg ... .html?_r=0

ער האט א ארגאנאזאציע אויך, דא קענט איר זעהן:
http://yaffed.org/

יעצט להערה בעלמא:
וויפיל אינגעלייט ביי אינז זענען געהעריג broke? און לעומת זה וויפיל גבירים עשירים קענען מיר אין -סאטמאר -באבוב -גער -סקווער -צי אפ' פאפא.. ??
יעדער ווייסט אז דער נושא איז א אלטע אויסגעטרויטענע נושא, אבער ס'איז קיימאל נישט געווען איינער וואס האט זיך אויפגעשטעלט און מסביר געווען די וועלט, לעיני העמים והשרים, אז מיר חסידישע אידען קענען זיך אן עצה געבן אן קיין עדיוקעשען.
מיר האבן אזויפיל P.R. עסקנים וואס זארגען זיך אויף יעדער קליינערקייט, מיר האבן ב''ה jewinthecity וואס מאכט אזעלעכע הערליכע ווידיא'ס, מיר האבן אפ' ר' דוד גרינפעלד וואס זעהט אז די טרעפיק זאל זיך פירען על צד היותר טוב, אבער ווידער אזא ריזעגע נושא זענען מיר אום-בייהאלפען. פארוואס??
וועט איינער טענה'ן, ווער דארף מסביר זיין פאר די וועלט, און סתם מאכן איבריגע עין הרע, אויף וואס פעלט עס אויס??
ס'איז אבער ליידער א גרויסע פראבלעם. יעדער יודע דבר ווייסט אז ווען א איד האט א court-case בעניני ממונות, וועט ער 85% זיכער פארלירען, און דאס איז ווייל די שונאי ישראל קענען נישט פארשטיין וויאזוי א איד קען מאכן אזוי פיל געלט אן fraud. די עפ. בי. איי. איז הינדערט פראצענט זיכער אז יעדער היימישע גביר איז מלא fraud.. דאס איז א ריינע פאקט. וואס ברענגט אן א שיעור צרות.

נו אפשר איז געקומען די צייט איינאר זאל אויפשטיין און מאכן א ארגאנאזאציע וואס זאל פשוט ווייזען די וועלט צענדליגע חרדישע ביזנעסעס וואס זענען פלעין מצליח אלס א פשוטע succssesful ביזנעס??

מיר דארפן סך הכל ברענגען פאקטן!!!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:34 pm
דורך ירח בן יומו
ווי האט יענער געזאגט ווען די רבי האט איהם געוואנטשן אז די אמת זאל ארויסקומען.
אוי ווי רבי, נאר די אמת נישט.

אבער ערענסט גערעדט איז עס קלאר און אפן פאר ווער ס'וויל וויסען, דער וואס ווייסט נישט וויל נישט וויסן, און ס'וועט נישט העלפן קיין סאך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:37 pm
דורך איך אויך
דער פראבלעם איז אבער אז רוב מאל זענען די עפ.בי.איי. גערעכט..
אויף דעם מאסטער יש עוד להאריך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:33 pm
דורך גנדי
די וועג צו רעכענען אויב מיר האבן פרנסה איז נישט זאגן וויפיל זענען עכט BROKE. און קוק וויפיל זענען מצליח.

די האסט אויסגעלאזט די גרויסע אינמיטן. דא ליגט די פראבלעם. וויפיל זענען MIDDLE INCOME?

וואס איז אונזער MEDIAN INCOME

דאס אז 1% פראצענט איז שטארק מצליח (דורך דריידלעך?) וועט נישט העלפן רוב ציבור.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:46 pm
דורך גנדי
איך גיי נישט אריין צו נפתלי וויל אויפטוהן אדער ער מיינט להכעיס.

אבער אונז דארפן זיכער זארגן פאר די עתיד פון אונזערע קינדער. אן באקומען א גוטן עדיוקעישאן וועלן זיי נישט האבן קיין עתיד.

רוב ארבעט וואס אינגעלייט טוען היינט וואס מען דארף נישט זיין צופיל געלערנט (למשל: דרייווען. גראסערי. אד"דג) וועלן קאמפיוטערס איבערנעמען.

דריידעלעך וואס מען מאכט היינט וועט אויך ווערן אסאך שווערער...

דאס וואס אינגעלייט זענען היינט מצליח וועט זיין אסאך שווערער אין די קומענדיגע דור.

איזהו חכם הרואה את הנולד.

ענדערש מאך אן ארגינעזעשאן וואס וועט העלפן די קינדער. אזוי וועט נפתלי נישט קענען האבן מער קיין טענות...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:02 pm
דורך שמן זית
איך האב נישט קיין השגה וואס דער עולם וויל דא פון אונזער "למדו אומנות" סיסטעם.

איך האב געלערנט אין א היימישע חדר, וואס ווארפן פיטשעס אויף די טיטשער איז געווען א רוטין, כ'קען זאגן בפה מלא אז איך האב מיר מן הסתם נישט געלערנט קיין ווארט ענגליש דארט, אפגערעדט פון עפעס מער, און אין די עלטערע כיתות האט מיר מיין טאטע אפילו ארויסגענומען בכלל פון ענגליש.

איך בין אויפגעוואקסען, און - כ'רעד אפילו אלס בחור, פאר די חתונה, ווען מ'איז נאך אונטער'ן פארטעך - דאס לעבן האט פארלאנגט דאס מינימום, כ'האב מיר געלערנט אליין, צוביסלעך, א ווארט נאך א ווארט, אלס עלטערע בחור האב איך מיר געדרייט ביי איינעם אין אפיס און איינגעקויפט די מינומום קאמפיוטער וויסנשאפט.

איך האב חתונה געהאט, און אנגענומען א פול טיים דזשאב, וואו מ'דארף קענען ענגליש מיט קאמפיוטער, און כ'זעה נישט עס זאל מיר עפעס פעלן. (כ'האף מיין בעה"ב זעהט אויך נישט....)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:12 pm
דורך גנדי
האסטו געהאט מזל אז אלס "עלטערע בחור" האסטו זיך געדרייט ביי איינעם אין אפיס און איינגעקויפט די מינומום קאמפיוטער וויסנשאפט.

וואס וועט זיין ווען אונזערע קינדער וועלן חתונה האבן ביי די 18 און גלייך האבן א קינד און נישט האבן קיין צייט זיך צודרייען?

מיר ווילן אז אונזערע קינדער זאלן זיך נישט דארפן לערנען אליין. זאלן נישט דארפן לערנען צוביסלעך, א ווארט נאך א ווארט.

וואס איז די גרויסע עבירה פון לערנען אביסעלע ענגליש לייענען. פארוואס דארף מען אזוי לוחם זיין אויף דעם?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:12 pm
דורך יידל
שמן זית, אויב כ'מעג פרעגן, וויפיל איז די פעי טשעק?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:14 pm
דורך גנדי
שמן זית, וועסט קענען חתונה מאכן כאטשיג 8 קינדער מיט דיין געהאלט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:21 pm
דורך נח בער
אלס א פאלק וואס האט מער קינדער און וואס מוז וואוינען דייקא אין די טייערסטע געגנטער פון אמעריקע, פארלאנגט זיך אז מיר זאלן אויך מאכן מער געלט ווי וואס דער דורכשניטליכער אינגערמאן נעמט אהיים ענדע וואך.

אפשר ווייסט איינער די בערכ'דיגע סומע וואס אונזערע אידעלעך אן עדיוקעישאן מאכן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 5:24 pm
דורך שמן זית
פאר ווער עס וויל זייער שטארק וויסן וועגן מיין פעי טשעק, איך מאך ברוך השם א שיינע געהאלט, הגם צו איך וועל קענען חתונה מאכן אכט קינדער מיט מיין יעצטיגע געהאלט, קען מען זיך דינגען, אבער איך מאך נאך ב"ה עני טיים אזוי שיין ווי ווען איך וואלט ווען געקענט א געשליפענעם ענגליש אין כיתה ווא"ו...

יעצט עס איז הודערט פראצענט אז עס איז נישט קיין שום עוולה צו לערנען מיט די קינדער מער, זיי זאלן טאקע זיך נישט דארפן דרייען אלס עלטערע בחור ביי אפיסעס... און איך האב קיינמאל נישט געהערט אז די מוסדות זאל "מוחה" זיין אויף דעם.

אבער אז זיי פילן נישט פאר וויכטיג אריינצולייגן מער עפערט אין דעם, זעה איך נישט וועם עס זאל שטערן.

כלל ישראל איז ב"ה א עם נבון, און איך גלייב אז 98 פראצענט קינדער וועלן זיך א עצה געבן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:19 pm
דורך לא להנאת גופי
@גנדי:
קודם כל, רוב ציבור איז זייער פיין מצליח.
איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין ישיבה פלעגן רוב בחורים [70%] גיין טייער אנגעטין מוט נייע קליידער יעדער מאנטאג און מוטוואך, אין קעמפ פלעגט רינען קעש-געלט, און דאס איז געווען בחורים פון צווישען 10 קינדער. שפעטער אין כולל איז אויך נישט געווען ציפיל ערגער, אינגעלייט האבן געהאט געלט פון וואו?? נאכן צאלן די הויעכע רענט וכו'.. ווער רעדט נאך פון חתונות, וואס, יא איך ווייס אויך אלע דרשות, תקנות, א.א.וו. סוף כל סוף רינט געלט איבעראל. און די עולם לעבט ב''ה.
און איך בין שוין קראנק פון הערן די העצליכע ווערטער פון אזעלעכע ''שלימזלנים'' ווי דיר!!! וואס קענען זיך נישט צאם נעמען און ווייסען נישט common-sense!! וואס דאס איז סך הכל וואס מ'דארף אין ביזנעס!!
איך שווער דיר, אז ווען דו גייסט ווען צו 'harverd' וואלטסטו געווען די זעלבע לא יצלח, ס'איז אלס תלוי אין דער מענטש.
די גוים ווייסען עפעס מער??? וואס שטותים??
מזיצט אוןמ'טרענט מיידלעך א גאנצע טאג, טוען גארנישט מוט די צייט, טו מיר א טובה. גענוג מוט דער נידריגע האס אויף א מוצלחדיגע ציבור!!
נעם עמעזאן פאר א משל!! וואס דארף מען אזוי גערופענע skills מצליח צי זיין אויף עמעזאן???
פארוואס זענען דא הינדערטער אינגעלייט דארט וואס שארען גאלד יעדער חודש???
ווער וואלט דיר פונקטליך אויסגעלערנט די אזוי גערופענע 'דריידלעך' אויף עמעזאן??? דיין קאלעדזש טיטשער?? אדער דיין חבר פון כולל????
דריידלעך??? יא דריידלעך!!!! טו עס אויך ווער האלט דיר צירוק??? :?: :?: :?: :?: :?:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:50 pm
דורך שמעקעדיג
לא להנאת, טרייבסט אביסל איבער, ס'איז נישט אזוי גאלד ווי דו מאכסט עס, ועוד חזון בל"נ, כ'יאג זיך יעצט אביסל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:55 pm
דורך איך אויך
אה וועלכע פלייט דארפסטו כאפן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:09 pm
דורך יאיר
לא להנאת גופי האט געשריבן:@גנדי:
קודם כל, רוב ציבור איז זייער פיין מצליח.
איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין ישיבה פלעגן רוב בחורים [70%] גיין טייער אנגעטין מוט נייע קליידער יעדער מאנטאג און מוטוואך, אין קעמפ פלעגט רינען קעש-געלט, און דאס איז געווען בחורים פון צווישען 10 קינדער. שפעטער אין כולל איז אויך נישט געווען ציפיל ערגער, אינגעלייט האבן געהאט געלט פון וואו?? נאכן צאלן די הויעכע רענט וכו'.. ווער רעדט נאך פון חתונות, וואס, יא איך ווייס אויך אלע דרשות, תקנות, א.א.וו. סוף כל סוף רינט געלט איבעראל. און די עולם לעבט ב''ה.
און איך בין שוין קראנק פון הערן די העצליכע ווערטער פון אזעלעכע ''שלימזלנים'' ווי דיר!!! וואס קענען זיך נישט צאם נעמען און ווייסען נישט common-sense!! וואס דאס איז סך הכל וואס מ'דארף אין ביזנעס!!
איך שווער דיר, אז ווען דו גייסט ווען צו 'harverd' וואלטסטו געווען די זעלבע לא יצלח, ס'איז אלס תלוי אין דער מענטש.
די גוים ווייסען עפעס מער??? וואס שטותים??
מזיצט אוןמ'טרענט מיידלעך א גאנצע טאג, טוען גארנישט מוט די צייט, טו מיר א טובה. גענוג מוט דער נידריגע האס אויף א מוצלחדיגע ציבור!!
נעם עמעזאן פאר א משל!! וואס דארף מען אזוי גערופענע skills מצליח צי זיין אויף עמעזאן???
פארוואס זענען דא הינדערטער אינגעלייט דארט וואס שארען גאלד יעדער חודש???
ווער וואלט דיר פונקטליך אויסגעלערנט די אזוי גערופענע 'דריידלעך' אויף עמעזאן??? דיין קאלעדזש טיטשער?? אדער דיין חבר פון כולל????
דריידלעך??? יא דריידלעך!!!! טו עס אויך ווער האלט דיר צירוק??? :?: :?: :?: :?: :?:

אפשר וואלסטו געקענט איבערזאגן אין א פשוט'ער אידיש וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אן קוועסטשאן מארקס און עקסקלעמעישאן פוינטס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:56 pm
דורך גנדי
הלואי וואלט זיך געגאסען געלט. איך זעה ארום מיר ווי יעדער מוטשעט זיך. יעדער בארגט פון רעכיל צו באצאלען מעכיל. אפילס. טיי אווענטס. מסיבות. און דער עולם ווייסט נישט ווי אזוי צו ענדיגן די חודש.

חוץ געציילטע חברים וואס זענען רייך געווארן פון דריידלעך. און יעדעס מאל FBI באפאלט וויליאמסבורג ציטערן זיי אין די הויזען.

וועם ווילסטו אויסנארען? וועמען מיינסטו אז די שפילסט אויס? אונז אלע וואס גייען אין די זעלבע מקוה ווי די? אונס אלי וואס האבן די זעלבע חברים?

וויפיל קויפן א הויז אויף די אייגענע נאמען? וויפיל האבן באקומען מארגעגדש מיט אמת׳ע פאפירען?

פרעג די אלע וואס שארען גאלד אויף עמעזאן. וויפיל מאל האט ער דערלייגט געלט אויף עמעזאן ביז ער האט זיך אויס געלערענט די חשבונות פון פראפיט מארזדשינס. טעקס. פערסענט. מארק אפ. אד״ג.

וויפיל פון מיינע חברים וויינען היינט אז ווען מען וואלט געלערנט בעסער חשבון וואלט ער נישט פארלוירען געלט אויף זיין ערשטע קאנטעינער פון טשיינע.

אפילו נניח אונז זעמיר א מוצלחדיגע ציבור. מיט א בעסערע עדיוקעשיאן וואלטן מיר געקענט זיין ביליאנערן און נישט סתם מיליאנערן.

לשיטתי לאמיר לערנען מער כדי אונזערע קינדערע זאלן קענען ענדיגן דעם חודש.
לשיטתך לאמיר לערנען מער כדי אונזערע קינדער זאלן זיין מער מוצלח׳דיג פון אונז.

הכל מודים. לערנען מער וועט נישט שאדן פאר קיינעם.

אויב אזוי פארוואס דארף מען פייטען יעדעם וואס בעט א בעסערע חינוך. פארוואס דארפסטו מיר רופען א שלאמזל נאר פארן בעטן א בעסערען חינוך. לאמיר דיבאטירען א נושא אן אטאקירען דעם מענטש. (דאס זאל מען אויך בעסער מחנך זיין אונזערע קינדער)

סוף פסוק. איך וויל העלפן אידישע קינדער. בעסער מחנך זיין קען מען אייביג.

און אויב אונז וועל מיר ז'יל נישט פארבעסערן אליין וועט אוטמאטיש די גאווערמענט אריינקומען. און אויך וועט יעדער אליינס לערנען די קינדער. אזוי ווי סהייבט שוין געשעהן מיט P3. און יונגעלייט וואס באקומען לייסענס אין עדיוקעישאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:55 pm
דורך לא להנאת גופי
אקעי, כ'מיז מודה זיין אז איך בין אביסל היציג צו דער נושא, מער ווי אנדערע נושאים. ווייל אין אלגעמיין בין איך שטארק מודה צו אסאך טענות אויף אינזער לייף סטייל, אבער דא ביי דעם נושא פיל איך אז ס'איז נישט די 'אויפגעקלערטע' זייט וואס רעדט, ס'איז נאר די טיפשות'דיגע איינזאטיגקייט פון מענטשען ואס מוזען זעהן שלעכטס אויפן ציבור סתם פון ווייטאג. [און ווייטאג, איז כולל ולא מוגבל: לא יצלח, פויל, אומאחריות'דיג, פערסענעליטי פראבלעם, לעק אוו פרענדס, וכו' וכו'].
קודם כל די גוים. לאמיר אביסל א קוק טון אין גוי'שע חדרים אדער קאלעדזש. וויפיל מעשיות געשעהן דארט יעדער יאר, הריגות, רציחות, זנות אויף דער ערגסטע אופן, און ווען מ'האט איבריג צייט שפילט מען ספארטס און מ'גייט שעות אריכות אין דזשים כדי זיך אויסציארבעטן, אדער זיצט מען אויף פעיסבוק בשעת די טיטשער געט עפעס א לעסען. וואס ע''פ דעמאקראטיע מעג מען סייווי נישט צווינגען די עולם אויסציהערן.. גלייב מיר יעדער גוי וואלט זיך געווינטשען אז זיינער קינדער זאל מען איינשפארען אין א ישיבה ביז די 20, בעסער ווי...
טו מיר א טובה, דו sounds ווי די שוטים וואס רעדן אויף די footstep ווידיא, וואס וויינען ווי קינדער, וואס אפ' איך, קען א בעסערע ענגליש ווי זיי, אז נעבעך נעבעך, זייער ערשטע ''קוש'' אין זייער לעבן איז נעבעך געווען הערשט ביי די 20.. [כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן נישט געקושט די תפילין יעדעם טאג, וואס איז ער שולדיג?..]

לאמיר נעמן א קליינע משל. אמאל געהערט פון CARDCASH?? צוויי אינגעלייט אין לעיקוואד אויפגעקומען מוט א איידיע, און נאך 3 יאר זענען זיי געווארען א מאלטיי מיליאן $ ביזנעס מוט קרוב צו 100 זשאבס פארן היימישע ציבור. זעלבע זאך מוט B & H. אזוי זענען דא צענדליגע קאמפאניס, וואס הלוואי איינאר זאל מאכן דא א ליסטינג.
ווען איינער מאכט נישט קיין געלט איז די ערשטע זאך וואס איז שולדיג די חינוך. וואס דען זאל ער זאגן, זיך אליין??????

לאמיר דיר זאגן נאך איין זאך. ביי מיר אין ישיבה קטנה, זענען געווען עלטערן וואס האבן געשיקט זייערע קינדער צו א פריוואטער אינגערמאן וואס האט נוט זיי גענומען די ריזשענטס כדי זיי זאלן קענען נעמן א דעפלאמא. איך געדענק אפאר וואס זענען געגאנגען, און טאקע ביים ערווארטערטע טאג באקומען א ''פראפעסיאנאלע'' דשזאב, וואס זיי זיצען נאך עד היום דארט, מוט אלט מאדישע אמעריקאנער 'בענעפיטס'' און אפ' א ריטייערמענט פלאן.. פרעג איך עם איין טאג, משה וואס האט זיך דיר געלוינט די גאנצע מעשה?? זאגט ער מיר, וואס הייסט, וואס גייסטו טוען ביי די 60?? איך האב א פלאן!! [אזויווי נחמן קאלער האט געהאט 'א פלאן'..]. זאג איך עם ביז דעמאלס וועט דיין קאמפאני שוין לאנג זיין באנקראפט, און איך וועל שוין האבן צוויי אויסגעצאלטע בולדינגס...
בקיצור די גאנצע זאך איז לא מעלה ולא מוריד, אבי צי פארדרייען א קאפ!!!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:05 pm
דורך לא להנאת גופי
דער וואס קען ברענגן נאך נעמען פון איד'ן וואס האבן פראפעסיאנאלע קאמפאניס אין אמעריקע
איך פערזענליך ווער זייער נתפעל פון זיי:

http://www.cardcash.com/
http://www.mupsshoes.com/
https://realbeanz.com/
http://www.bhphotovideo.com/
http://www.starsnacks.net/
https://www.1stmerchantfunding.com/

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:24 pm
דורך Korea
T biggest developer in Williamsburg

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:31 pm
דורך גנדי
איך האב יעצט אדורך געקוקט נאכאמאל די פארבס ליסט פון רייכסטע מענטשן. איך האב נישט געטראפען קיין איין חסידישע. אידן אסאך. אבער נישט חסידישע.

די ברענגט צוויי לעיקוואד חברה. דוכט זיך אין לעיקוואד לערנט מען בעסער ענגליש. און אלע קענען גוט רעדן און ליינען ענגליש.

אונז וויל מיר אונזערע קינדער זאלן קענען ענגליש אזוי גוט ווי אונזערע זיידעס און באבעס האבן געקענט אונגאריש. איך פארשטיי נישט פארוואס בעטן א בעסערן חינוך פאר אונזערע קינדער זאל דיר אזוי אויפרעגען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:35 pm
דורך לא להנאת גופי
האסט געהעריג פארפאסט דעם פוינט.
אבער אגב וועגן דער אויבן דערמאנטעם ליסט, אלע זענען היימישע חסידישע אינגעלייט.
כ'האב מורה אז דו ביסט פשוט ''פאקט-לאז''. א פראבלעם וואס google קען גאר שטארק ארויסהעלפען. הגם נישט אייביג .

און וועגן פארבס. איזי ענגלענדער [א תלמיד פון באבוב] איז נישט דארט?? וועלכע ליסט האסטו געקוקט? פון 2014?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:49 pm
דורך קאווע טרינקער
לא להנאת גופי, איר זענט בכלל נישט להנאת רוחי, אנטשולדיג.

לאמיר זאגן אז מ'קען מאכן פרנסה אן קענען ענגליש, איז דאס אבער א חסרון אינעם מענטשליכקייט פון אן אמעריקאנער געבוירענער, און מאכט א חילול השם מיט זיין צוהאקטע ענגליש.

מ'קען זיין א פרומע איד אן קענען לשון הקודש, אלע הלכה ספרים און תורות אויף די סדרה איז דא צו קויפן אין אידיש, אבער ווי פאסט דאס אז א איד זאל נישט קענען זיין שפראך.

כלל ישראל, ביז 50 יאר צוריק האט קיינמאל נישט געהאט א נעגעטיווע attitude צום נאציאלע שפראך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:50 pm
דורך גנדי
א ליסט פון 1% עשירים מיינט נאך נישט אז רוב חסידישע מוטשענען זעך נישט צו ברענגען ברויט אהיים.

http://www.cardcash.com/
לעיקוואד

http://www.mupsshoes.com/
לעיקוואד

https://realbeanz.com/
שוין לאנג נישט געזעהן אין געשעפטען. זייער סאשיל מידיע האט אויפגעהערט 20 וואכן צוריק.

http://www.bhphotovideo.com/
יא. חסידיש. די איינציגסטע שמשון הגיבור צורייסט א לייב בילד. וואס מען נוצט אייביג.

http://www.starsnacks.net/
ווייס איך נישט.

https://www.1stmerchantfunding.com/
אויפן ווייבזייט איז דא א בילד פון בעל הבית. אן א בארד. פון פלארידא. ווי אזוי איז דאס חסידיש?

איך קען דיר ברינגען א לענגערע ליסטע פון חסידישע וואס האבן מצליח. דאס נעמט נאך נישט אוועק די וויכטיגייט פון חינוך פארן קומענדיגען דור פון 75% פון חסידישע קינדער. וואס די טאטע איז נישט קיין עושר. און ער האט נישט די גאטס פאר דריידלעך.