בלאט 1 פון 2
תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:08 am
דורך פלאוויוס
אין ארץ ישראל איז פארגעלייגט געווארן א נייער פראיעקט, צו לערנען טעגליך איין פרק אין תנ"ך, אנגעהויבן פון ספר בראשית ביז צום סוף פון די נביאים וכתובים. פונקט ווי דער דף היומי אין ש"ס איז געצילט צו פאראייניגן די פארשידענע שיכטן פונעם ארטאדאקסישן אידנטום, אזוי איז דער איניציאטיוו פונעם תנ"ך-פראיעקט געצילט צו פאראייניגן אלע שיכטן פונעם גאנצן כלל ישראל - פרומע און פרייע, לינקע און רעכטע, און אלעס אינדערמיט. דער נאמען פונעם פראיעקט איז 929, ווי דער מספר פון פרקים אין תנ"ך וואס מ'וויל מסיים זיין אינאיינעם.
אויפ'ן וועבזייטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק זענען דא שרייבער פון אלע פאליטישע און רעליגיעזע שטרעמונגען אינעם לאנד, און דאס לאזט זיך זען פון די פילפארביגע, אינטערעסאנטע בליקן אויף די פסוקים פון תנ"ך. דאס איז א געלעגנהייט פאר אידן פון אלע שיכטן, צו באקענען דעם תנ"ך פונדאסניי, דורכ'ן צונויפשמועסן זיך מיט אידן וואס קוקן אויף די פסוקים פון גאנץ פארשידענע ווינקלען. דאס איז סיי א ברודערליכער פראיעקט, סיי א רעליגיעזער, און אודאי אן אינטעלעקטועלער. אויפ'ן וועבזייטל קען מען זען נישט נאר טייטשן אויפ'ן פסוק, נאר אויך געמאלענע בילדער און געשריבענע פאעזיע אויף די פרשות פון דער תורה.
לויטן לוח פון 929 דארפן די באטייליגטע אפלערנען איין קאפיטל א טאג פון זונטאג ביז דאנערשטאג, און במשך פרייטאג-שבת גייט מען איבער די קאפיטלעך וואס מ'האט געלערנט דורך די וואך. אויב זענען דא אזעלכע וואס זענען פאראינטערעסירט דערין, וואלט כדאי געווען דורכצושמועסן צייטנווייז, אין ראם פון דעם אשכול, די געדאנקען וואס קומען ארויס פון דעם טעגליכן אדער וועכנטליכן שיעור אין תנ"ך. ווען מ'וועט אי"ה פייערן דעם סיום אין ארץ-ישראל אין אפאר יאר ארום, וועט עס אודאי זיין גאר א וואונדערליך געפיל פאר אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן. אויב סיטי-פיעלד איז געווען א מעמד כלל ישראל, קענט איר זיך שוין פארשטעלן וואס אזא סיום וועט זיין...
דא איז דער לינק צו 929 (תנ"ך ביחד):
http://www.929.org.il/weekly/1004
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:13 am
דורך קאווע טרינקער
זייער א חשובע זאך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:42 am
דורך יידל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hbNcAoIch-Y[/youtube]
א זיסער סיכום.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:56 am
דורך petergrifin
היות איך ברעך מיר דער צײן מיט עברית איז דא אפשר עפעס ענליך אין ענגליש?
היחסיות שמדכאת את המוסריות
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:34 am
דורך פלאוויוס
רעלאטיוויטעט וואס אונטערדרוקט מאראליטעטפון יוכי ברנדס, אויף:
תנ"ך ביחד – 929 פלוראליזם, טאלעראנץ, מיינונגס-פארשידנהייטן, אננעמען דעם אנדערן. דאס זענען אלעס ווערדן אויף וועלכע די מערב-וועלט שטייט. די זענען אויך די ווערדן וואס זענען אומשטאנד אומצוברענגען די מערב-וועלט. אט די וויכטיגע אידעאלאגיע (פון אננעמען פארשידנקייטן מיט פארשטענדעניש) האט ארויסגעגעבן פון זיך א שעדליכע מאטאציע, וואס רופט זיך רעלאטיוויטעט. הינטער דעם תמימות'דיגן נאמען פארשטעקט זיך א השקפה וואס רופט הויך אויס: אלעס איז רעלאטיוו, ס'איז נישט פארהאן אויף דער וועלט קיין אבסאלוטע גוטס און שלעכטס, יעדע קולטור האט זיך אירע אייגענע מנהגים און אמונות, מיר האבן נישט קיין שום רעכט צו באשטימען פאר אנדערע וויאזוי צו לעבן און אין וואס צו גלייבן. איש באמונתו יחיה.
אין נאמען פון דער פארהייליגטער "קולטורעלער רעלאטיוויטעט", איז מען אונז מחנך צו אונטערדרוקן די סאמע פונדאמענטאלע עטישע אינסטינקטן וואס מיר פארמאגן. אויב מיר ווילן באטראכט ווערן ווי אפענע און באזעסענע מענטשן, טארן מיר נישט קוקן שלעכט אויף די געזעלשאפטן וואס צווינגען אריין זייערע ווייבער אין בורקעס, אדער וואס האקן אפ הענט פון גנבים, און שניידן אפ די געשלעכט-גלידער פון מיידלעך. דאס זענען זייערע מנהגים. ווער זענען מיר צו באשליסן וואס ס'איז גוט פאר זיי?
די קולטורעלע רעלאטיוויטעט, אין אירע סאמע עקסטרעמע פארמען, פארטושט אינגאנצן דעם אונטערשייד צווישן פערזענליכן טעם, פאלקלאר און רעליגיעזע אמונות, וואס די זאכן זענען טאקע רעלאטיוו, קעגן גוטס און שלעכטס, וואס זענען איבערהויפט אבסאלוט.
אויב די מעשה פון סדום וואלט געשריבן געווארן דורך די אנהענגער פון "קולטורעלער רעלאטיוויטעט", וואלטן די מלאכים געזאגט צו לוט: ביי אונז איז נישט אנגענומען אז א טאטע זאל אהינגעבן זיינע טעכטער פאר א בלוט-דורשטיגן המון כדי צו ראטעווען דערמיט זיינע געסט, און בכלל איז ביי אונז נישט ממש אנגענומען צו פארגוואלדיגן געסט. ביי אייך איז עס יא אן איינגעפירטער מנהג? נו גוט, דאס איז אייער קולטור, מיר רעספעקטירן עס.
אבער די מלאכים אין סדום, וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אינעם "פאליטיקלי-קארעקטן" חינוך, האבן דערפאר געזאגט פאר לוט: כִּי מַשְׁחִתִים אֲנַחְנוּ אֶת הַמָּקוֹם הַזֶּה כִּי גָדְלָה צַעֲקָתָם אֶת פְּנֵי ה' וַיְשַׁלְּחֵנוּ לְשַׁחֲתָהּ (יט, יג).
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 11:03 am
דורך הוגה
[justify]מארגן איז מען מסיים תנ"ך אין די מסגרת פון לימוד תנ"ך יומי - 929. עס וועלן פארקומען מסיבות סיום און צוזאמקומענישן איבער די גאנצע אידישע וועלט.
פאר מיר פערזענליך איז דאס געווען א געוואלדיגע journey. איך בין שוין ביי חצי שנותיו של אדם, כ'בין געבוירן ביי ערליכע פרומע עלטערן, כ'האב געלערנט אין די פרומסטע ת"ת, ישיבות כוללים און כ'האב אויפגעצויגן א משפחה מיט קינדער און דאך האט גענומען א קנאפע פערציג יאר אז איך זאל אדורכלערנען דעם ספר יסוד פון אידישקייט. די רייזע האט זיך אנגעהויבן כמעט פיר יאר צוריק ווען א גרופע חברים האבן זיך צוזאמגענומען אויף וואטסאפ צו לערנען א פרק תנ"ך א יעדע טאג און אדורכטון די ענינים וואס זענען שייך יענע פרק. דורכאויס די צייט האבן זיך אנדערע מצרף געווען און מארגן גייט מען מסיים זיין.
דער וואס וויל זיך מיטכאפן מיט די נעקסטע מחזור זאל וויסן אז עס הייבט זיך אן דעם קומענדע זונטאג. אויסער די וועבסייט וואס דער פותח האשכול האט אנגעצייכנט (וואס איז אוועיליבל אין אן עפפ ווערסיע) האבן זיי אויך א פעיסבוק בלאט. אויך איז דא א מער
פרומערע וועבסייט פאר תנ"ך יומי. אויך האבן זיי געמאלדן אז זיי וועלן האבן אן ענגלישע ווערסיע פון זייער וועבסייט ביי די קומענדע מחזור.
.[/justify]
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 11:08 am
דורך חצוצרות
כ'קען מיך מצרף זיין צום וואטסעפפ גרופע?
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 11:16 am
דורך הוגה
חצוצרות האט געשריבן:כ'קען מיך מצרף זיין צום וואטסעפפ גרופע?
מיין גרופע גייט נישט ממשיך זיין ביים צווייטע מחזור. אבער אויב איך וועל הערן פון א גרופע וואס איז אפן פארן פובליק וועל איך עס ארויפשטעלן דא.
אגב, נעם דיר צוזאם מיט אפאר חברים און מאך אן אייגענע גרופע.
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 1:23 pm
דורך קומזיץ
מענין לענין , אויף קול הלשון קען מען הערן שיעורים אויף תנ"ך פון ר מרדכי נויגערשאל , עס איז זייער אינטערסאנט און מיט די ריכטיגע צוגאנג ווען מ'רעדט פון אונזער נביאים
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:51 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@הוגה ייש"כ פארן אויפלעבן דעם אשכול. תנ"ך איז מיין באליבסטע לימוד, כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורך געלערנט, אליין און מיט חברים, און אויך פארגעלערנט פאר אנדערע, טאקע אויך אויף וואטסעפפ אבער נישט אויף קיין פובליק גרופ.
ווען 929 האט זיך געפענט האב איך זיך מחי' געווען צו זעהן ווי אידן פון אלע קאלירן, מיט אלע מיני' מיינונגן נעמען אן אינטערעס אין אינזער רייכע היסטוריה, פון וואנעט אונז קומען, וואס ווילן אונז, אא"וו.
כ'האב אפילו ליעב געהאט צו זעהן ווי זאכן ווערן אנגעקוקט פון א פרייע (נישט פרומער) פראספעקטיוו. למשל כ'געדענק ווען מ'האט געהאלטן ביי פרשת משפטים, האט דער שופט אליקים רובינשטיין אפגעשריבן א שיינעם ארטיקל אויף דעם ענין פון משפטים כ'געדענק נישט פינקטלעך די תוכן פונעם ארטיקל אבער כ'געדענק אז ס'געווען גוט. אויך יעדן זונטאג קומט מען זיך צוזאם ביי פרעזידענט רובי רובלין'ס וואוינונג ווי ס'ווערט פארגעלערנט א שיעור ווי אלע קענען קאמענטירן.
די רעגירונג (יא איר ליינט גוט די ציוניסטישע רעגירונג אויף וועם די פרומע זענען פארנומען צו גיסן פעך און שוועבל און אין דער זעלבער צייט צו זייגן ריזיגע געלטער) האט אינוועסטירט מילאנען דאלער אויפצולעבן די לימוד התנ"ך און ספעציעל אין דעם פראגראם. עניוועי שיין צו זעהן אז זיי גייען שוין מסיים זיין.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 1:46 pm
דורך שמערל
אויך מיר א ראיה, פונקט די לימוד הנ''ך האט די ציוניסטישע רעגירונג אויסגעוועלט צו ספאנסערען, ווייל זיי ווייסן אז פון דעם זענען ארויסגעוואקסן די אלע משכילים למיניהם ימ"ש, לאמיר זעהן זיי זאלן ספאנסערען א שיעור אין משנה ברורה.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 2:04 pm
דורך איסר האטלקי
די משכילים האבן אויך געשריבן נ''ך, זיי האבן עס אויסגעטראפן, די גאנצע מעשה פון יריחו האבן זיי אויסגעטראפן די משכילים, אזא פיגור ווי עובדיה הנביא איז א משכילישע ערפינדונג וואס איז קיינמאל געווען אין רעאליטעט. פארדעם טאר מען אויך נישט קענען ספעלן ווייל די משכילים האבן אויסגעטראפן אזא זאך ווי דיקדוק.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 2:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט צו די משכילים האבן געמאכט די תנ"ך צו די תנ"ך האט געמאכט משכילים, איין זאך ווייס איך, די מחברי התנ"ך האבן נישט געגלייבט אין רוב פון די זאכן וואס היימישע אידן גלייבן, ס'איז אינגאנצן אן אנדערע רעליגיע.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 6:18 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די משכילים האבן געמאכט די תנ"ך צו די תנ"ך האט געמאכט משכילים, איין זאך ווייס איך, די מחברי התנ"ך האבן נישט געגלייבט אין רוב פון די זאכן וואס היימישע אידן גלייבן, ס'איז אינגאנצן אן אנדערע רעליגיע.
למשל וואס?
ס'איז דא זאכן וואס חכמים פון יעדע דור האבן א כח צו מאכן גזירות און תקנות און דאס איז א חלק פון די תורה און עס גייט שוין אן מימות יהושע בן נון
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 6:23 pm
דורך קומזיץ
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@הוגה ייש"כ פארן אויפלעבן דעם אשכול. תנ"ך איז מיין באליבסטע לימוד, כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורך געלערנט, אליין און מיט חברים, און אויך פארגעלערנט פאר אנדערע, טאקע אויך אויף וואטסעפפ אבער נישט אויף קיין פובליק גרופ.
ווען 929 האט זיך געפענט האב איך זיך מחי' געווען צו זעהן ווי אידן פון אלע קאלירן, מיט אלע מיני' מיינונגן נעמען אן אינטערעס אין אינזער רייכע היסטוריה, פון וואנעט אונז קומען, וואס ווילן אונז, אא"וו.
כ'האב אפילו ליעב געהאט צו זעהן ווי זאכן ווערן אנגעקוקט פון א פרייע (נישט פרומער) פראספעקטיוו. למשל כ'געדענק ווען מ'האט געהאלטן ביי פרשת משפטים, האט דער שופט אליקים רובינשטיין אפגעשריבן א שיינעם ארטיקל אויף דעם ענין פון משפטים כ'געדענק נישט פינקטלעך די תוכן פונעם ארטיקל אבער כ'געדענק אז ס'געווען גוט. אויך יעדן זונטאג קומט מען זיך צוזאם ביי פרעזידענט רובי רובלין'ס וואוינונג ווי ס'ווערט פארגעלערנט א שיעור ווי אלע קענען קאמענטירן.
די רעגירונג (יא איר ליינט גוט די ציוניסטישע רעגירונג אויף וועם די פרומע זענען פארנומען צו גיסן פעך און שוועבל און אין דער זעלבער צייט צו זייגן ריזיגע געלטער) האט אינוועסטירט מילאנען דאלער אויפצולעבן די לימוד התנ"ך און ספעציעל אין דעם פראגראם. עניוועי שיין צו זעהן אז זיי גייען שוין מסיים זיין.
עס איז זייער א שיינע זאך אז די מדינה שטיצט לערנען נישט קיין חילוק וואס ,
אבער די עיקר לימוד התורה איז ע"מ לקיים אויב ס'איז סתם זיך צו אפלערנען נאר וואס זיי ווילען
זעה איך נישט די גרויסע מעלה פון דעם
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 8:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קומזיץ האט געשריבן:למשל וואס?
ס'איז דא זאכן וואס חכמים פון יעדע דור האבן א כח צו מאכן גזירות און תקנות און דאס איז א חלק פון די תורה און עס גייט שוין אן מימות יהושע בן נון
ווער האט גערעדט פון גזירות?!
און אז מ'רעדט שוין פון יהושע בן נון, ווייסטו ווער זיין ווייב איז געווען?
Re: תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 8:46 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:למשל וואס?
ס'איז דא זאכן וואס חכמים פון יעדע דור האבן א כח צו מאכן גזירות און תקנות און דאס איז א חלק פון די תורה און עס גייט שוין אן מימות יהושע בן נון
ווער האט גערעדט פון גזירות?!
און אז מ'רעדט שוין פון יהושע בן נון, ווייסטו ווער זיין ווייב איז געווען?
רחב הזונה
Re: תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 8:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קומזיץ האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@הוגה ייש"כ פארן אויפלעבן דעם אשכול. תנ"ך איז מיין באליבסטע לימוד, כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורך געלערנט, אליין און מיט חברים, און אויך פארגעלערנט פאר אנדערע, טאקע אויך אויף וואטסעפפ אבער נישט אויף קיין פובליק גרופ.
ווען 929 האט זיך געפענט האב איך זיך מחי' געווען צו זעהן ווי אידן פון אלע קאלירן, מיט אלע מיני' מיינונגן נעמען אן אינטערעס אין אינזער רייכע היסטוריה, פון וואנעט אונז קומען, וואס ווילן אונז, אא"וו.
כ'האב אפילו ליעב געהאט צו זעהן ווי זאכן ווערן אנגעקוקט פון א פרייע (נישט פרומער) פראספעקטיוו. למשל כ'געדענק ווען מ'האט געהאלטן ביי פרשת משפטים, האט דער שופט אליקים רובינשטיין אפגעשריבן א שיינעם ארטיקל אויף דעם ענין פון משפטים כ'געדענק נישט פינקטלעך די תוכן פונעם ארטיקל אבער כ'געדענק אז ס'געווען גוט. אויך יעדן זונטאג קומט מען זיך צוזאם ביי פרעזידענט רובי רובלין'ס וואוינונג ווי ס'ווערט פארגעלערנט א שיעור ווי אלע קענען קאמענטירן.
די רעגירונג (יא איר ליינט גוט די ציוניסטישע רעגירונג אויף וועם די פרומע זענען פארנומען צו גיסן פעך און שוועבל און אין דער זעלבער צייט צו זייגן ריזיגע געלטער) האט אינוועסטירט מילאנען דאלער אויפצולעבן די לימוד התנ"ך און ספעציעל אין דעם פראגראם. עניוועי שיין צו זעהן אז זיי גייען שוין מסיים זיין.
עס איז זייער א שיינע זאך אז די מדינה שטיצט לערנען נישט קיין חילוק וואס ,
אבער די עיקר לימוד התורה איז ע"מ לקיים אויב ס'איז סתם זיך צו אפלערנען נאר וואס זיי ווילען
זעה איך נישט די גרויסע מעלה פון דעם
@קומזיץ: דו מאכסט שוין צופיל תנאים, ע"מ לקיים, אפשר ברויך עס זיין ע"מ לשמור און ע"מ ללמוד וללמד אויך?? תורה איז תורה, העכטענס שטיצן זיי תורה שלא לשמה. און וואס טוט זיך מיט די אלע געלטער וואס זיי האבן די אלע יארן געשטיצט די ישיבות, די תורה וואס מ'לערנט דארט איז דען נישט ע"מ לעשות???
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 9:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:רחב הזונה
פוי השכלה.
באלד גייט מען דיך אויסשפארן.
Re: תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 9:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:למשל וואס?
ס'איז דא זאכן וואס חכמים פון יעדע דור האבן א כח צו מאכן גזירות און תקנות און דאס איז א חלק פון די תורה און עס גייט שוין אן מימות יהושע בן נון
ווער האט גערעדט פון גזירות?!
און אז מ'רעדט שוין פון יהושע בן נון, ווייסטו ווער זיין ווייב איז געווען?
רחב הזונה
ביי די וועי, ס'דא צוויי פשטים פארוואס זי האט געהאט די צונאמען "זונה" איינס ווייל זי האט געהאט א רעסטוראנט ווי זי האט געגעבן צו עסן פאר געסט און דורכגייערס, און זונה איז די שורש פון מזון, אזוי טייטשט די תרגום יונתן און אויך רש"י, און דער רד"ק לויט איין פשט. אדער מיינט עס טאקע א זונה
Re: תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 9:10 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:רחב הזונה
פוי השכלה.
באלד גייט מען דיך אויסשפארן.
[emoji23]
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 9:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביי היימישע אידן איז נישט דא קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי. כל כבודה בת מלך פנימה, ווער רעדט נאך פון ארבעטן אין א רעסטוראן?! מאן דכר שמיה. איך זאג דיר, נאך אביסל דברי השכלה דו רעדסט און מ'שפארט דיך אויס.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דו זאגסט אמת'ע דיבורים וועלכע ווארעמען אן דאס הארץ פון א יעדן נארמאלן מענטש. און ערליכער איד, וועלכער וויל אנערקענען אונזער רייכע היסטאריע. אז אונז זעמיר נישט אראפגעפאללן אויף בעדפארד אדער לי עוועניו. אדער אויף די 13'טע עוועניו. אבער דאס גייט אקעיגן די מענטשן וועלכע פארדרייען די רעאליטעט און זיי טענה'ן אז ס'איז קעיגן די שיטה הקדושה. (יעצט דארף מען שוין מפרש זיין וועלכע שיטה הקדושה. ווייל ס'איז דא 2...!)...!