בלאט 1 פון 4

עפענען א ביזנעס / קאמפאני

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:19 am
דורך positive.yid
איך האב אין קאפ א פלאן פון א סארט סערוויס ביזנעס online וואס ס'נאך נישטא, עכ"פ גענוי ווי איך שטעל עס אויס.
די ערשטע זאך איז צו רעגיסטרינן א נאמען. קויפן א domain.
די צווייטע זאך איז טרעפן א גוטע Web developer and programmer וואס וועט אויפשטעלן מיין וועב סייט.
די דריטע זאך איז צו זיצען מיט לוייער אויסצוארבעטען אלע חוקים און קאמפאני פאליסיס.
די פערטע זאך איז צו מאכן א באנק אקאונט און אויפשטעלן אלע payment ענינים.

מיין שאלה איז, וויבאלד איך האלט אז מיין איידיע איז געוואלדיג, האב איך שטארק מורא אז ווער ס'הערט נאר מיין פלאן, די לוייער, פראגרעמער, וועט עס אפשר אליין מאכן, אי וויאזוי קען איך זיין זיכער אז קיינער פון זיי וועלן מיר נישט נאכטוהן?

איז אפשר א patent לוייער די ערשטע צו וועם צו רעדן? כ'מוז דאך אבער האבן די סייט אויפגעשטעלט כדי צו קענען ווייזען וויאזוי ס'ארבט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:23 am
דורך כוכב
יפה שאלת בני. איך דריי זיך ארום מיט א געדאנק פון א פראדוקט וואס גייט מיר קאסטן בערך א האלב מיליאן דאלער צו דעוועלאפן, יעצט ביז איך קען אהערשטעלן דאס געלט ווי אזוי קען איך לייגן דערויף א פאטענט איידער איך האב דעם פראדוקט?
בקיצור, אויב איינער האט עקספיריענס מיט פאטענטן זאל ער ביטע זיך אנרופן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:29 am
דורך לעיקוואד
וויאזוי ווילסטו נעמען א פעטענט אויף א סערוויס? נישטא אזא זאך.
פאר מענטשען וואס מ'ארבעט מיט דארפסטו שרייבען א non disclosure agreement און א non compete agreement אז זיי זאלן מוזן ארבעטן מיט דיר און נישט קענען גנב'נען דיין געדאנק.
והעיקר, מען קען זיך נישט פארלאזען אין א ביזנעס אויף פענטענס און סיקרעטס. (חוץ אין גאר געציילטע תחומים געבויט אויף דעם, אבער אוודאי נישט ביי סערוויס און אפילו נישט רוב פראדוקטס). דו דארפסט מאכען דיין סייט אזוי גוט אז מען זאל זיך נישט קענען פארמעסטן מיט דעם. און וויסען אז דאס איז בכלל נישט אזא גרינגע זאך. דיין עיקר מהות וואס דו דארפסט איז די אומצאליגע ארבעט וואס גייט אריין אפילו באופן כללי וואס איר דערציילט עס זאל אלץ קלאפן.
שוין וואס האקט לעיקוואד אריין ביזנעס. אפשר פארשטיי איך יא אבער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:49 am
דורך [NAMELESS]
שטויות מ'קען האבן א פעטענט אויף א סערוויס, גיי ארויף אויף שארק טענק און זעה וויפעל מענטשען האבן פעטענט'ס אויף סערוויסעס.
בנוגע וואס positive.yid@ האט מורא, פון מענטשען און די גאס איז נארמאל מורא צו האבן, אבער א לויער מוז מען טראסטען אז נישט גייסטו קיינמאל נישט אנקומען, ס'איז דא אפאר מענטשען צו וועם מ'דארף האבן די פולע טראסט אויב מ'וויל זיין און ביזנעס למשל א אקאונטענט און א לויער.
@כוכב מ'קען מאכן א סעמפעל און נעמען א פעטענט, א סעמפעל קאסט נישט אזוי פיל געלט געווענדליך, נאך א נקודה אויב די האסט נישט גענוג געלט איינצונעמען די מארקעט מיט דיין איידיע דאן נעם א שותף, א פעטענט העלפט למחצה לשליש ולרביע, מ'קען אייביג אלעס נאכמאכן מיט א קליינע טויש, די עיקר איידיע איז יעדער זאל וויסן פון דיר תיקף ווען די קומסט ארויס. און ווען א קאמפעטישען קומט ארויס זאל ער האבן קאפ ווייטאג

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:03 am
דורך רויטע וואנצעס
א פאטענט איז טאקע זייער וויכטיג, אבער אויב איינער קאפיעט דיין פראדוקט איז עס נישט בחינם און מ'דארף יענעם שלעפן אין געריכט פאר טויזענטער דאלארן. די בעסטע פאטענט איז איקסעפשינעל גוטע סערוויס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:17 am
דורך [NAMELESS]
ווי אויך זיין אויפן שעלף און סטאר פארן קאמפעטישען. די מעין זאך איז מ'זאל קענען דיין אייטעם קודם, געווענדליך אויב מ'איז צופרידען קויפט מען איבער די זעלבע זאך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:57 am
דורך positive.yid
נעקסט סטעפ, וואספארא סארט לויער דארף איך זוכן?

געטראפן דא:
http://www.forbes.com/sites/dailymuse/2 ... -a-lawyer/

ס'הייסט א start up lawyer

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:59 am
דורך כוכב
@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:04 am
דורך לעיקוואד
עזריאל האט געשריבן:שטויות מ'קען האבן א פעטענט אויף א סערוויס, גיי ארויף אויף שארק טענק און זעה וויפעל מענטשען האבן פעטענט'ס אויף סערוויסעס.

סאו שארק טענק איז דער מלמד וואס לערנט דער עולם אויס ביזנעס? שיין זעהן מיר אויס..
הכלל, לויט ווי גוגל פארציילט איז נישט פשוט. א סערוויס כמו שהוא קען מען נישט פעטענטען. נאר טאמער קענסטו טענה'ן האסט אויסגעטראכט א נייע פראסעס אדער א קאמפיאטער פראגרעם וואס טוהט דאס אדער אפשר אמאל א נייע ביזנעס מאדעל.
https://www.sba.gov/blogs/your-business ... can-patent

דאס איז חוץ דער פראבלעם אז א פענענט אליינס העלפט נישט קיין סאך דארפסט שפעטער דער קאורט זאל מסכים זיין אויך, ווי שוין מעיר געווען.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:13 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד, זייער אסאך גרויסע ביזנעס מענשטען לויבן אויס שארק טענק אז מ'קען זיך זייער אסאך לערנען דארטען.

עמעזאן האט א פעטענט אויף זייער וואן קליק באטאן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:23 am
דורך שמערל
כוכב האט געשריבן:@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?

כ'האב אויך נישט קיין עקספיריענס, אבער ווי ווייט איך ווייס דארף מען נישט קיין סעמפל, מ'ברויך סתם א סקעטש, און א פונקטליכע דעסקריפשאן וואס דער חידוש פונ'ם פראדוקט איז.
קוק אינ'ם יוסל וואלדמאן אשכול דעם אינטערוויו מיטן בעל הפאטענטן... ווי אויך איז אזוי משמע ווען מען זעט אין די נייעס א פרישע פאטענט פון עפל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:25 am
דורך כוכב
נו, ווער קען מיך שרייבן א סקעטש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:29 am
דורך שמערל
פרעג דעם אלטן האפמאן, אדער ווארשיינליך א לויער

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:31 am
דורך לעיקוואד
ראשעקאל האט געשריבן:לעיקוואד, זייער אסאך גרויסע ביזנעס מענשטען לויבן אויס שארק טענק אז מ'קען זיך זייער אסאך לערנען דארטען. .


אם קבלה הוא נקבל. די גרויסע ביזנעס מענטשען זענען אויך גרויס געווארען פון וואטשען טעלעווזיע אדער דורך עפעס אנדערש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:49 am
דורך שמערל
לאמיר זאגן אז נישט, אבער בסך הכל ברענגט מען דא אינפארמאציע פון טעליוויזיע צו קאווע שטיבל, כ'זעה נישט פארוואס עס זאל זיין ווייניגער קראנט ווי א צווייטנ'ס געפירקלאכטס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:שטויות מ'קען האבן א פעטענט אויף א סערוויס, גיי ארויף אויף שארק טענק און זעה וויפעל מענטשען האבן פעטענט'ס אויף סערוויסעס.

סאו שארק טענק איז דער מלמד וואס לערנט דער עולם אויס ביזנעס? שיין זעהן מיר אויס..
הכלל, לויט ווי גוגל פארציילט איז נישט פשוט. א סערוויס כמו שהוא קען מען נישט פעטענטען. נאר טאמער קענסטו טענה'ן האסט אויסגעטראכט א נייע פראסעס אדער א קאמפיאטער פראגרעם וואס טוהט דאס אדער אפשר אמאל א נייע ביזנעס מאדעל.
https://www.sba.gov/blogs/your-business ... can-patent

דאס איז חוץ דער פראבלעם אז א פענענט אליינס העלפט נישט קיין סאך דארפסט שפעטער דער קאורט זאל מסכים זיין אויך, ווי שוין מעיר געווען.

דרייסטיך ארויס זיך צו פארענטפערען דורך פארדרייען מיינע ווערטער, לאמיר קלאר שטעלן די זאך 1)מ'קען האבן א פעטענט אויף סערוויסעס. 2)א ראיה דערצו ווידיאו אויף שארק טענק. א ראיה קעגן דיר און נישט אז דארט לערענט מען זיך ביזנעס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?

כ'האב אויך נישט קיין עקספיריענס, אבער ווי ווייט איך ווייס דארף מען נישט קיין סעמפל, מ'ברויך סתם א סקעטש, און א פונקטליכע דעסקריפשאן וואס דער חידוש פונ'ם פראדוקט איז.
קוק אינ'ם יוסל וואלדמאן אשכול דעם אינטערוויו מיטן בעל הפאטענטן... ווי אויך איז אזוי משמע ווען מען זעט אין די נייעס א פרישע פאטענט פון עפל.

אויף א סקעטש קענען זיי זאגן אז ס'איז נישט מעגליך צו פראדעצירען. וועגן דעם לוינט זיך א סעמפל. ווי אויך אז מיט א סעמפל טרעפט מען אינוועסטירער סאך גרינגער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?

איך ווייס נישט וואס די פלאנסט. ווייס איך נישט וואס צו ענטפערען + איך ווייס נישט אלעס. אויב די קענסט מיר זאגן בערך קען זיין איך וועל האבן א ענטפער

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:לעיקוואד, זייער אסאך גרויסע ביזנעס מענשטען לויבן אויס שארק טענק אז מ'קען זיך זייער אסאך לערנען דארטען. .


אם קבלה הוא נקבל. די גרויסע ביזנעס מענטשען זענען אויך גרויס געווארען פון וואטשען טעלעווזיע אדער דורך עפעס אנדערש?

אסאך מענטשען זענען ערעסט רייך געווארען דורך שארק טענק. זיי האבן שוין פראדעצירט אסאך מיליענערן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:30 pm
דורך לעיקוואד
ר עזריאל שריי נישט איך מיין נאטינג פערסענאל..

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:24 pm
דורך גנדי
די ערשטע זאך וואס זאלסט טוהן. בעט די מענטשען וואס די רעדסט מיט זאלן אונטערשרייבען אן NDA.

א פעטענט לויער איז זייער טייער. דאס זאל נישט זיין די ערשטע זאך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
סתם א יוטילעטי פעטענט איז נישט אזוי טייער. און פון דעם רעדט מען ווי סהייבט אן צו קאסטען איז ווען מהייבט אן צו גיין דיטעילס. און דעמאלטס איז מען אבער מער באווארענט אויף קאמפעטישען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:04 am
דורך positive.yid
ב"ה ס'רוקט זיך, איך האב פארצייכענט מיין פלאן אויף פאפיר, און די חשבון שטימט. דאך וואלט איך געוואלט זיך דורכרעדן מיט א קלוגע און ערליכע ביזנעסמאן, בעפאר איך אינוועסטיר דא געלט.
צו וועמען קען מען רעדן?