בלאט 1 פון 1
איבער ווינטשן ביי שמחות
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:42 pm
דורך בשבילי!
פאר א חתן ווינטש מען דער אויבישטער* זאל העלפן ס'זאל זיין א קשר של קימא א בנין עדי עד דורות ישרים מבורכים בלא בלא, ביז דא איז דער אלגעמיינע נוסח, סךאירע לייגן צו נאך, יעדער וויאזוי ער האט זיך עס איינגעחזרט ווי פאר א קרייץ פארהער און מאכט זיך ווי ס'קומט אזוי ארויס פון מויל נאטירליך.
ווינטשן ביי שמחות איז פאר אסאך א דורכגאנג אויף וואס מ'קומט אפ לויט חז''ל שווערע עבירות אזוי האף איך, אז נישט איז עס טאקע בושות לריק.
דאס שווערסטע איז פאר מיר ביי א בר מצוה. און איך האב נאך נישט אפשר די ריכטיג נוסח. וואס איך ווינטש איז אזוי, דער אויבישטער* זאל העלפן זאלסט וואקסן א ערליכע איד, בלא בלא. שטעל זיך פאר וויאזוי א רבי אדער סתם א ערליכע איד וואלט געפילט אויב דארף ער ערגעץ איינעם אנווינטשן ''דער אויבישטער זאל העלפן זאלסט וואקסן א גוטע ספארט שפילער און זאלסט קענען בגנבענען א האלבע שטאט.. אט אזוי פארשעמט פיל איך זיך ווען כל כולי שרייט ''געשטיצטע בארד'', ''האלט נישט ביי גארנישט'', ''נישט געלערנט א אידיש אות אין דעקעדס''. און איך דארף זאגן דער אויבישטער זאל העלפן זאלסט וואקסן א ערליכע איד.. אויב איינער קוקט פון די זייט ווער איך רויט, עס שטימט פשוט נישט. ווער האט א בעסערע בר מצוה ווינשט נוסח.
אויך ווען מ'קומט אריין צו עני שמחה דארף מען וואטשן נישט צו כאפן גלייך דעם בעל שמחה ווייל דאן דארפסטו זאפארט זאגן מז''ט און ווינטשן, בלייבט גארנישט איבער פאר נאכ'ן לחיים וואס צו זאגן חדשות. אדער קען מען סתם זאגן ערשט פלען מזל טוב, און שפעטער די גרויסע ברכה. ?
אידן מאכן מיט, מ'קען אסאך מאל זען דאס ביטערניש פון אידן וואס ווארטן אין ליין אנצויווינטשן. מ'זאל חלילה נישט פלאפען. זייערע אויגן שרייען ארויס ווי צו זאגן ''ווער האט דיר געבעטן מאכן א שמחה, ס'קאסט מיר דאך אזויפיל עגמ''נ!.
אה איך בין שוין נעקסט? מזל טוב מזל טוב אויבישטער זאל העלפן. יא יא לאז מיר ארויס פון דא משיגענער.
* יאיר וחבריו זאגן ''גאט''
Re: איבער ווינטשן ביי שמחות
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:48 pm
דורך itsnotme
דיינע עלטערן זאלן זען אסאך נחת פון דיר
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:03 pm
דורך איחוד פעלד
בשבילי
דער אייבישטע זאל העלפען זאל האבען א ישועה שלימה. זאלסט דיך ארויסזעהן פין אלע דיינע פראבלעמען בקרוב.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:04 pm
דורך איך אויך
ווער עס האט אמאל געהערט ר' דוד לעיב זצ''ל ווינטשן דער האט נישט אזוינע ספיקות.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:14 pm
דורך איחוד פעלד
להבהרת הדברים,
ווינטשען ביי שמחות איז פין די שענסטע זאכען וואס עקזיסטירען ביי אונז. איך זאג ביי אונז ווייל איך גלייב פשוט נישט אז ביי גוים איז דא אזאנס. טאמער יא בעהט איך איבער אלע גוים.
טאמער איינער ווייסט און פארשטייט איז קנאה פין די שווערסטע געפילען צו קאנטראלירען.
ווען דיין חבר האט א בחור'ל פין דרייצען וואס איז שענער קלוגער העכער און פשוט מער געראטען ווי דיין בחור איז נאטורלעך אז מען האט אביסעל קנאה.
ווען מען גייט צו א שמחה און מען ווינטשט אהן דער בעל שמחה, זאלסט פין אים זעהן אסאך נחת, קעה"ר דיין בחור זעהט אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין וכו', און מען לייגט צו עפעס דברי שבח, האסטו מחי' געוועהן א איד.
וקל וחומר ווען די ביסט דער וואס האט דער בעסערע שענערע בחור'ל, און די ווינטשט דיין חבר און די ברענגסט אים ארויס פאר האלבע מינוט די מעלות פין זיין בחור'ל, האסטו מחי' געוועהן דיין חבר וואס קען נישט סובל זיין דער פאקט אז די האסט עפעס מער פין אים, און פלוצים ברענגסט די אים ארויס אז פשיהא, זיין בחור'ל איז געוואלדיג און גוט. האסטו געמאכט אז ער זאל דיך מער פארגינען.
סא כ'בין קאמפליטלי אקעגען דער אטעטאד וואס הערט זיך ארויס פין בשבילי'ס תגובה כאילו דער ווינשטען איז א שווערע קאמפליצירטע זאך, אדרבה לייג אריין אין דעם אביסעל קאפ, און זאג עפעס וואס מאכט סענס, און מענטשען וועלען דיך מער ליב האבען און פארגינען.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:18 pm
דורך בשבילי!
האסט מיר לכאורה נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב אינזין געהאט מיטן תגובה, איך שטים מיט מיט כמעט יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:23 pm
דורך איחוד פעלד
ביסט גערעכט. אפשר ביסטו טאקע אביסעל מער מאריך וואס דיין נקודה איז?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:24 pm
דורך יואב
איחוד פעלד האט געשריבן:להבהרת הדברים,
ווינטשען ביי שמחות איז פין די שענסטע זאכען וואס עקזיסטירען ביי אונז. איך זאג ביי אונז ווייל איך גלייב פשוט נישט אז ביי גוים איז דא אזאנס. טאמער יא בעהט איך איבער אלע גוים.
טאמער איינער ווייסט און פארשטייט איז קנאה פין די שווערסטע געפילען צו קאנטראלירען.
ווען דיין חבר האט א בחור'ל פין דרייצען וואס איז שענער קלוגער העכער און פשוט מער געראטען ווי דיין בחור איז נאטורלעך אז מען האט אביסעל קנאה.
ווען מען גייט צו א שמחה און מען ווינטשט אהן דער בעל שמחה, זאלסט פין אים זעהן אסאך נחת, קעה"ר דיין בחור זעהט אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין וכו', און מען לייגט צו עפעס דברי שבח, האסטו מחי' געוועהן א איד.
וקל וחומר ווען די ביסט דער וואס האט דער בעסערע שענערע בחור'ל, און די ווינטשט דיין חבר און די ברענגסט אים ארויס פאר האלבע מינוט די מעלות פין זיין בחור'ל, האסטו מחי' געוועהן דיין חבר וואס קען נישט סובל זיין דער פאקט אז די האסט עפעס מער פין אים, און פלוצים ברענגסט די אים ארויס אז פשיהא, זיין בחור'ל איז געוואלדיג און גוט. האסטו געמאכט אז ער זאל דיך מער פארגינען.
סא כ'בין קאמפליטלי אקעגען דער אטעטאד וואס הערט זיך ארויס פין בשבילי'ס תגובה כאילו דער ווינשטען איז א שווערע קאמפליצירטע זאך, אדרבה לייג אריין אין דעם אביסעל קאפ, און זאג עפעס וואס מאכט סענס, און מענטשען וועלען דיך מער ליב האבען און פארגינען.
אבי געהאקט. שוין געטראפן א פשט צו דעם מאדנעם מנהג/סינדראם אויך. ס'איז נישט עפעס א לאנגווייליגער שיגעון, ס'איז פשוט "קנאה". שבירת המידות איבער קנאה!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:39 pm
דורך איחוד פעלד
אדרבה יבואו ויגידו.
כ'האלט מיר ביי מיינעם. ווינטשען ביי שמחות איז א גאר שיינער זאך. און עס איז נישט א מאדנע מנהג/סינדראם בלע"ז.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 10:57 pm
דורך יואב
איחוד פעלד האט געשריבן:אדרבה יבואו ויגידו.
כ'האלט מיר ביי מיינעם. ווינטשען ביי שמחות איז א גאר שיינער זאך. און עס איז נישט א מאדנע מנהג/סינדראם בלע"ז.
איך האלט נישט אז פון א פונדאמענטאלן קוק-ווינקל קומט אראפ דער גאנצער באגריף פון ווינטשן ביי א שמחה צו אדער א סינדראם אדער צו א ריין-אידישן אקט אין שבירת המידות. געוויס איז פארשטענדליך אז עמיצער אויב שפירט ער אז ער מוז ווינטשן זאל ער גיבן א ברכה און זיך גיין ווייטער. ס'איז א שטיקל חילוק פון ווינטשן ביז "דאס ווינטשעריי". אין יעדן פאל אין דער וועלט פון ווינטשן שיינט מיר אזא שבירת המידות געדאנק צו זיין ניסלעך. קען זיין איך בין נישט גערעכט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:אדרבה יבואו ויגידו.
כ'האלט מיר ביי מיינעם. ווינטשען ביי שמחות איז א גאר שיינער זאך. און עס איז נישט א מאדנע מנהג/סינדראם בלע"ז.
ווען יעדער ווינשט ווען נאטירלעך ביזטו גערעכט, אבער ווינטשען מיט א אגעגערייטער נוסח ווי די זאגסט און באמת איז עס שוין די זעלבער אלטער נוסח פון צענדליגער יארן צוריק איז עס נישט מער ווי א אלטער טראדיציע.
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 2:27 am
דורך chusid
ווי אויכט ביים טאנצן אינדערמיט מיטן חתן/מחותן.. איך פארגין אים אלעס. אבער איך ווייס אים נישט וואס צוזאגן
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 10:49 am
דורך פליקער
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:08 am
דורך ציבעלע-קיגל
זאג איין ווארט - מזל טוב!
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:14 am
דורך בשבילי!
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:זאג איין ווארט - מזל טוב!
!...You
wishדער בעל שמחה וועט בלייבן מיט זיין האנט אויסגעשטרעקט אין די לופטן זיך ווינדערן צו איך בין מיט אלעמען
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:23 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בשבילי! האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:זאג איין ווארט - מזל טוב!
!...You
wishדער בעל שמחה וועט בלייבן מיט זיין האנט אויסגעשטרעקט אין די לופטן זיך ווינדערן צו איך בין מיט אלעמען
דו גייסט צו צום טאטע, אהה, מזל טוב מזל טוב... ער וועט שוין אנפאנגען רעדען און ענטפערען און דו שאקעל מיטן קאפ. ער וועט שוין זאגען שכויח פארן קומען אדער דו קענסט גלייבן מען האלט שוין דא? און דו דארפסט נאר ענטפערען יא יא, טאקע