דער בלאט: הדיוט קופץ בראש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

דער בלאט: הדיוט קופץ בראש

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דער בלאט באריכטעט די וואך מיט א גרויסע שרייענדע העדליין אז ביים פראנצויזישע מארטש איז ביבי נתניהו געווען א ריכטיגער הדיוט קופץ בראש, נעמליך, ער האט זיך אריינגעשטופט אין די פאדערשטע רייע צוזאמען מיט אנדערע ריכטיגע גרויסע וועלט פירער... פארשטייצעך זיי רעכענןע נישט אויס גענוי איבער וועלכע וועלט פירער ער האט זיך אריינגעשטופט, און ווער פונקלטיך האט געברויכט זיין אין די ערשטע רייע און ער האט נעבעך נישט געקענט זיין דארט צוליב ביבי'ס אריינשטיפאכטץ.

אין אנדערע נייעס איז ר' אהרן טייטלבוים מרא דאתרא פון קרית יואל געגאנגען די וואך מנחם אבל זיין איינעם מארקאוויטש, און ווי א ריכטיגער הדיוט קופץ בראש האט ער זיך אריינגעשטיפט און אראפגעזעצט אויפן פאדערשטע רייע צווישען אנדערע עכטע רבנים און זיך גענומען דבר'נען ווי כאילו ער איז עפעס א ריכטיגער רב און ער באלאנגט צו זיצן נעבען נייפעסטער רב און דעם ספינקא רבי.

אין א דריטע נייעס האבן צושויער נישט געקענט גלייבן זייערע אויגן ווען זיי האבן געזען "דער בלאט" ליגן און די געשעפטן נעבן "דער איד" און "די צייטונג" כאילו זיי זענען א געהעריגע צייטונג ווי אלע צייטונגען און נישט סתם א לופטיגע פעפער מיט הוילע לצנות און ווילדע פאנטאזיעס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר