בלאט 1 פון 1

פאפולערע אידישע מוזיק ווידיאוס

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:19 pm
דורך יתרו
די מוזיק ווידיאוס זענען פון די פאפולערסטע ווידיאוס אויף יוא טוב ביי אידן און גוים צוגלייך. דא עקא די אידישע היימישע מוזיק ווידיאוס ציען נישט אן קיין סאך היטס. א היימישע גוטע מוזיק ווידיאו ציט אן בערך 50,000 היטס עס זענען דא אויסנאמען, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו מאכן א ליסט פון די פאפולערסטע היימישע מוזיק ווידיאוס.

פאר א אנהויב האט איר דא בעני פרידמאן'ס יש תקוה וואס האט אנגעצויגן איבער צוויי מיליאן היטס. דאס איז די מערסטע וואס איך האב געפינן ביי א היימישער זינגער. דא האט איר א לינק:
https://www.youtube.com/watch?v=PIPCHjF ... jFC9yk#t=4

די מכבים וואס זענען מאדרען אראטדאקס האבן א ביסעלע העכערע רעקארד לדוגמא די חנוכה קליפ האט אנגעצויגן איבער צען מיליאן
https://www.youtube.com/watch?v=qSJCSR4MuhU
ווער עס קען לינקן אידישע מוזיק ווידיאוס וואס האבן אנגעצויגן מער איז געלאנדענט, און לאמיר זען ווער עס געווינט דעם קאנטעסט.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:27 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3fXIMUyrw7s[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:29 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז טאקע פשט אז יש תקוה האט אזוי הויעך אנגעצויגען? ניגון איז טאקע געוואלדיג אבער די ווידיא איז נישט מוראדיג

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:32 pm
דורך יתרו
[tag]פלעין יודיש[/tag], עס איז נישט היימיש און עס האט קנאפע דריי מיליאן קומט אויס אז מכבים זענען נאך אלץ מככב ועולה...

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:34 pm
דורך פלעין יודיש
היימישע ווי מכבים

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:37 pm
דורך ישמעאל הכהן
קה אכסוף, א האלב מיליאן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qdP7WPbdd5w[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
שמעלצער מזרח, צוויי מיליאן

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6d4RuXauXP8[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:45 pm
דורך יתרו
ישמאל סאיז סך הכך איין מיליאן אבער די ווידיאו איז געוואלדיג

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
גערעכט, 1.2. איך האב זיך טועה געווען.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:47 pm
דורך ישמעאל הכהן
נחמן בערגמאן, 75000. וואלט געמעגט האבן מער, ס'איז גוט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=soHP2n0zt-o[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:58 pm
דורך פלעין יודיש
איך ווינדער מיר שוין לאנג, צו ווען איך קיק א יוטוב קליפ אויף קאוועשטיבעל אד"ג צו עס ווערט אויך אויטעמאטיש צאמגערעכנט פאר א היט.
איינער ווייסט?

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 9:06 pm
דורך מאטי
http://youtu.be/sxg6I8CCFPY
ישיבה בויס קנאפע 3 מיליאן

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 10:36 pm
דורך כלבאשבוע
א שיין חלק איז געקויפטע היטס, ופשוט הוא.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 10:58 pm
דורך מאטי
עלאבאריר.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 11:09 pm
דורך כלבאשבוע
פאר אפאר טאללער קען מען היינט אלעס באקומען אפילו Youtube hits.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:32 am
דורך יתרו
פון אש התורה איבער דריי מיליאן היטס, דער בלאנדער טאנצער דארט איז געוואלדיג.
https://www.youtube.com/watch?v=T_M5-qthA8w

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 9:14 pm
דורך שמן למאור
מיט בערך אכט יאר צירוק איז א ספירה מוזיק ווידיא פון שירה ווי זיי זינגען די ניגון 'אם השם לא יבנה בית' געגאנגען וויראל ביי אידן און להבדיל ביי גוים ציגלייך, עס האלט שוין ביי איבער 21 מיליאן (!!!) מאל וואס עס איז געזען געווארן, כמעט 200k לייקס, און איבער 25k קאמענטס רוב דערפון פון גוים,
איך האב אביסל געליינט, עס איז ממש מורה'דיג, איינער שרייבט אז ער איז א קריסטליכע גוי אבער ער קוקט עס יעדן טאג אפאר מאל, און ער הייבט אן זיין טאג דערמיט, א צווייטע אויך נישט קיין איד, שרייבט ווי זייערע אטיסטישע קינד איז געווארן קאנעקטעד דערצו, און הערט עס יעדן איינציגסטן טאג,
בקיצור עס איז דא א געוואלדיגע פאזעטיוו רעספאנס, און עס איז לכאורה די מערסטע היימישע געקוקטע קליפ

קוקט און האט הנאה

https://youtu.be/ckVYO9oI8vc

בערך א חודש צירוק האט א באקאנטע גויאשע ארטיסט the kiffness ציגעלייגט מוזיק צו די קליפ, זעט דא

https://youtu.be/EGmXAu8geVg

עס האט אויך א שטארקע פאזעטיוו רעספאנס, און האט צירוק ארויפגעברענגט די אלטע קליפ אויפן אויבערפלאך

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 12:19 am
דורך תרמב
זייער שיין, ס'איז אינטערסאנט אז אסאך פון די חברה דארט זענען היינט פאפולערע זינגערס, ציווישן זיי האב איך באמערקט, אברהם מרדכי שווארץ, וועלוול פעלדמאן, שמואלי אונגאר, און שלום לעמער.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 3:08 am
דורך שמן למאור
תרמב האט געשריבן:זייער שיין, ס'איז אינטערסאנט אז אסאך פון די חברה דארט זענען היינט פאפולערע זינגערס, ציווישן זיי האב איך באמערקט, אברהם מרדכי שווארץ, וועלוול פעלדמאן, שמואלי אונגאר, און שלום לעמער.

און אויכעט די סאלא, 'לוי פאלקאוויטש'

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 4:23 pm
דורך שמן למאור
א ווידיא ווי די (אמאליגע) ילד הפלא דודי הרשקופ זינגט צוזאמען מיט זיין שוועסטער א חלק פון די ניגון made you look איז געגאנגען ווייראל און האט שוין אנגעצויגן 1.3 מיליאן וויוז אויף טיקטאק.

עס איז מיר געפאלן ווי איינער האט דארטן אנגעפרעגט אין די קאמענטס אויב זיי פארשטייען די ווערטער וואס זיי זאגן, די קריעטער פון די אקאונט האט רעאגירט;
Unexpectedly, we know the meaning. Now, do you get the idea behind the defiantly kinky words??