בלאט 1 פון 2

לוינט זיך יעצט איינצוהאנדלען סטאקס אין "ראדיאו שעק"?

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 6:58 pm
דורך קורקלענד
ראדיאו שעק'ס סטאק טראסקעט. ס'פארקויפט זיך כמעט פאר א קוואדער. מאנכע זאגן זיי גייען באלד באנקראטירן. לוינט זיך צו קויפן אדער נישט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:11 pm
דורך בן תמליון
דער שפריכווארט גייט, חאפט נישט קיין מעסער וואס פאלט. אז עס טראסקעט שטייט ווייט איר קענט פאר דאס געלט פרובירן אין א קאסינא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:16 pm
דורך outspoken
כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:21 pm
דורך קורקלענד
בן תמליון האט געשריבן:דער שפריכווארט גייט, חאפט נישט קיין מעסער וואס פאלט. אז עס טראסקעט שטייט ווייט איר קענט פאר דאס געלט פרובירן אין א קאסינא.


איז איינער באקאנט מיט זייערע ביכער? אפשר איז עס גאר ביליג יעצט? פארוואס זאל איך ווארטן ביז ס'גייט צירוק ארויף?

@בן תמליון
וויפיל שאצט איר איז דאס ווערט באמת? איז עס יעצט טייערער ווי איר שאצט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:30 pm
דורך קורקלענד
outspoken האט געשריבן:כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.


קאדעק איז א טעכנאלאגישע פירמע וואס פראדאצירט עלעקטראניקס. ר"ש איז א געשעפט און איך גלייך עס ענדערש צו צו 'בעסט ביי'

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:35 pm
דורך outspoken
קורקלענד האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.


קאדעק איז א טעכנאלאגישע פירמע וואס פראדאצירט עלעקטראניקס. ר"ש איז א געשעפט און איך גלייך עס ענדערש צו צו 'בעסט ביי'


'בעסט ביי' איז אויך אויף צרות, אבער דאך בעסער. זיי האבן כאטש א ניטש אז זיי זענען די בעסטע אין קאמפיוטערס.
http://www.dailyfinance.com/2014/08/27/ ... ail-first/

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:02 pm
דורך קורקלענד
@outspoken

ראדיאו שעק האט אויך א ניטש פון האביאיסטן. די פראבלעם איז אז מענטשן היינט ווייסן נישט און אפילו די ארבייטער דארט ווייסן נישט קיין סאך אין דעם נושא. אוי ווער געדענקט די גוטע צייטן? מייקרא סענטער איז אין די זעלבע ליין און ניטש און עס זעהט אויס ווי ס'גייט זיי גוט. סוי די ביזנעס/ליין וואלט איך נישט אזוי אוועקגעמאכט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
ראדיאו שעק האט אויך א נאמען פראבלעם. זייער נישט קיהל פאר די היינטיגע יונגווארג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:54 pm
דורך outspoken
קורקלענד האט געשריבן:@outspoken

ראדיאו שעק האט אויך א ניטש פון האביאיסטן. די פראבלעם איז אז מענטשן היינט ווייסן נישט און אפילו די ארבייטער דארט ווייסן נישט קיין סאך אין דעם נושא. אוי ווער געדענקט די גוטע צייטן? מייקרא סענטער איז אין די זעלבע ליין און ניטש און עס זעהט אויס ווי ס'גייט זיי גוט. סוי די ביזנעס/ליין וואלט איך נישט אזוי אוועקגעמאכט.

אוי וויי, הער וואס דיין פענע שרייבט, א קאמפעני וואס נישט די ארבייטער און נישט די קאסטעמערס ווייסען זייערממעלותזענען זיי גגוטאויף צרות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:39 am
דורך קורקלענד
לויט ווי איך זעה איז עס יעצט ארויף א קנאפע 30% זייט איך האב אויפגעמאכט די אשכול!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 6:12 am
דורך outspoken
Time to short the stock.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 8:15 am
דורך קורקלענד
outspoken האט געשריבן:Time to short the stock.

וואס עס גייט זיין ווייס איך נישט! זעהט אויס אז איר ווייסט יא.
איז דאס פון א טעקניקעל אדער א פונדאמענטאל שטאנדפונקט?
איך מיין נישט אוועק צו מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 8:32 am
דורך [NAMELESS]
איך האב אריינגעווארפן 1000 סטאקס אין מיין פארטפאליא פאר 260$. כ'האב דערןוייל פארדינט 80$

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:56 am
דורך קורקלענד
ראשעקאל האט געשריבן:כ'האב דערווייל פארדינט 80$

איר מיינט עס איז ווערט געווארן $80 מער. "פארדינט" איז ווען מען פארקויפט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:23 am
דורך [NAMELESS]
מיין אינוועסטמענט האט פארדינט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 10:32 am
דורך בן תמליון
ביני לביני האט זיך דער מארקעט ג'עפנט און עס איז צוריק אראפ 8-9% היינט. די צייטווייליגע ארויף אראפ איז געווענליך ביי פעני סטאקס ווען עס איז נישטא קיין עכטע גוטע נייעס, סתם שפעקולאנטן שפילן א געים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:24 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:Time to short the stock.

וואס עס גייט זיין ווייס איך נישט! זעהט אויס אז איר ווייסט יא.
איז דאס פון א טעקניקעל אדער א פונדאמענטאל שטאנדפונקט?
איך מיין נישט אוועק צו מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין.

אין פאל פון רעדיא שעק איז עס זייער פארשטענדליך. מ'קען הערן די ראדיא ביזנעס רעפארטס וועלכע האלטן אין איין מעלדן אז די קאמפאני גייט פארמאכן בערך 300 סטארס...! אויך. איינס פון די הויפט סיבות פאר זייער צוריקפאלן אין ביזנעס, אז זיי האבן נישט אפ-דעיטעד זייערע סטארס און פראדוקט-ליין. פאר דרייסיג יאר צוריק זענען זיי געשטאנען אין שפיץ פון די דאמאלסטיגע טעכנאלאגיע. אבער ס'איז שוין אויפגעוואקסן זינט דאן א נייער דור, וועלכער טראכט אנדערש, און האט אנדערע משוגעת'ן און טעיסטס ווי די פריערדיגע...!

זיי זענען שוין אן אנא-כראניזם, ...Passe (Pronounced "Pass-say")...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.

mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:01 am
דורך קורקלענד
עזריאל האט געשריבן:פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.

mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932

לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:05 am
דורך איך אויך
ד.ה. אז יעדער דאלער וואס מען האט דאן אינוועסטעד אין אמעריקן עירליינס שערס איז היינט ווערט טויזענט דאלער? איך האף זייער אז דו ביסט נישט קיין כולל פיינענשעל עדווייזער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געזאלט פארקויפען און פארדינען מיינע 80 דאללער. יעצט האלט איך ביי א פארליסט פון 20 דאללער :evil:

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
ס'ווערט היינט באריכטעט אז עמעזאן וויל איבער נעמן טייל סטארס, פאר זייערע kindle devices and for amazon locker,
געווענדליך ווען עמעזאן מאכט אפ איבערצונעמען עפעס פירן זיי אויס, לאמיר זעהן וואס ס'גייט זיך דא אויסקאכן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.

mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932

לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.

קורקלענד: ס'איז א גרויסער חילוק פון דעם מצב פון אמעריקען ערליינס דאמאלס, און רעדיא שעק היינט. די ערליין האט בשעתו געהאט ביזנעס. נאר זיי האבן געהאט צו א גרויסן דעפיציט. און מ'האט געדארפט אריינברענגען ארדענונג אין זייער מענעדזשמענט. משא"כ די עצם געדאנק פון די רעדיא שעק סטארס ארבעט שוין היינט נישט מער. ס'איז אויפגעוואקסן א ניי דור, וועלכע האבן אנדערע פארלאנגען און מעגליכקייטן ווי די פריערדיגע. אויך א גרויסער חיסרון ביי רעדיא שעק, איז אז זיי האבן פארפאסט זיך מיטצוכאפן מיט די כוואליע פון איי-פאון און טאבלעט פארלאנג.

איך געדענק, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק (אפשר מער) ווען דעסקטאפס האבן אנגעהויבן צו ווערן פאפולער, איז רעדיא שעק געווען ממש אין שפיץ פון די דיסטריביוטארס און פארקויפערס פון די כלים. זיי האבן אויך געהאט א מנהג אז זיי האבן געלאזט קינדער זיך שפילן מיט זייערע קאמפיוטערס אין די סטארס, כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די פי.סי'ס. סיי ווען איך בין אריינגעקומען אין עטליכע סטארס זענען דעארט געזיצן קינדער און זיך ארומגעשפיעלט מיט די כלים. אויך האבן זיי געהאט אלערליי פראגראמס צו פארקויפן...חוץ די אנדערע עלעקטראנישע כלי זיין, ווי רעדיאס, סקענערס וכדו'...!