בלאט 1 פון 1

ארס בלבנון

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 9:01 pm
דורך עדיאל
די וועלט איז נאך אינטערן איינדרוק פון נתניהו שטופן זיך צום אויבנאן אין פאריז מארש סקאנדאל, און שוין ווידער רודערט זיך אצינד איבער א פרישע הדיוט קופץ בראש פרשה פון די מדינת הציונית. דאסמאל האנדלט זיך איבער די מלכת היופי מרת דורון מטלון.
די מעשה איז פארגעקומען אין מיאמי ביים אלוועלטליכן שקר החן והבל היופי קאנטעסט. די מלכת לבנון האט אויסגעמיטן זיך צו טרעפן מיט מטלונען, אלס התנגדות צו די מדינה הציונית . אין איינעם אן אווענט, ווען מלכת לבנון האט אייגענעם פארברענגט מיט אירע פריינדינעס, די מלכות יאפאן וסלאוועניע, איז פלוצים ארויסגעשפרינגן מטלון, און איידער די מלכות האבן זיך געקענט אריענטירן, ארויסגעשלעפט איר טעלעפאן אין געכאפט א סעלפי! מטלון האט זיך נישט אפגעשטעלט דא, נאר ארויפגעשטלעט דאס בילד אויף אירע אינסטאגראם, און גאר באשולדיגט מלכת לבנון אין א בלבול אז זי האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיט מלכת ישראל!
זעלבסטפארשטענדליך אז די לעבאנעזער זענען אצינד גאר אויפגעברויזט אויף זייערע מלכה, אויף מטלון, און אויף מדינת ישראל בכלליות פאר אזא ביליגן אקט. כאטש מלכת לבנון האט אפגעשריבן אן הסברה וואו זי ווייזט אויף די בייזוויליגקייט פון מטלון, וועט זי לכאורה נישט ארויסקומען גענצליך זכאי פון די גאנצע פרשה. ס'איז צום האפן אז די פרישע התגרות באומות וועט נישט שאדן פאר כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 9:11 pm
דורך ירח בן יומו
א לינק

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 9:19 pm
דורך ישראל קאפקע
ארס בלבנון, איך גלייך די ווערטער שפיל! :like

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:21 pm
דורך יאיר
די באשולדיגונג גייט נאך ווייטער, אז רביצין ישראל האט ארויסגעצווינגען א ליבליכער שמייכל פון רביצין לבנון, ווי מען זעט אויפ'ן בילד, ווארשיינליך סטראשענדיג אז טאמער נישט וועט זי זיך אויפרייסן. אבער מרת. לבנון האט תיכף מוסר מודעה געווען אז דאס איז אלעס געווען באונס והחיוך כמאן דליתא דמי.
אגב, איך וואלט קורא שם געווען דעם אשכול: ארץ בלבנון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:42 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:די באשולדיגונג גייט נאך ווייטער, אז רביצין ישראל האט ארויסגעצווינגען א ליבליכער שמייכל פון רביצין לבנון, ווי מען זעט אויפ'ן בילד, ווארשיינליך סטראשענדיג אז טאמער נישט וועט זי זיך אויפרייסן. אבער מרת. לבנון האט תיכף מוסר מודעה געווען אז דאס איז אלעס געווען באונס והחיוך כמאן דליתא דמי.
אגב, איך וואלט קורא שם געווען דעם אשכול: ארץ בלבנון.

נאך מער, ווי באקאנט אין אזעלכע וועניוס גייען די באטייליגטע ארום מיט זויערע פנימער, אבער א נייער איזראעלי טעכנאלאגיע האט די מעגליכקייט ארויסצוצווינגען א שמייכל אינסטענטלי.
איין איזראעלי זשורנאליסט טענהט גאר אז די שמייכל איז גאר געווארן ערפינדן דורך מ.י. מיליטערישע עקספערטן אין די פופציגער יארן.

מיסס לבנון טענהט אז מיסס איזראעל האט זיך געגעבן א שטופ אריין און גענומען דעם בילד אן רשות, בשעת מיסס לבנון האט געפאוזט מיט מיסס סלאוועניע און מיסס יאפאן. אבער ווי יעדער ווייסט האבן די אראבישע מיידלעך א שוואכקייט וואס צווינגט זיי צו שמייכלען מיט מיסס איזראעל, און דערנאך לייקענען שטיין און ביין.

סעמענטע פאוערס די אמעריקע דעלעגאט צו יו.ען. האט געמאלדן אז אמעריקע גייט וועטאאירן יעדע פארזוך צו מאכן לעגאל דאס שמייכלען אין די אפוועזנהייט פון איזראעליס, פרעזידענט אבאמא זאגט אז ער האט נאך נישט געמאכט קיין ענטגילטיגע באשלוס.
דערווייל זאגט סענאטאר מארקא רוביאו אז ער האט שוין די שטימען פאר א וואוט צו מאכן אומלעגאל דאס האבן ציינער אין די מיטל מזרח.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:00 pm
דורך petergrifin
סענאטאר מארקא רוביאו פאר פרעזידענט! :lol:

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:32 pm
דורך יתרו
עס פליען אנבאטן פון ארבע כנפות הארץ צו געבן שוץ פאר די מלכת לבנון אויב זי דיסיידעט נישט צוריקצוגיין צו לבנון, מאנכע זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי איר אנצובאטן מטה כסא ושלחן פאר די נעקסטע צוואנציג יאר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:50 am
דורך ישראל קאפקע
דזשאן סטוארט איבער די "אינטערנאצינאלע קריזיס" צווישן מיס לבנון און מיס איזראעל.
http://www.haaretz.com/jewish-world/jew ... s/1.638095

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט ווי די לעבענעזע מוז זיך פארענטפרן טויט צו לעבעדיג פארן עוולה פון זיין אין איין בילד מיט א ישראלית, אין די צייט וואס אין ישראל ווערט דאס בילד גאר באטראכט ווי א פאזאטיווע ערשיינונג. יעצט גיי דריי מיר א קאפ ווער זענען די מתגרין באומות, ישראל אדער לבנון?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:28 pm
דורך געוואלדיג
נעבעך

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 9:04 pm
דורך מאן דאמר
ס׳איז משמע פון קאפקע, אז נטורי קרתא האט א גוטן פארשטאנד צו די מלכות היופי

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 9:40 pm
דורך איך אויך
אנטשולדיגט מיר אבער אזא ליידיגע אטאקע פאסט נישט פאר ק''ש.