בלאט 1 פון 3

אמן יתומה, א מעשה מיט די ויחי יוסף

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:47 pm
דורך יאסל ראקאווער
געווען וואילע נארישע יידן וואס פלעגען פארקויפען מחלות פאר גוים. די גוי מאכט געלט און די ייד פילט זיך בעסער.. א מחלה אין קאפ! נאר בלייבט נאר, און מקח בלייבט מקח. יעדער איז העפי. שוין, זאל זיין.

איך בלעטער היינט אין א מעשה ביכעל פון פאפא רב, די ויחי יוסף. און איך בין שאקט צו ליינען די מעשה. קומט ארויף א גוי און צאלט א דיפאזיט פאר א פאקל מיט חמץ, און מ'ריקט אריין קרענק? און דאס נישט א ערענסטע שאלה פון חמץ בפסח? ס'זיכער אז ער וויל נישט די מקח. מ'רעדט נישט פון קיין אונאה. מ'רעדט דאך פון א ערענסטע פארפירעניש. פראביר זאג די גוי אין ענגליש וואס די פארקויפסט אים און זעע אויב גיט ער דיר א דיפאזיט דערפאר. סתם חוזק געמאכט פון די מכירת חמץ?

פארגעס פון הלכה, וואספארא מהלך איז דאס, דער אנשטעדיגע גוי קומט ארויף מיט א תמימות צום רב, ער העלפט מיט חמץ און די רב שעלט אים צאם? הזאת נאמי? גייט א חסיד שוטה, און דריקט עס. א קליינע קאפ. א בושה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:27 am
דורך יתרו
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ג גייט א חסיד שוטה, א ריכטיגע פאפענע, און דריקט עס. א קליינע קאפ. א בושה.

פאסט נישט פאר אזא חכם ווי דיר צו סטריאטייפן, אדער אפשר ביזטו נישט אזא חכם?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:00 am
דורך שת.אדמזאהן
יאסל ראקאווער האט געשריבן: סתם חוזק געמאכט פון די מכירת חמץ?

אונזער מכירת חמץ איז נישט גענוג חוזק?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:41 am
דורך [NAMELESS]
אגב אויב דא איז דא איינער וואס וויל פארקויפן מחלות, זאל שטיצען א היימישער יוד איך בין עס גרייט אפצוקויפן. וואס עפעס זאל דער גוי פארדינען פון דיינע חלומות?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 7:38 am
דורך איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, א גוי זאגט אמן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:18 am
דורך פישלע העררינג
יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:27 am
דורך שמעון וואלף
וואספארא שייכות האט די מעשה מיט'ן קעפל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:30 am
דורך יאיר
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

יש ויש. מ'קען פארקויפן די צואה רותחת פאר א גוי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:34 am
דורך מוזיקאנט
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.

צואה רותחת איז ניש'קשה...

איבערבייטען צואה רותחת צו גאלד שטיקער (פלא, ס'נישט געלינגען):
http://gawker.com/5852029/man-somehow-f ... heating-it

הייצן א בילדינג מיט צואה רותחת:
http://www.forbes.com/sites/ericagies/2 ... -building/

מאכן מים חיים פון צואה רותחת - ביל געיטס אינוועסטירט (און טרינקט עס):
http://fox17online.com/2015/01/07/bill- ... t-himself/

איך האף דאס די תגובה פערזאנעפירט נישט זעלבסט צו זיין א מלעיג על דברי חכמים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:36 am
דורך פישלע העררינג
[tag]יאיר[/tag] מיט [tag]מוזיקאנט[/tag],

אפחוזק'ן פון א ספר חסידים? אטו רבי יהודה החסיד קטלא קניא באגמא הוה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:43 am
דורך מאטי
פישעל'ע, אויב לאכט דער פותח האשכול פונעם ספר חסידים דאן איז דער חמץ פיין פארקויפט, והכל על מקומו יבוא בשלום, זיין אויפברויז איז דאך בלויז ווייל מ'האט אים איינגענארט מיט קרענק בשעת'ן פארקויפן חמץ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:13 am
דורך איחוד פעלד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.


ואין רפואה למכתו.

פארוואס קען מען נישט פארקויפען פאר א גוי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:31 am
דורך יאסל ראקאווער
שמעון וואלף האט געשריבן:וואספארא שייכות האט די מעשה מיט'ן קעפל?


דער גוי ווייסט דאך געוויס נישט וואס די ברכה איז, איז זיין אמן א אמן יתומה

ולא יענה אמן יתומה דהיינו שהוא חייב בברכה אחת ושליח ציבור מברך אותה וזה אינו שומעה אף על פי שיודע איזו ברכה מברך השליח ציבור מאחר שלא שמעה לא יענה אחריו אמן דהוי אמן יתומה.

הגה: ויש מחמירין דאפילו אינו מחויב באותה ברכה לא יענה אמן אם אינו יודע באיזה ברכה קאי שליח ציבור דזה נמי מקרי אמן יתומה (טור בשם רב כהן צדק) ולא ימתין עם עניית האמן אלא מיד שכלה הברכה יענה אמן (אבודרהם).

פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.


איך וויל זעען די ספר חסידים וואס שטייט אז מ'זאל אריינריקען קרענק צו אנשטענדיגע גוים! וואספארע אסמכתא לא קניא מכירה ניצט מען?

ס'איז אינטערעסאנט אז די ברענגסט די צואה רותחות, ס'גאנץ פאסיג אין די שמועס.. איך האב געזעען אמאל א ווערטעל פארוואס פונקט א מלעיג על דברי חכמים קומט אזא מאדנע עונש? ווייל א מלעיג על דברי חכמים גליינט נישט און תקנות חכמים און מאכט נישט קיין ברכות און ענטפערט נישט קיין אמן. טוט ער נישט די עבודת השם מיט די אכילה, אזא איינער איז נישט מעלה די עסן, עסט ער נאר צו קאקען..

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:09 pm
דורך קאצקע ציקער
איחוד פעלד האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסל,

בעפאר דו חוזק'סט אפ פון פארקויפן מחלות פאר א גוי, להוי ידוע לך אז דאס שטאמט פון ספר חסידים, והוי זהיר בגחלתו. כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת ואין רפואה למכתו, ל"ע.


ואין רפואה למכתו.

פארוואס קען מען נישט פארקויפען פאר א גוי?

איינער וואס מאכט חוזק דערפון קען עס נישט ניצן

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:00 pm
דורך ברוך שאמר
איך פארשטיי באמת נישט ווי נידריג דע שטיבל האט זיך דא אראף געלאזט רעדן מיט א ביליג קייט אויפן הייליגלן בעל ויחי יוסף. אינז מעג מער זאך אלע פארשטעקן פאר בושה וכו. וכו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 10:39 pm
דורך שת.אדמזאהן
IMG_001.jpg
IMG_001.jpg (163.85 KiB) געזען געווארן 3454 מאל

IMG_002.jpg
IMG_002.jpg (44.85 KiB) געזען געווארן 3456 מאל


פון תולדות ויחי יוסף, מהדורת סרוסקי

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:54 am
דורך שבת אחים
ברוך שאמר האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט ווי נידריג דע שטיבל האט זיך דא אראף געלאזט רעדן מיט א ביליג קייט אויפן הייליגלן בעל ויחי יוסף. אינז מעג מער זאך אלע פארשטעקן פאר בושה וכו. וכו.


איך האב פאר דיר א עצה! דא מאכט מען נישט חוזק פונעם בעל ויחי יוסף ,
קליק דא
http://www.ivelt.com/

אדער רוף 1-212-444-1100

https://twitter.com/koimevaser

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:25 am
דורך לעיקוואד
שטייט טאקע אין ספר חסידים? קענסט צייכענען די מקור?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:37 am
דורך ברוך שאמר
שבת אחים איך ווייס וואס די ענטפערסט !!

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:50 am
דורך יאסל ראקאווער
לעיקוואד האט געשריבן:שטייט טאקע אין ספר חסידים? קענסט צייכענען די מקור?



קוקט אויס מער ווי א סרך דרכי אמורי, ווי די רמ"א שרייבט ביי די כפרות. און די איינציגע ספר חסידים וואס גוגעל טרעפט איז ס' תמ"ה, פון גוי צו גוי.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=115

פישעלע הערינג, דארפסט דיך נישט זארגען, די צואה רותחת בלייבט ביי די נאראנים אין קאפ. ווי די רמב"ם זאגט ""ואין צואה רותחת חמורה מן הסכלות שגרמה לו להלעיג". אפשר פאר דעם איז טאקע אין רפואה למכתו.. אז ס'פעלט אים אין קאפ, וועט גארניקס העלפען. נאר בלייבט נאר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:48 am
דורך איך אויך
שבת'ל דו ביסט אזוי סופער קיהל! אי''ה זימער צייט גיי איך דיך דינגן אנשטאטס מיין עיר קאנדישן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:20 pm
דורך Kool man
דער פאפער רב זצ"ל איז געוועזען א קדוש וטהור, און א ת"ח איז ער געוועהן לכל הדיעות, און די גמרא זאגט כל המבזה ת"ח אין תרופה למכתו, חכמים הזהרו בדבריכם!

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:11 pm
דורך קאצקע ציקער
Kool man האט געשריבן:דער פאפער רב זצ"ל איז געוועזען א קדוש וטהור, און א ת"ח איז ער געוועהן לכל הדיעות, און די גמרא זאגט כל המבזה ת"ח אין תרופה למכתו, חכמים הזהרו בדבריכם!

און ער האט נאך געקענט אזוי לערנען ווי דיר יוסל, להבדיל אלף אלפי הבדלות!! , און ער האט נאך געוויסט אזוי גיט הלכות ביטול חמץ און אמן יתומה! סא יאסעלע דריי א צווייטן א קאפ