בלאט 1 פון 1

דזשאב'ס אשכול

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:38 pm
דורך איש עברי
איינע פון די מטרות פון קאווע שטיבל איז זיך צו העלפן, איש את רעהו יעזורו, דעריבער עפען איך דעם אשכול, עס זאל דינען אלס פלאטפארמע פאר ווער עס זוכט ארבעט, אדער ווער עס זוכט א ארבעטער, דא אין שטיבל דרייען זיך טאלאנטפולע מענטשן, און עס קענען זיכער צושטאנד קומען דא סוקסעספולע שידוכים צווישן ארבעטס געבער און ארבעטער.
לעניינינו, איך בין געוואויר געווארן מאחורי הפרגוד אז איינער פון די מאורות הגדולים אין שטיבל זוכט אצינד ארבעט, עס רעדט זיך פון א מולטי-טאלאנט וואס איז שווער צו געפונען כדוגמתו, בעיקר גאר שטארק באהאווענט אין טעכנאלאגיע און אין מארקעטינג, אבער טויג צו כמעט יעדע זאך אין די וועלט, האט איינער א גוטע הצעה? איר קענט זיך ווענדן צו מיר אין אישי, מען וועט אויסארבעטן א וועג אז עס זאל חלילה נישט קומען לידי גילוי...
ניין, עס רעדט זיך נישט פון איש עברי...

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:43 pm
דורך יתרו
איש עברי האט געשריבן:ניין, עס רעדט זיך נישט פון איש עברי...

נו, האט דאך יענער געקענט עפנען אן אשכול און זאגן אז מען רעדט נישט פון אים...
וויצן אין די זייט, מען בעט דער עולם זאל זיך אנרופן ווארעם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 2:59 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
עס ווערט געזוכט, א טויגליכער מארקעטינג פערזאן.

פאר אינפארמאציע: מנשה לוסטיג 845.499.4553, אימעיל, shryber@googlemail.com



אני מחפש איש שיווק מוכשר. ליתר מידע תתקשר למנשה לוסטיג, טל. 845.499.4553, אימייל, shryber@googlemail.com



I am looking for a talented marketing guy.

For information call Menashe Lustig; tel: 845.499.4553, Email: shryber@googlemail.com

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 6:50 pm
דורך מוזיקאנט
מארקעטינג + טעכנעלאגיע = עמעזאן ביזנעס.

[tag]איש עברי[/tag], איז אזאנס אין זיין ספערע?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 6:58 pm
דורך איש עברי
יא, א שטארקע עקספערט אין מארקעטינג, און איך האב שוין באקומען אין אישי נאך צוויי בקשות פון גאר געלונגענע חברים דא אין שטיבל!

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 7:08 pm
דורך מוזיקאנט
אקעי, סא לאמיר עס אראפנאגלען:

דרייט זיך דא איינער וואס ארבעט אין א עמעזאן ביזנעס און קען נוצען א טעק גיי אדער מארקעטינג פרא?