בלאט 1 פון 49

בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:15 pm
דורך ונבנתה העיר
עס האט זיך שוין יעדער אנגעקלאפט אין א בילד וואס רעדט דירעקט צו זיין נפש, אויסלאזענדיג די פארמיטלער פון אותיות, ווערטער און זאצן - זיי גיבן נישט צו, אויב עפעס זענען זיי נאר מגביל.

איך האף בע"ה ארויפצולייגן טעגליך א בילד פון דעם סארט, כל המוסיף מוסיפין לו - אבער ביטע נישט נידערן דעם סטאנדארט, יש"כ.

---

דאס איז א בילד פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אין שנת תשל"ד, ווי ער גייט דורך פאר א שורה 'מצוה טאנקן' פארענט פון 770, אין די ערשטע תקופה פון די פעילויות.

בילד

---

דער דריי יאהריגער JFK Jr סאלוטירט זיין טאטע'ס ארון.

בילד

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:14 pm
דורך ונבנתה העיר
שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]

בילד

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:
דער דריי יאהריגער JFK Jr סאלוטירט זיין טאטע'ס ארון

אז מ'רעדט שוין

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:05 pm
דורך פישלע העררינג
ונבנתה העיר האט געשריבן:שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]

בילד

עמוק עמוק.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:19 pm
דורך פישלע העררינג
וואס תורה טוהט אויף!

בעלמא הדין, ווען די זון פארגייט אין א פלאם, יאגן זיך אידן צו מנחה, מען איז מקבל שבת, מען גרייט אן חנוכה ליכט, מען דערמאנט זיך אין רבינו תם'ס צוויי שקיעה'ס.

אבער דארט...

אורו מירוז! ליידיג און פוסט. קיין תורה. קיין עבודה. קען די זון אויפגיין, קען די זון פארגיין, אלעס בלייבט פוסט און לער. קיין תוכן.

און עס דערקענט זיך אויף די זון'ס בלאסע געזיכט. אזל סומקא ואתא חיוורא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:08 am
דורך ונבנתה העיר
איך מיין עס אין א 'thought provoking' קאנטעקסט.

וואס עס איז מעורר ביי מיר וועל איך אפשר אמאל שרייבן אין אן אייגענעם אשכול, עס איז מיר אבער געווען אינטערעסאנט ווי ביי מיר ברענגט עס פונקט פארקערט מחשבות ווי פאר פישלע - מי יתן לי אבר כיונה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:19 am
דורך [NAMELESS]
א בילד וואס איז העכער פון אלעס, זייער הויך....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:08 pm
דורך ונבנתה העיר
אן אליאירטער סאלדאט ווס. היינריך היממלער ימ"ש.

בילד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:39 pm
דורך יאיר
וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:40 pm
דורך יאיר
בילד
The cosmos in harmony

בילד
דער אפיס פון פון דעם אומשטערבליכן פיזיקער גענוי ווי ער האט עס איבערגעלאזט צום לעצטן מאל, בילד גענומען עטליכע שעה נאך זיין טויט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
יאיר האט געשריבן:וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?

http://en.wikipedia.org/wiki/Horace_Greasley

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:57 pm
דורך שלמה המלך
יש"כ אלע, ובפרט פאר ונבנתה פארן גיין פתיחה...
א רייכע אשכול!
:like :like :like לייק לייק לייק

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:27 pm
דורך ונבנתה העיר
לְכוּ מַלְאָכִים קַלִּים אֶל גּוֹי מְמֻשָּׁךְ וּמוֹרָ"ט אֶל עַם נוֹרָא מִן הוּא וָהָלְאָה גּוֹי קַו קָו וּמְבוּסָה אֲשֶׁר בָּזְאוּ נְהָרִים אַרְצוֹ - לכבוד די 70'סטע יאהרטאג פון די באפרייאונג פון אוישוויץ.

אינעווייניג אין אן אוישוויצער גאז קאמער.

בילד

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:30 pm
דורך [NAMELESS]
דאס האבן די אידן נעבעך געקראצט ביים טרייען צו לעבן??

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:44 pm
דורך אחד העם
ראשעקאל האט געשריבן:דאס האבן די אידן נעבעך געקראצט ביים טרייען צו לעבן??

יא!
איך האב אסאך געטראכט ווען איך בין געשטאנען קעגן דעם וואנט... סדא וואס... העכער פון אותיות פשוטו כמשמעו...

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:22 pm
דורך ונבנתה העיר
כִּי נַעַר יִשְׂרָאֵל וָאֹהֲבֵהוּ

בילד
בילד

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:23 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:18 pm
דורך שלמה המלך
WOW איך האב נישט געוויסט אז אהבה גייט נאך אן ביי די 95 אויך :roll: :דמיונות:

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
דער בילד פון דער אמשינובער איז טאקע העכער פון ווערטער אבער רוב אנדערע איז אזוי נידריג סך סך נידריגער פון ווערטער

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:26 pm
דורך ירח בן יומו
ונבנתה העיר האט געשריבן:בילד

אונטער די בילד דארף שטיין "ירח בן יומו מיט זיין אשת חיל פרה בת שלשה"
פון ווי האסטו געקריגן מיין בילד?

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 6:26 pm
דורך ונבנתה העיר
ורחמיו על כל מעשיו כתיב - ר' אליהו לאפיאן ז"ל.

בילד

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
5215715b-50c8-4fa6-ae7e-0396c2c2b00d1561304825.png

א פיר יעריג קינד ביים באפרייאונג פין בוכענוואלד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 12:11 am
דורך [NAMELESS]
איך האב.אמאל געזען א בילד א 'די צייטונג' ווי מאמעס מיט קינדער טרעטן אראפ פין א באן אין אוישוויץ, אין בשעת ווען אויף די מאמעס פנים'ער ליגט אויסגעשפרייט א זארגפולע דערשראקענע מינע, אין די קינדער נישט וויסעמדיג וואס ווארט זיי לויפן פרייליכירהייט אראפ, טויזענטער ווערטער וואס איך האב שוין געליינט וועגן דעם שואה האט מיר נישט געברענגט אזויפיל טרערן ווי די בילד,
איך האב נישט געקענט טרעפן ממש יענע בילד האב.איך געלייגט ענליכע

ChildrenBirkenau-767661442.GIF

hc.jpg955906095.jpeg