בלאט 1 פון 1

דער בליענדער עלטער

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:36 pm
דורך דריידל
מ'הערט ליידער אסאך טראגעדיעס ווי יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן. די סדר איז אז ווען מ'באשרייבט די בר מינן ווערט געווענדליך ארויסגעברענגט די פאקט אז יענער איז אוועק אין בליענדען עלטער פון כך וכך.

כ'האב מיך לעצטענס מתבונן געווען אז די לעבענסטעג (קרעדיט: מיין כיתה ב' רבי, פרשת חיי שרה) פון א מענטש קען ווערן איינגעטיילט ווי פאלגענט:

5-0 דאס זענען די בעיבישע יאר ווען מ'ווערט געווענדליך באדינט אויף א גאלדענעם טאץ און מ'באקומט אסאך עטענשאן.

12-6, די קינדערישע יארן ווען מ'האט שוין אביסול דאגות און די קינדערישע חן וועפט צעביסלעך אויס. מ'פאלגט שוין נישט די עלטערן מיט אזא תמימות האלטענדיג אז מ'פארשטייט בעסער. אויך איז שוין דא קאמפעטישן צווישן די געשוויסטער און חברים וואס פירט אויך צומאל צו רייבערייען. מ'איז אבער פארט א קינד און מ'בעט זיך שנעל איבער.

20-13 די ימי הבחרות (די גאלדענע יארן לויט געוויסע מגידי שיעורים). אפיציעל הייסט עס אז דאס זענען די גליקליכסטע יארן זייענדיג און א מצב ווי מ'האט שוין אביסול אינדעפענדענס און פון די אנדערע זייט איז נישטא קיין דאגות הפרנסה. דער אמת איז אבער אז א בחור איז די גרעסטע רחמנות ווייל ער לעבט נעבך אין אזא צעמישעניש נישט וויסענדיג וואס יא און וואס נישט, ווי איין און ווי אויס. דא איז מען צעלאזט, די נעקסטע טאג פאלט מען אריין אין א מרה שחורה. מ'לעבט מיט א מורה'דיגע פרעשור אין פחד פון איין זייט און מיט א ברענעדיגע יצר הרע פון די אנדערע זייט. שוין אפגערעדט ווען מ'קומט אין די יארן פון שידוכים און מ'פאנגט אן צו עקטן אומנאטירליך צו מאכן א גוטע אנשטעל.

30-20 דא ווערן שוין די דאגות ערענסטער. עפי"ר הייבט מען אן צו פירן אן אייגענע ווערקשאפט וואס ברענגט מיט זיך מיט פארשידענע שוועריקייטן. אז די באשעפער העלפט אבער און מ'האט גוט חתונה געהאט קען מען אויסשטייגן און די יארן הן ברוחניות והן בגשמיות. די קינדער זענען נאך קליין, זיי זענען פאלגזאם און פרעגן נישט צופיל און אויך די הוצאות זענען דורכטרעגליך.

40-30 ביי רוב מענטשן איז דאס פון די שווערסטע יארן. אנגעהויבן פון די מצב הפרנסה, חינוך הבנים, שלום בית וכו'. בפרט ביי די וואס האבן נישט א געסעטעלטע זשאב ביי די דרייסיג, איז זייער שווער זיך צו האלטן פריש און גוט מוטיג. דא באקומט מען א מעסעדז פון די מוסד אז די קינד טויג נישט, דא קען מען נישט טרעפן אן ערב פאר אן הלואה. דא מיטשעט די גרויסע מיידל אז די אלטע שיך איז צו יאנטשי, דא בלאזט די ווייב פארוואס מ'האט נישט אהיימגעריפן אינמיטן טאג וכו' וכו'

50-40 אט דערזעהט מען זיך אין שידוכים און מ'ווערט געוואר וואס די גאס האלט וועגן מיך. מ'איז נערוועז, אנגעצויגן, ברוגז און מלא טענות. דאס וואס מ'האט זיך אייגערעדט אז מ'איז שוין א טאטע און כ'על טון וואס מיר געפעלט, פאטשט איצט צוריק און פנים ווען מ'הערט צוריק וואס דער און יענער האט געזאגט. געלט איז אויך קיינמאל נישטא גענוג האבענדיג א שטוב מיט קינדער און נאכדערצי אז מ'דארף זיך אהערשטעלן בעל בתיש ס'זאל נישט שאטן פאר שידוכים.

60-50 זאכן הויבן זיך אן צו סעטלן, מ'ווייסט שוין מער ווייניגער ווער מ'איז און וואס צו זיכן. דאס לעבן ווערט אביסול גרינגער, מ'איז שוין נישט אזוי פארנומען מיט קליינע קינדער א.א.וו.

70-60 מ'האט שוין ב"ה חתונה געמאכט די קינדער און מ'הייבט שוין אן צו גיין אויף שמחות פון די אייניקלעך ווי מ'קומט אן קיין דאגות. מ'איז שוין אביסול אויסגעוואקסן קינדערישע תאוות. דא הייבט זיך אבער אן די דאגות הבריאות. מ'האט הויכע בלוט דרוק, צופיל ציקער, הויכע קאלעסטראל וכו'. מ'טאר נישט דעיס און מ'מעג נישט יענטס. דאס זענען אבער יארן וואס מ'קען גוט אויסניצן האבענדיג רעלעטיוולי ווייניג דאגות.

80-70 מ'ווערט אלט. ווי א יאר עס גייט פארביי שפירט מען אז די גוף גרייט זיך צו רעטייערן. מ'ארבעט שוין ווייניגער און מ'רירט זיך שטייטער. צעביסלעך הייבט מען אן צו פארלירן חברים. די וואס זענען גליקליך קענען נאך פירן אן אייגענעם ווערקשאפט אבער צעביסלעך ווערט מען מער און מער אנגעוויזן אויף טובות פון די קינדער.

80+ עפי"ר איז דאס שווערע יארן ווי מ'מיטשעט זיך אנצוגיין מיט'ן לעבן. אין ביהמ"ד שפירט מען זיך ווי חוני המעגל נישט האבענדיג מיט וועם צו פארטוישן א ווארט. און דאס איז שוין פאר דער וואס איז געזינט. רוב מענטשן ליידן אבער פיזיש אדער גייסטיש ווען מ'קומט אין די יארן.

אלזא טייערער ליינער, אויב ווילסטי נעמען מיין עדווייס כאפ אריין אין די מצב ווי די געפינסט דיך און טראכט נישט אז די וועסטיך מיטשענען יעצט און ענזשויען אין די שפעטערע יארן.

הכלל, וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט. ווען איז דאס די "בליענדען עלטער", ווען זענען די גאלדענע יארן און בכלל ווען איז די בעסטע תקופה אין די לייף סייקעל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
40-50 איז אויך גאר שווער צוליב וואס חוץ חתונה מאכן, האט מען נאך קליינע קינדער אינדערהיים מיט ווילדע טינעיזשערס, פלאס אלטע עלטערן וואס דארפן אסאך צייט און הילף.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:24 am
דורך דולה ומשקה
געדענק טאקע ווען דו וועסט ווערן העכער 70, ווען דו שפאצירסט זיך רואיג אויף דער גאס, גיי אביסעל אינדערזייט, דו שפאצירסט צו שטאט פאר מיינע נערוון, ולא עוד ס'איז זייער שווער לפעמים דיר היפער צו היפען ווייל דער סיידדוואק איז צו שמאל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:36 am
דורך לית דין בר נש
דריידל: איין זאך קען איך דיר זאגן איך בין שוין ב"ה דוירך געגאנגען די אלע סטעידזשע"ס, "ליי"ף איז א פלעזשער"
און ווען מען גייט איז אין די בליענדער עלטער

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:19 pm
דורך דריידל
אז די ביסט שוין איבער די אכציג און די שרייבסט אויף ק"ש מוז דיין לייף טאקע זיין א פלעזשור

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:03 pm
דורך געוואלדיג
אבעיא להו האי בר נש דאמר דלית ליה דין בר נש, לא נתהוי מעולם להיות בר נש, א"ד הוי בר נש ונשתנה ל[tag]לית דין בר נש[/tag], וכ"ת הוי בר נש ונשתנה ללית דין בר נש, אבעיא להו מתי נפיל מדרגיה והאיך? תיקו