בלאט 1 פון 1

טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:36 am
דורך לאליפאפ
יעצט צופרי אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א טעראר אטאקע אויף א באס אין תל אביב, ווען א פאלעסטינער טעראריסט האט מיט רציחה געשטאכן און פארוואונדעט 10 מענטשן. צוויי פון זיי זענען אין א שווערן צושטאנד. דער טעראריסט איז געשאסן געווארן אין די פיס און איז אין קאסטאדי.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 3:39 pm
דורך שמעון וואלף
היינט איז פארגעקומען א שיסעריי אין תל אביב ווי צוויי אראבער האבן זיך פארשטעלט פאר חרדים און פליצלונג אנגעהויבן שיסן מיט מאשין גאנס. מד"א גיט איבער אז ס'זענען דא דריי הרוגים און 9 פארוואונדעטע ה"י

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
רבוש"ע, וואס זוכט א חרדי אין תל אביב???

#מיט_א_איפון_אדער_א_פליפ_פון

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 10:55 pm
דורך אדונינו
פיר טויט, זיבעצן פארוואונדעט.

Re: טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:09 am
דורך 65th
די פרייער האלעווען
די אראבערס שיסען
די חסידים ראטיווען (הצלה)
די פרומער ווישן די בלוט (זקא)


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 7:49 pm
דורך טאמבל סאס
חרדים קוקן במילא אויס אויפפאלענד האט ער זיך פארשטעלט ווי א חרדי. נישט שלעכט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:01 pm
דורך געוואלדיג
גראדע איז עס געווען א טעות'דיגע רעפארט, זיי זענען געווען פארשטעלט ווי סארווירער אינעם רעסטאראנט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:21 pm
דורך קאמענטירער
שוין דא ליידער פרישע נייעס
35.JPG

אין רעקציע צו דעם
33.JPG
33.JPG (57.48 KiB) געזען געווארן 1503 מאל

34.JPG
34.JPG (29.87 KiB) געזען געווארן 1503 מאל

איז יעצט דער שאלה ווי איך שטארק דארף איך רחמנות האבען אויף אונזערע (אזעלעכע) ברודער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:58 pm
דורך איש את רעהו
זיי וועלן זיך קיינמאל נישט לערנען אז צו ראטעווען קינדער מידי זדים פין די אראבישע טעראריסטען איז נאר דורך אוועקגיין פון די מסוכנ'דיגע מקומות
עס איז א סכנה צו האלטן א משפחה אין אזא מקום.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 2:14 pm
דורך שלום על ישראל
איש את רעהו האט געשריבן:זיי וועלן זיך קיינמאל נישט לערנען אז צו ראטעווען קינדער מידי זדים פין די אראבישע טעראריסטען איז נאר דורך אוועקגיין פון די מסוכנ'דיגע מקומות
עס איז א סכנה צו האלטן א משפחה אין אזא מקום.

ווי אויך די ארלאנדאער, פאריזער, נוי יארקער, סאן בארנארדינאער, טעריקשע, א.ד.ג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 2:23 pm
דורך קאמענטירער
שלום על ישראל האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:זיי וועלן זיך קיינמאל נישט לערנען אז צו ראטעווען קינדער מידי זדים פין די אראבישע טעראריסטען איז נאר דורך אוועקגיין פון די מסוכנ'דיגע מקומות
עס איז א סכנה צו האלטן א משפחה אין אזא מקום.

ווי אויך די ארלאנדאער, פאריזער, נוי יארקער, סאן בארנארדינאער, טעריקשע, א.ד.ג.

קודם קען מען רואיג זאגען אז די אמעריקאנע זענען זיך אסאך שולדיג מיט די לויזע גאן רעגולאציעס סאיז מבהיל על הרעיון אז זיך צו דרייען מיט א מיליטערישע גאן איז לעגאל גרינגער ווי לעגאל מאנעווירען א קאר(אפי' אזעלעכע געזעצן לאמיר זאגען וועלן גארנישט העלפען אבער ווייזט עס אויף לייכטזיניגקייט)
אבער בכלליות אויף דיין תגובה
1. פראצענטאול איז נישט קיין פארגלייך די אטאקעס
2. די קשיא איז נישט אזוי ווייט -פארוואס זיי באטראכטען נישט קיין פלענער צו אוועק מאפען פון קרית ארבע (וואס א מענטש מיט לאגיק -מיט ראצינאלע חשבונות פאר סעפטי- וואלט געטון)- ווי פארוואס דארף מען גיין אוין הר הבית מעגסט זיין טויזענט מאל גערעכט אבער סאיז ענדערש צו זיין קלוג נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 2:53 pm
דורך געוואלדיג
איש את רעהו האט געשריבן:זיי וועלן זיך קיינמאל נישט לערנען אז צו ראטעווען קינדער מידי זדים פין די אראבישע טעראריסטען איז נאר דורך אוועקגיין פון די מסוכנ'דיגע מקומות
עס איז א סכנה צו האלטן א משפחה אין אזא מקום.


ווען עס איז געווען די אטאקעס אין ירושלים אין צענטער פון די פרומע וואוינונג ווי מלכי ישראל, הנביאים, שמואל הנביא, רמות, וכדו' ל"ע האסטו אויך אזוי גע'טענה'ט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:10 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ווי אויך די ארלאנדאער, פאריזער, נוי יארקער, סאן בארנארדינאער, טעריקשע, א.ד.ג.

קודם קען מען רואיג זאגען אז די אמעריקאנע זענען זיך אסאך שולדיג מיט די לויזע גאן רעגולאציעס סאיז מבהיל על הרעיון אז זיך צו דרייען מיט א מיליטערישע גאן איז לעגאל גרינגער ווי לעגאל מאנעווירען א קאר(אפי' אזעלעכע געזעצן לאמיר זאגען וועלן גארנישט העלפען אבער ווייזט עס אויף לייכטזיניגקייט)
אבער בכלליות אויף דיין תגובה
1. פראצענטאול איז נישט קיין פארגלייך די אטאקעס

מיין נקודה איז נישט אז ס'איז פארהאן נאך מקומות שיש בהם סכנה; מיין נקודה איז אז ווי אימער איר וואוינט, וועלן זיך נישט די אנשי העיר אויפהייבן און זיך אריבערציען צו א נייע שטאט ווייל טעראריסטן האבן באשלאסן צו גיין בית שבעים ושתים.

קאמענטירער האט געשריבן:2. די קשיא איז נישט אזוי ווייט -פארוואס זיי באטראכטען נישט קיין פלענער צו אוועק מאפען פון קרית ארבע (וואס א מענטש מיט לאגיק -מיט ראצינאלע חשבונות פאר סעפטי- וואלט געטון)- ווי פארוואס דארף מען גיין אוין הר הבית מעגסט זיין טויזענט מאל גערעכט אבער סאיז ענדערש צו זיין קלוג נישט אזוי?

מאך נישט קיין טעות (קרעדיט: אבאמא), איך קוק שטארק אראפ די חברה וואס לייגן זיייער אייגענע לעבן - און די לעבן פון זייער משפחה-מיטגלידער (ווי אויך די לעבן פון גאנץ גלל ישראל) - כדי צו ארויפגיין צום הר הבית. אבער דאס האט נישט דוקא קיין שייכות מיט די מערדעריי. ס'גלייבט זיך שווער אז דער בן-זונה האט זיך נאכגעפרעגט ביים ועד צו די יונגע שעפעלע איז ארויף אויפן הר הבית.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:15 pm
דורך קאמענטירער
שלום על ישראל האט געשריבן:מאך נישט קיין טעות (קרעדיט: אבאמא), איך קוק שטארק אראפ די חברה וואס לייגן זיייער אייגענע לעבן - און די לעבן פון זייער משפחה-מיטגלידער (ווי אויך די לעבן פון גאנץ גלל ישראל) - כדי צו ארויפגיין צום הר הבית. אבער דאס האט נישט דוקא קיין שייכות מיט די מערדעריי. ס'גלייבט זיך שווער אז דער בן-זונה האט זיך נאכגעפרעגט ביים ועד צו די יונגע שעפעלע איז ארויף אויפן הר הבית.
34.JPG
34.JPG (29.87 KiB) געזען געווארן 1428 מאל

אויב דאס איז ריכטיג קוקט אויס אז איך וועל מוזען צוזאמען מיט דיר זיי אראפקוקען (די בילד וואס עס דרייט זיך ארום פון איר איז ווען זי איז אויפן בארג)

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:26 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:מאך נישט קיין טעות (קרעדיט: אבאמא), איך קוק שטארק אראפ די חברה וואס לייגן זיייער אייגענע לעבן - און די לעבן פון זייער משפחה-מיטגלידער (ווי אויך די לעבן פון גאנץ גלל ישראל) - כדי צו ארויפגיין צום הר הבית. אבער דאס האט נישט דוקא קיין שייכות מיט די מערדעריי. ס'גלייבט זיך שווער אז דער בן-זונה האט זיך נאכגעפרעגט ביים ועד צו די יונגע שעפעלע איז ארויף אויפן הר הבית.
34.JPG

אויב דאס איז ריכטיג קוקט אויס אז איך וועל מוזען צוזאמען מיט דיר זיי אראפקוקען (די בילד וואס עס דרייט זיך ארום פון איר איז ווען זי איז אויפן בארג)

כ'האב דאס שוין געזעהן צופרי. טוישט גארנישט פון מיין נקודה. לייען איבער.