בלאט 1 פון 4
מענער זאל נישט העלפן זייערע ווייבער שטופן קערידזש
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט צו ס'אכשר דרא. ער טענה'ט דאך ס'שוין דרייסיג יאר.....
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:08 pm
דורך אפטעמיסט
אוי זענען מיר א פאריקטע קולטור
#פחדים
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:43 pm
דורך דריידל
די חברה דרייען א קאפ אז ס'איז געפערליך. דער פארקרומטער מוח זייערס טראכט אז די מאן שטיפט דאס וועגעלע אז די ווייב זאל מאכן דעם אנשטעל ווי זי איז א מלכה און ווערט באדינט פונם מאן, בבחינת לעידיס פורסט. זיי קענען אבער נישט טראכטן גראד אז דער מאן העלפט אביסול ארויס די אשת חיל וואס שלעפט זיך אגאנצע וואך ארום מיט'ן קערידזש. נאך מער, א גוטע קערידזש איז פשוט געשמאק צו שטיפן און ס'מאכט אפילו גרינגער דאס וואקן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
crazy ווי חסד ווערט פארוואנדעלט אין א דבר נמאס, עס איז די זעלבע עלעמענט וואס ווען זיי זעען א גוטהארציג בחור'ל העלפט א ווייבל מיט א דאבל קערידז זיך ארויפשלעפן אויפן ב.פ. באס האלטן זיי אז ער איז חייב מלקות
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:14 pm
דורך קאסטנער
באמת די גאנצע סיבה פארוואס מען האט א יעדע ניין חדשים א פריש קינד -אויסער ווייל ער האט נישט וואס צי טון מיטן טאג- איז נאר ווייל מזאל גיין אין גאס מיט א קערידזש , אנדערש ווי די גוים -פאך טא- וואס דאס רוב פין זיי שטיפן ניט קיין קערידזשעס ..
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
מכאן ללמד יצא וואספארא עלעמענט שטייט אינטער די אלע אזהרות ומחאות אין ווי זיי האבן די חוצפה אנציהענגען זייערע טאליבאניסטישע בויך וויי אויף.גדולי ישראל מדור הקודם
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:31 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'אכשר דרא. ער טענה'ט דאך ס'שוין דרייסיג יאר.....
און גיין מיט די ב"ב צוזאמען אויף די גאס (ר"ל) שטאמט אויכעט פון די גויים. ביי אונז אינדערהיים אין שאראש פאטאק זענען די ערליכע, ספעציעל חסידי'שע אידן איז דער יונגערמאן געגאנגען פאראויס, און די ב"ב האט זיך נאכגעשלעפט, לכה"פ א האלבע גאס אראפציר...
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:49 pm
דורך קאסטנער
סשיינט אז די ארבעטסלאזע מוחים האבן א דיעל אויפן יאר מיט דבר יום ביומו צי אריינלייגן א יעדע וואך א מחאה, איז זיי פשוט א שאד נישט עפעס אריינצלייגן אין די צייט וואס צאלן צאלט ער סיי ווי, טרעפט מען שוין עפעס פין אינטערען דאכענע..
סמיז אבער נישט האבן מיטן מציאות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז זיכער א פירצה נוראה וואס מען דארף פארדאמען מיט די שארפסטע ! עפעס א גרויסע יודישע ביזנעס מאן וואס גייט צי מאל אין מאנהעטן האט מיר באשטעטיגט אז מיליאנע גוים שטיפן דארט די קערידזשעס אין בנוסף איז עס נאך פין די גויאישע יונישע באגעבא וואס האט שוין אפ געפירט פין וועג צענדליגער צענדליגער יודישע משפחות ליידער ...
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 11:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז איין מאל קלאר - אויפ'ן פנים פון א בחור קען מען זען צו זיין טאטע האט פורץ געווען דער גדר צו נישט.
היינו דאמרי אינשי - מ'שטופט און מ'שטופט און ס'איז נישט דא וואס צו שטופען.
איך וויל נאר פרעגען - מיינסט טאקע אז הרנ"י מייזעלס האט אליינס מוצץ געווען דער שטותים פון בויך ארויס? ער האט דען נישט געהאט קיין הסכמה פון רביה"ק? איז די אלע היינטיגע צודרייטע וואס זענען מפגין אויף פיצה געשעפטען זענען די עושים רצון קדשו פון רבי'ן. אז דער רבי זי"ע געפעלט דיר נישט, זאג עס הויך, אבער שרייב נישט איבער היסטאריע ווייל ס'געפעלט דיר נישט.
און [tag]לעיקוואוד[/tag] טייערע - ביסט טאקע פון די וואס מ'טאר נישט זאגען א וויץ פורים ווייל מ'וועט לאכען תשעה באב?
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 6:45 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'דארף בעצם מאכן א שהחיינו
מיינס א באקאנטע (א איד א תלמיד חכם מופלג א יראת שמים) וואס שטימט געווענדליך מיט מיט די רשעים, האלט א אינגערמאן מיט א סמארט-סעלל איז א גוי, אין האלט אז א אינגערמאן וואס דרייווט איז א באם וגו'.
ב"ה די יעצטיגע מאל האט ער מודה געווען צו מיר, כ'האב עיהם געזאגט וועגען דער נייע תקנה, אין כ'בין געווען ערשטוינט ווי ער שטימט מיט, אז יענער איז א פוסטע ליידיגייער וואס קריכט אויפן ווענט פאר בארדעם אין מאכט צודרייט כלל ישראל
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 7:56 pm
דורך דריידל
כ'בין שוין מסופק אז עפעס א לץ האט אריינגעשטעלט דעם עד ארויס צו ברענגן די ריכטיגע פארבן פון די יושבי חושך וואס ווילן מאכן דאס לעבן פון אן ערליכען איד מיזרעבל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:11 am
דורך [NAMELESS]
ער וויל פשוט צוברעכן צימערמאן'ס שלום בית ער זאל אויפהערן צו שטופן דעם קערידזש וואס ער שטופט אגאנצן טאג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:59 pm
דורך שמעון וואלף
טאמער איז דאס אמת, האט ר' נתן יוסף מיט רביה"ק פארזעהן א פסוק אין פרשת דברים
ובמדבר אשר ראית אשר נשאך יהוה אלהיך כאשר ישא איש את בנו בכל הדרך אשר הלכתם עד באכם עד המקום הזה
. ואולי קען זיין אז דאס איז געווען פאר מתן תורה ווען די אידן האבן נאך געהאט א דין בן נח (דא לאזט זיך עס אריין אין אן אריכות איבער דעם פרשת דרכים בנוגע מחלוקת יוסף והשבטים, ואכמ"ל)
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:46 am
דורך טעפל
שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער איז דאס אמת, האט ר' נתן יוסף מיט רביה"ק פארזעהן א פסוק אין פרשת דברים
ובמדבר אשר ראית אשר נשאך יהוה אלהיך כאשר ישא איש את בנו בכל הדרך אשר הלכתם עד באכם עד המקום הזה
. ואולי קען זיין אז דאס איז געווען פאר מתן תורה ווען די אידן האבן נאך געהאט א דין בן נח (דא לאזט זיך עס אריין אין אן אריכות איבער דעם פרשת דרכים בנוגע מחלוקת יוסף והשבטים, ואכמ"ל)
זענען די גוים טאקע אזוי מענטשליך און זיי שטופען די קערידז'עס?
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:41 pm
דורך שמעון וואלף
הייסט די ביסט מסופק אין די ווארהייט פון די מימרא געדריקט אין דבר יום ביומו בשם ר' נתן יוסף בשליחות רביה"ק?
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:09 pm
דורך א איד
די לעצטע פאר טעג קוק איך נאך די גוים, און דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן קיין איין גוי שטופן א קערידזש, וויפיל גויאישע קערידזשעס איך האב געזעהן, אלס האב איך געזעהן די גויטע עס שטופן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
איי איי, שובבי"ם האסטו געזעהן גוי'טעס, געוואלד!!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:37 pm
דורך א איד
נישט געזארגט, ביי שלש סעודות וועט מען זיך אויסוואשן די נשמה, ביי די טעיפס, מען וועט פארגיסן טייכן טרערן, בבחינת פלגי מים ירדו עיני.
און די אויגן וועלן ווערן אויסגעוואשן.
באמת האב איך געמיינט לטובת הציבור, איך האב זיך מפקיר געווען לטובת הכלל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:19 pm
דורך געוואלדיג
האמער שוין נאך איינער ווואס האט געטוהן
א עבירה לשמה....
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:27 pm
דורך שמעקעדיג
זינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:32 pm
דורך א איד
פארוואס נישט?
א ברכה פון דיר איז עפעס א קלייניגקייט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:27 am
דורך לעיקוואד
איך מיין אז דער עולם לערנט פאלש אפ דער הוראה פון ר נתן יוסף לגבי קערידזשעס. עס איז נישט די פראבלעם אז דער יונגערמאן פירט דאס משא"כ די פרוי, נאר דער עצם מושג פון א בעיבי קערידזש איז א נייע מאדערנע זאך. אמאל איז דאס נישט געווען און עס האט געהייסען א מאדערנע לוקסוס וואס פאסט נישט פאר א חסידישע איד.