בלאט 1 פון 2

שאק! מוסלמענער גוי געכאפט זיך אויסמישען מיט אידישע באפעלקערונג!

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
אין שאקינג ניוס איז היינט ארום געפארן די נייעס אז מען האט ארעסטירט א גוי אין לאנדאן וואס איז אפיליאירט מיט איסלאם טעראר אין פאריז די בילדער וואס פארן ארום איז ווי ער גייט מיט די סקווירא לבוש פיאות גארטעל גלעזער ציצית מיט די גאנצע 9 יארדס , דער איז געווען פארגאנגענע שמחת תורה אין סקווירא , ער האט זיך אויך געדרייט אין בעלז דארט מיט די נאמען יוחנן טווערסקי אין אין סקווירא מיט די נאמען ישראל שפיטצער , דיטעלס טו פאלאו,

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:50 pm
דורך גיבור
איז עס אמת ? קאנפירמעד ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:54 pm
דורך קאצקע ציקער
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אין שאקינג ניוס איז היינט ארום געפארן די נייעס אז מען האט ארעסטירט א גוי אין לאנדאן וואס איז אפיליאירט מיט איסלאם טעראר אין פאריז די בילדער וואס פארן ארום איז ווי ער גייט מיט די סקווירא לבוש פיאות גארטעל גלעזער ציצית מיט די גאנצע 9 יארדס , דער איז געווען פארגאנגענע שמחת תורה אין סקווירא , ער האט זיך אויך געדרייט אין בעלז דארט מיט די נאמען יוחנן טווערסקי אין אין סקווירא מיט די נאמען ישראל שפיטצער , דיטעלס טו פאלאו,

נעה סאנט ווי בעלאני

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט גערעדט אין די שפעטע נאכט שעות קיין לאנדאן זיי זאגען אז די שטאט האט געשטורעמט מיט די נייעס , אבער זיי זאגן אז עס איז לכאורה א פשוטע וויץ וואס איינער האט פאבריצירט מיט אן אגענדע אקייגן עים , דוד צימענט וואס האט עים געברענגט קיין סקווירא זאגט אז ער האט נאך געשוקט אין באקומן אימעילס פין עים ביז צוויי טאג צירוק,

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:27 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אין שאקינג ניוס איז היינט ארום געפארן די נייעס אז מען האט ארעסטירט א גוי אין לאנדאן וואס איז אפיליאירט מיט איסלאם טעראר אין פאריז די בילדער וואס פארן ארום איז ווי ער גייט מיט די סקווירא לבוש פיאות גארטעל גלעזער ציצית מיט די גאנצע 9 יארדס , דער איז געווען פארגאנגענע שמחת תורה אין סקווירא , ער האט זיך אויך געדרייט אין בעלז דארט מיט די נאמען יוחנן טווערסקי אין אין סקווירא מיט די נאמען ישראל שפיטצער , דיטעלס טו פאלאו,

לכאורה איז זייער גרינג איהם צו כאפן. מ'דארף איהם פארהערן וואס די רבי עסט פריער. די פיש, אדער די ציבעלע קיגל... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:38 am
דורך smart
דעע אנצע מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.. ער איז געוען צווייטע טעג יו"ט אין סקווירא אין קיינער קען אים נישט ??

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:07 am
דורך דער שכן
smart האט געשריבן:דעע אנצע מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.. ער איז געוען צווייטע טעג יו"ט אין סקווירא אין קיינער קען אים נישט ??


מען קאן אים יא. עס איז דא פארשידענע בילדער און קליפס פון אים. עפעס טויג נישט מיט אים, דאס איז זיכער. אדער א סייקאו אדער א אונטערגעשיקטער.. ער איז זייער מאדנע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:37 pm
דורך פישלע העררינג
מוסלמי חסיד סקוויר.jpg


3_.jpg

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:40 pm
דורך איך אויך
דאס איז זיכער אז ער איז טויט משוגע ,די שאלה איז אויב עס שטעקט עפעס מער אונטער עם. ונזכה ונחיה ונידע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:46 pm
דורך שמעקעדיג
הקיצור, איזז די מעשה טאקע קראנט?
אויב יא, האט מען שוין געכאפט א שמועס מיט דעם בחור? האט ער שוין פארציילט עפעס מאחורי הפרגוד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:54 pm
דורך איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט די סתירה, מ'קען נישט זיין א מוסלמענער און אויך זיין א סקווירא?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:08 pm
דורך גיבור
[tag]פישלע העררינג[/tag]
די ערשטע בילד וואס די האסט געברענגט איז די אראבער וואס האט נעכטן געשטאכען אויף א באס אין תל אביב.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:09 pm
דורך שבת אחים
כ׳פארשטיי נישט די איבערקערניש ! כבר היה לעלמים ! אָט דא אויף קאווע שטיבל האבן מיר אויך א [רעדאגירט דורך א גבאי חודש: נישט שיקאנירן א חבר השטיבל איבער זיינע דיעות] וואס איז עדיין מרקד בתוכנו... :? :shock: :x :( :o :צעמישט: :נישטמסכים: :evil: :shock:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:12 pm
דורך איך אויך
יע אבער ער זאגט קלאר וואס ער האלט און פארשטעלט זיך נישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 2:13 pm
דורך פישלע העררינג
גיבור האט געשריבן:[tag]פישלע העררינג[/tag]
די ערשטע בילד וואס די האסט געברענגט איז די אראבער וואס האט נעכטן געשטאכען אויף א באס אין תל אביב.

ס'איז קאפי פעיסט. נישט געוןואוסט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:10 pm
דורך יאיר
דאס שיקאנירן אנדערע שרייבערס אויף קאווע שטיבל און אפשפעטן אויף א פערזענליכער אופן איז אן עולה שאין כדוגמתו וואס מוז זיך אויפהערן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:20 pm
דורך איך אויך
די עקלהאפטיגע מסירות און פארשווארצן דאס פנים פון יהדות החרדית לעיני העמים והשרים דורך א קומץ קטן פון נידריגע לוזערס מוז זיך אויך זאפארט אויפהערן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:23 pm
דורך איש עברי
וואטסאפ געשיכטעס, מען קען עס צוזאמשטעלן מיט די אשכול whatsapp והמסתעף

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:03 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ער איז טויט משוגע ,די שאלה איז אויב עס שטעקט עפעס מער אונטער עם. ונזכה ונחיה ונידע.

איך אויך: סארי. ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין אנדערש פון די אנדערע סקווערער חסידים. מיט'ן העירקאט און די קעצי גלעזער...כ'בין זיכער אז ער שטיפט זיך צו כאפן די רבי'ס שיריים פונקט אזוי ווי די אנדערע חסידים... :roll:

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:45 am
דורך הדד בן בדד
זאגט מיר איינער היינט אז די איינציגסטע סימן אז יענער איז טאקע א טעראריסט איז דאס אז ער איז געווען אין סקווירא אויף שמחת תורה...

אבער ערנסט גערעדט, קוקט מיר אויס אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:33 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל די האסט מיר געפעדערט ,

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:09 am
דורך סאשי פיש
מיט דריי שעה...