ירחי כלה (תשע"ה - #15)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:40 am
דער 15טער ירחי כלה פון אגודת ישראל פון אמעריקע האט זיך אנגעהויבען פארגאנגענעם מאנטאג פרשת בא בשטומ"צ אין ירושלים עיה"ק מיט איבער 300 משתתפים, א בּאדייטענדער צאל מער פון ירחי כלה פון פריערדיגע יארן, וואס צוליב דעם האט מען געמוזט אויפמאכען א צווייטער זאַל כדי צו פּלאַצירען דעם גרויסען עולם
דער ערשטער שיעור איבער די סוגי' דכלה –ברכת המזון- האט איבערגעגעבען הגאון הרב אשר ווייס שליט"א - אב"ד וראש הישיבה דרכי תורה. און ווי עס איז שוין זיין חזקה יעדעס יאר ביי ירחי כלה, האט הרב ווייס איבערגעגעבען א היקף'דיגע 'הקדמה שיעור' אויף ברכת המזון - די איינציגסטע ברכה מדאורייתא. דער רב האט ארויסגעברענגט דעם חילוק פון 'אכילה' און 'שביעה', און וויאזוי זיי האבען א שייכות צו די ווערטער פון 'ואכלת ושבעת' פון דעם פסוק, און וויאזוי עס איז א נפקא מינא להלכה.
נאך אים האט אויפגעטרעטען הגאון הרב פנחס פרידמאן שליט"א – ראש הכוללים בעלזא און ער האט איבערגעבען א לענגליכע ביאור אויף די 4'טע ברכה פון ברכת המזון. דער רב האט דערמאנט די באקאנטע סיבה פארוואס עס איז נקבע געווארן די ברכה פון הטוב והמטיב – צוליב דעם וואס הרוגי ביתר זענען ניתנו לקבורה.
הרב פרידמאן האט מדגיש געווען אז די מצוה פון ברכת המזון געבט דעם מענטש דער מעגליכקייט זיך צו דערמאנען פון דעם חורבן און און פון די הרוגי ביתר וואס דאן איז לויט דעם רא"ש נגדע געווארן קרן ישראל, כדי דורך דעם זאל מען אנערקענען אז דער עיקר איז נישט הנאה גשמיות, נאר צו אנערקענען אז דער עיקר איז עבודת השם. דער רב האט שטארק מעורר געווען די ירחי כלה לומדים אז מ'זאל מקבל זיין אויף זיך צו האבען מער כוונה בשעת מ'זאגט ברכת המזון און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו ברענגען אויף זיך און אויף דער גאנצער משפחה, ברכות און השפעות טובות.
צום שלוס אין אווענט האבען די משתתפים געהאט די זכיה צו הערען ווארעמע דברי התעוררת פון מרן אדמו"ר דער וויזניצער רבי שליט"א (מהר"י). דער רבי האב אויסגערימט אגודת ישראל פון אמעריקע פאר'ן ברענגען אזא גרויסע ציבור אידען קיין ארץ ישראל צו לערנען תורה לשמה פאר א וואך צייט אין ירושלים עיה"ק. דער עולם האט שטארק ווארעם אנגענומען די דברות קודש וואס זענען געווען פול מיט התעוררות פאר אמונה און בטחון אפילו אין צייטען ווען דער מצב איז נישט די בעסטע ווי מען וויל. נאך די דברות קודש איז דער עולם עקסטער צוגעגאנגען צום רבי'ן מקבל זיין ברכת קדשו.
עטליכע משתתפים האבען אויסגעדרוקט זייער געוואלדיגע הנאה פון זייער נעמען א חלק אין ירחי כלה, און די וואס זענען שוין געווען פאר א יאר האבען געזאגט אז א גאנץ יאר ווארטן זיי קוים צו קענען נעמען א טייל מיט די דערהויבענע ימי לימוד התורה בהתמדה ובחשק מיט חברותא'ס פון איבער די גאנצע וועלט.