מיט א טיפערן בליק - פרשת בא תשע"ה - ואחרי כן יצאו ברכש גדול!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:49 pm
מיט א טיפערן בליק
פרשת בא תשע"ה
ואחרי כן יצאו ברכש גדול..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
קוים האבן די מצריים איבער געלעבט דעם שרעקליכן מכת חשך, ווען גאנץ מצרים איז געווען איינגעהילט אין א קאטאסטראפישע פונסטערניש, אבער פרעה האלט זיך פעסט, די אידן גייען פון מצרים נישט ארויס... השי"ת זאגט פאר משה רבינו אז נאך איין שטארקע קלאפ וועלן די מצריים באקומען, מיט מכת בכורות ווי איעדע בכור וועט שטארבן וועלן זיי געשלאגן ווערן, און דערנאך וועלן די אידישע קינדער פון מצרים נישט נאר ארויסגיין נאר זיי וועלן פון דארט פארטריבן ווערן.
דַּבֶּר נָא בְּאָזְנֵי הָעָם וְיִשְׁאֲלוּ אִישׁ מֵאֵת רֵעֵהוּ וְאִשָּׁה מֵאֵת רְעוּתָהּ כְּלֵי כֶסֶף וּכְלֵי זָהָב וכו' – השי"ת באפעלט משה רבינו אז ער זאל רעדן צו די אידישע קינדער און זיי בעטן אז איידער זיי גייען פון מצרים ארויס זאלן זיי פון די מצריים בארגן זילבער גאלד צירונגען און קליידער... רש"י ברענגט די גמרא ברכות (דף ט.) דבר נא - אמרי דבי רבי ינאי, אין נא אלא לשון בקשה, בבקשה ממך הזהירם על כך, שלא יאמר אותו צדיק אברהם ועבדום וענו אותם קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם. – חז"ל הקדושים זענען אונז מסביר פארוואס האט אויסגעפעלט אז די אידישע קינדער זאלן נעמען די אלע זאכן פון די מצריים? נאר וויבאלד ס'איז געווען א צוזאג וואס השי"ת האט געגעבן פאר אברהם אבינו ביים ברית בין הבתרים וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל אז ווען די אידישע קינדער וועלן פון גלות מצרים ארויסגיין וועט עס זיין מיט א גרויס פארמעגן, דארף מען דאך דעם צוזאג מקיים זיין, דורך דעם וואס די אידן בארגן די אלע פארמעגנס פון די מצריים ווערט דער דבר ה' מקיום.
אבער אז מען טראכט אריין אביסל טיפער פרעגט זיך, א) וואס איז טאקע דער הסבר פון דעם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול? ב) ווי אזוי פארשטייט מען דער געדאנק אז השי"ת בארואיגט אברהם אז די אידישע קינדער וועלן צום סוף ארויסגיין מיט אסאך געלט, וואס פאר א נחמה איז דאס ווען מען רעדט פון פיר הונדערט יאר גלות? ג) וואס פעלט אויס אז די אידישע קינדער זאלן בארגן פון די מצריים, השי"ת האט פיל אנדערע וועגן אז כלל ישראל זאל רייך ווערן? ד) פארוואס דארפן זיי 'בארגן' פון די מצריים, און נישט בעטן מתנות וכדומה? און אזוי פרעגן זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן אין דער ענין און בסייעתא דשמיא זוכה זיין צו דעהערן די עומק פון דעם וואס השי"ת זאגט פאר אברהם "ואחרי כן יצאו ברכש גדול", און דערפון ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.
זיצט האברך ר' מרדכי יענקי ביי זיין חשובע רב אין שטוב, ענדליך נאך לאנגע חדשים פרובירן האט דער רב בסייעתא דשמיא געכאפט דעם פאסיגער מינוט און ער האט מצליח געווען, מרדכי יענקי האט זיך צום רב אויפגעמאכט און דאס צובראכן הארץ זיינע צו אים אויסגעגאסן. - געלויבט השי"ת אז דאס לעבן פון אונזער מרדכי יענקי פארט על מי מנוחות רואיג און געשמאק, צו א טייערע אשת חיל מיט צוויי זיסע קינדערלעך האט ער ב"ה זוכה געווען, פרנסה מאכט ער גאנץ בהרחבה, נו וואלט דאך מרדכי יענקי געדארפט טאנצן פאר פרייד, דאנקן און לויבן השי"ת פון צופרי ביז אויפדערנאכט, אבער ליידער איז עס נישט אזוי, ווען אומער מען טרעפט אים ווייזט ער ארויס עפעס א שרעקליכע אינערליכע צובראכנקייט, מ'קען גאנץ קלאר זעהן אז עפעס ליגט אינערווייניג וואס לאזט אים זיך נישט ריקן פאראויס, זיין טייערע רב האט שוין עטליכע מאל געפרעגט מרדכי יענקי וואס ס'גייט פאָר, וואס ס'דרוקט אים, אבער ער האט זיך כסדר ארויסגעדרייט אבער יעצט איז עס געלונגען מרדכי יענקי גיסט זיך אויס דאס הארץ.
ער וויינט מיט הייסע טרערן ..די רב וועט מיך נישט פארשטיין, קיינער קען מיך נישט פארשטיין, אין ישיבה קטנה און אזוי אויך אנפאנג פון ישיבה גדולה בין איך געווען א אמתע מוצלח'דיגע בחור, אייביג געווען ארויפגעקוקט צווישן די חברים און מגידי שיעור, אין די לימודי הישיבה האב איך זיך אויסגעצייכנט, אלעס איז געווען געוואלדיג, ס'איז געווען די לעצטע יאר מיט א האלב אין ישיבה גדולה, ווען זאכן זענען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל, כ'ווייס אמתדיג נישט פארוואס אבער די רעדל האט זיך א שארפע דריי געגעבן, כ'בין אריבער שרעקליכע רדיפות, די חברה האבן געמאכט א מצב אין כיתה אז ס'איז פשוט געווארן א בזיון צו רעדן צו מיר, מרדכי יענקעלע איז געווען די געלעכטער אין קלאס, ס'האט געהאט אזא שטארקע השפעה אז אפילו די מגידי שיעור האבן געגלייבט אז עפעס איז מיט מיר געשעהן און אויך זיי האבן זיך גענומען איבער מיר.
מרדכי יענקי קען זיך קוים כאפן דאס אטעם ווען ער פארציילט ווייטער: כ'וועל נישט פארגעסן ווי איין טאג איז עפעס פארגעגאנגען אין דארמעטארי, די רב קען מיר גלייבן אז עד היום ווייס איך ניטאמאל וואס דארט האט פאסירט, דעם נעקסטן צופרי בין איך איידעלערהייט געזיצן אין בית המדרש ווען פלוצלינג האט מיר די ראש הישיבה אראפגעלאזט א פסק בפני כל הקהל... טרערן גיסן פון זיינע אויגן, טייערע רב ס'איז נאר א טפה מן הים פון דאס וואס איך בין יענעם יאר אריבער, די פאָר חברה האבן מיר ממש פארהרגעט מיין לעבן, זייט דעמאלטס האב איך גענצליך פארלוירן מיין חשק, כ'דריי זיך ארום איינער אליין שוין עטליכע יאר צובראכן ווי א שארב, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין מיר/אין מיין לעבן, און איך בין נישט אינטערעסירט אין קיינעם...
נאכן אים מכבד זיין מיט א ווארעמע טיי און אים אביסל בארואיגן, זאגט דער רב מיט א הארציגע שטימע, הער זיך איין מרדכי יענקי מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, כ'דאנק השי"ת אז ענדליך האבן מיר געקענט כאפן אזא רואיגע אפענע שמועס, און גלייב מיר אז כ'וועל בעזהשי"ת טון אלעס אין די וועלט דיר צו העלפן, אבער פלוצלינג האט זיך דער רב'ס שטימע שטארק פארשארפט: איין זאך, איין זאך האסטו געזאגט וואס איז א אפענע שקר, ס'איז ממש א ליגנט, און איך קען נישט גלייבן אז איינער ווי די מרדכי יענקי זאל אזאנס ארויס זאגן פון מויל... איך בעט דיר גיי איבער אונזער שמועס און דערמאן זיך וועלכע ווערטער די האסט געזאגט וואס איז געווען א פאטאלע ליגנט, מרדכי יענקי רייבט זיך דעם שטערן ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן, וועלכע זאך האט ער געקענט זאגן וואס זאל זיין א ליגנט, אלעס איז דאך יוצא מן הלב ריין אמת?!
נאך עטליכע שטילע מינוטן זאגט אים דער רב: " די פאָר חברה האבן מיר ממש פארהרגעט מיין לעבן"?! מיין טייער קינד אזוינס איז נישט פארהאן, ס'עקזעסטירט בכלל נישט אזא מין זאך, ס'איז א שקר ממש, אפשר יענע פאר חדשים אדער גאר יענעם גאנצע יאר האבן זיי דיר צוגענומען און חרוב געמאכט, אבער דיין לעבן?? דאס איז אוממעגליך ווייל אויף דער מארגן האבן זיי נישט קיין שום כח, וויסן זאלסטו מיין טייער קינד אז אויף דער מארגן איז פארהאן נאר איינער וואס האט די מעגליכקייט עס חרוב צו מאכן, און דאס איז "נאר די אליינס", ווען די רעדסט אזוינע רייד, ווען די זאגסט מיט אזא זיכערקייט זיי האבן מיר 'פארהרגעט דאס לעבן' טיסטו זיך דערמיט אליין חרוב מאכן דאס לעבן, ווייל אין אנדערע ווערטער זאגסטו זיך אז ס'איז שוין פארהרגעט פון אמאל, ס'איז שוין פערטיג און ניטאמאל דארף מען פרובירן צו פאררעכטן ס'איז שוין סיי ווי פערטיג...
באמת איז עס א פאטאלע ליגנט, דעם מארגענדיגער טאג האט דיר קיינער נישט פארהרגעט, דיין עתיד ליגט אין דיינע הענט צדיק'ל, די קענסט מארגן אויפשטיין און אָפמאכן אז די וועסט נישט לאזן אפאר נישטיגע לייכטזיניגע רייד פארהרגענען דיין גאנצן עתיד, אפשר איז דיר שווער זיך פאראויס צו ריקן, דאס פעקל ווייטאג וואס ליגט ביי דיר אין הארץ וועגט אסאך, אבער געדענק אז אין דיינע הענט ליגט די ברירה אויב די וועסט ארום גיין מיט אַן אראפגעלאזטע קאפ און זיך כסדר פיטערן מיט אזעלכע ווערטער וועסטו זיך חלילה... פון די אנדערע זייט ליגט ביי דיר אין האנט די אלע שוועריגקייטן וואס די ביסט אריבער און זיי קענען גאר דינען אלץ דער פונדאמענט פון ווי דער מענטש פאנגט אָן פריש און פרובירט שטייגן, ס'איז א פלאץ וואס די קענסט אריבער גיין און ארויסקומען פון דעם א שטערקערער מענטש ווי ביז יעצט, וועסט צוריק קוקן און גאר זעהן ווי די אלע נסיונות האבן דיר געמאכט בעסער און שענער, געדענק אז די ביסט א אידיש קינד א בן מלך שטעל זיך אויף און פאנג אָן גיין ווייטער מיט שטאלצקייט, השי"ת וועט זיין צו דיין האנט ובשם ה' נעשה ונצליח!
אין חז"ל געפונען מיר דעם באקאנטן יסוד פון מה שקנה עבד קנה רבו – אלעס וואס א קנעכט איז קונה געהערט דעם בעל הבית, וואס דאס מיינט אז א קנעכט פארמאגט נישט קיין אייגענע בעלות, נאר אלעס וואס ער טרעפט און קויפט געהערט זיין בעל הבית. - די אידישע קינדער זייענדיג אין מצרים זענען זיי געווען עבדים אבער נישט סתם קנעכט ווי ווען א איד פארמאגט א עבד (וואס די תורה הקדושה געבט אונז פילע הלכות ווי אזוי מען דארף זיך מיט אים פירן), נאר עבדים ממש, קנעכט וואס ווערן אונטערדריקט מיט די גרעסטע מאס רשעות, די מצריים האבן כסדר געטראכט און געחלומט וועגן ווי אזוי מען קען מער און מער אונטערדריקן און גענצליך צוברעכן דעם איד, אראפ ברענגן זיין גאנצע מאראל און שטאלצקייט.
דער מענטשליכע נאטור איז אז נאכן זיין אונטערדריקט פאר גאנצע צוויי הונדערט און צען יאר טוט זיך דער עבד'ישע מהות אינעם מענטש אריינזעצן, דער גייסט ווערט צובראכן און צוקלאפט און מען פאנגט אָן לעבן טראכטן און אטעמען ווי א פארקוועטשטע עבד וואס האט נישט קיין שום רעכט און מיינונג, איז יעצט ווען עם ישראל שטייט אט אט ביים ארויס גיין פון גלות מצרים איז דאך פארהאן א שטארקע חשש אז אפשר וועלן מיר טאקע פיזיש באפרייט ווערן פון מצרים, דער גוף וועט ארויס גיין פריי, אבער ווען דער איד קומט ארויס מיט א צובראכענע גייסט, ווען דער איד קען נישט טראכטן זיינע אייגענע מחשבות איז ער אין א גאר שווערע מצב, ווי מיר געפונען ביי אונזער פאטער אברהם וואס האט זיך גערופן דער עברי ווי חז"ל זאגן אונז כל העולם כולו מעבר אחד והוא מעבר אחד – דער עברי וואס ווען די גאנצע וועלט שטייט אויף איין זייט, שטייט ער אויפן צווייטן, אלעס וואס ער האט געטון און געטראכט איז געווען אנדערש פון די אלע אנדערע פעלקער, ער האט מיט א שטאלצע אויפגעהויבענע קאפ געלאזט הערן פאר אלע זיינע שיטות, ער האט אָן קיין מורא אויסגערופן אז יא די וועלט האט א פירער, און אזוי צוביסלעך אנגעפאנגען פארשפרייטן השי"ת'ס נאמען איבער די וועלט, אט אזוי דארף איעדע איד לעבן, אבער ווען דער אידישע גייסט איז צובראכן און צוקוועטשט זענען מיר אין א גרויסע סכנה...
און טאקע דאס באזארגט אברהם אבינו, ווייל אמת אז פון מצרים וועלן די אידן ארויס גיין אבער וואס וועט זיין מיט זייער גייסט, מיט די אידישע גייסט, דער ליכטיגקייט וואס נעמט ארום א איד און ברענגט אויף אים א העכערקייט און שטאלצקייט?! דערפאר זאגט השי"ת פאר אברהם "ואחרי כן יצאו ברכש גדול", ווען די צייט פונעם גאולה וועט קומען וועלן זיי ארויסגיין מיט א גרויס פארמעגן, וואס בעומק ליגט דא דעם יסוד, אז זיי וועלן ארויסגיין פון גלות מיט א שטאלצע אויפגעהויבענע קאפ, דער צובראכענע עבד'ישע מהות וועלן זיי אין מצרים איבער לאזן, ווי מיר געפונען טאקע אין אונזער פרשה אז ווען די צייט פונעם גאולה איז אנגעקומען זאגט השי"ת וְיִשְׁאֲלוּ אִישׁ מֵאֵת רֵעֵהוּ וְאִשָּׁה מֵאֵת רְעוּתָהּ כְּלֵי כֶסֶף וּכְלֵי זָהָב, איידער די אידישע קינדער גייען פון מצרים ארויס זאלן זיי פון די מצריים בארגן זילבער גאלד צירונגען און קליידער, וואס דאס מיינט "אז די אידישע קינדער גייען נישט ארויס ווי עפעס א צוקלאפטע עבד וואס אנטלויפט מיט ליידיגע הענט", אויך זאלן זיי פון די מצריים נישט בעטן קיין מתנות ווייל דאס וואלט זיי ווייטער געגעבן דעם געפיל פון עבדות ..ווידער דארף מען צוקומען צום מצרי, און אפילו הקב"ה אליין האט זיי נישט געוואלט געבן, ווייל דעמאלטס וואלט זיך דער אידעלע'ס קאפ אויך נישט געהויבן ..א עבד קען אויך באקומען פון זיין הער, השי"ת וויל אז זיי זאלן זיך אליין גיין 'בארגן', ווי חז"ל זאגן אונז אז מיטן בארגן האבן זיי פון די מצריים אפגעמאנט זייער אייגענע ארבעט'ס געלט, זיי האבן גענומען דאס וואס קומט זיך זיי פאר די אלע יארן פון שווערע ארבעט, ענדליך איז דער איד אויפגעשטאנען פאר זיינע אייגענע רעכטן, אויפגעהויבן דעם קאפ און פארלאנגט וואס ס'קומט זיך, און פונעם מצרי חוזק געמאכט, ער בארגט און די מצרי גייט אין ים אריין, אבער די תכלית וואס השי"ת האט געוואלט איז געווען איין זאך אז ווען ס'קומט דער מינוט פון גאולה גייט נישט דער אידעלע ארויס ווי א צוקלאפטע עבד'ל נאר ווי א שטאלצע העלד מיט אֵן אויפגעהויבענע קאפ!
טייערע ברידער מיר אלע גייען פון צייט צו צייט אריבער גלות'ן בכלל ובפרט, אמאל ברוחניות און אמאל בגשמיות די עיקר וואס מיר דארפן כסדר וויסן און געדענקן איז, אז אויף דער מינוט וואס דער גאולה קומט הייבט מען זיך אויף און מען גייט ווייטער, יא אמת אז ס'זאגט זיך גרינג אבער דאס איז אונזער עבודה, און דאס איז וואס השי"ת זאגט צו פאר אברהם אז פון די אלע גלות מצרים'ס וואס די אידישע קינדער וועלן אריבער גיין וועט צום סוף זיין א ואחרי כן יצאו ברכוש גדול, עם ישראל וועט נישט ווערן צובראכן און געפאלן...
ברידער טייערע, מיר זענען די וואס דארפן גיין בארגן פון די מצריים, וואס דאס מיינט אז מיר זענען די וואס דארפן זיך נאך סיי וועלכע געשעהניש אויפהייבן דעם קאפ און זיך אויפשטעלן פאר אונזערע רעכטן, זאגן צו זיך הויעך און קלאר קיינער קען מיר דעם מארגן נישט צונעמען וואס איז געווען איז געווען, מארגן איז א נייע טאג, און מיט די גרעסטע מאס שטאלצקייט ריקט מען זיך פאראויס, קיין שום מענטש אדער פאסירונג קען דעם איד נישט אפשטעלן אדער אוועקלייגן, זאל זיין וואס זאל זיין, אמאל כאפט מען א פליק פון א גוטער חבר, רבי, מנהל, בעה"ב וכדומה, דער עיקר איז שטעל זיך נישט אפ נאר גיי ווייטער... ליידער הערט מען פון געשעהנישן וואס טוען פארן איד גאר שטארק וויי בכלל ובפרט, און ס'שפירט זיך דעם געפיל פון א מצרים-אונטערדריקטקייט, געדענקן דארפן מיר איין זאך, אז די בני ישראל פארמאגן דעם געוואלדיגע ברכה פון ואחרי כן יצאו, מיר דארפן זיך אויפשטעלן אפוואשן דאס פנים און גיין ווייטער, קוקן צום ציל וואס דארט ווארט פאר אונז בסייעתא דשמיא גרויסע אוצרות, געדענק אז דער מארגן ליגט אין אונזערע הענט, צו וועלן מיר לאזן אז די שוועריגקייטן זאלן אריין קריכן אין אונזער לעבן און דאס גענצליך איבערנעמען, אדער וועלן מיר שטיין פעסט און מיט שטאלצקייט איבער קומען די גרעסטע און ברענגן אויף זיך דאס בעסטע, לאמיר גיין מיט דעם אמתע אידישע אויפגעהויבענע גייסט אקעגן דעם מלך המשיח... ובשם ה' נעשה ונצליח!
לסיכום געדענק:
• דער מארגן קען קיינער פון אונז נישט אוועקנעמען, ס'ליגט ביי אונז אין די הענט.
• וואס איז געווען איז געווען, הייב זיך אויף מיט די גרעסטע מאס שטאלצקייט און ריק זיך פאראויס.
• מיר זענען אונטערוועגנס צו אונזער ציל, און גארנישט קען דעם איד נישט אפשטעלן.
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com