בלאט 1 פון 4

אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:13 pm
דורך יתרו
אזוי ווי די פורום איבער פארמעקטע אשכולות איז פארשפארט פאר די פובליק און דער עולם קען זיך נישט לאזן הערן וואס מען האלטץ עפן איך אויך דא דעם אשכול פאר דעם צוועק דא קען יעדער מיטיילן זיין חוות דעת קדשו איבער די לעצטע פארמעקטע (און קומעדיגע) אשכולות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:13 pm
דורך יתרו
ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:22 pm
דורך ישראל קאפקע
איך שטים גענצליך צו צו יתרו'ס ארגומענט.

נאר קודם האט מען אים געזאלט בעטן אליין צו רעדאגירן, און דערנאך בלית ברירה זאל א מנהל רעדאגירן.
ספעציעל ווען עס איז נישט געווען דווקא אן אטאקע קעגן דעם רבין, נאר קעגן א געוויסע פאסירונג און בעיקר אז מען האט אפגעדרוקט דעם פאסירונג אין א ספר.
אויך האט ער געזאלט רעדאגירן א ווארט צוויי וואס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א פאראורטייל קעגן א גאנצע קהילה קדושה בישראל, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך וויכטיגער. (שטעלט אייך פאר ווען מען פארמעקט יעדן אשכול וואס מאכט ליצנות פון סאטמאר רב, אדער דעם ליובאוויטשן רבין).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:28 pm
דורך איך אויך
יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:32 pm
דורך ברוך שאמר
די ביסט נישט גערעכט ווייל ווען איינער פלאגט זיך זייער שטארק אין ער עפענט אזא ביליגע אשכול קימטס זאך איהם א גיטע פראסק אין פנים אין אויסמעקן אין גיכן די גאנצע אשכול. נאך א מאל א גרויסע יישר כוח פאר די גבאי השטיבל פאר אנעמען זיך פאר די כבוד פין די גאנצע שטיבל !

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:34 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.

:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:41 pm
דורך יתרו
אזוי ווי קעלנער האט שוין ערווענט דאס איז כו"ע מודה אז די טעמע איז א לעגעטימע און מען מעג און מען דארף דן זיין אין אזעלעכע ענינים. נאר וואס דען א גבאי, אדער ער אליין, וואלט געמעגט טוישן די לשונות אביסל. לדוגמא, ער שרייבט געווען וואוילע "נארישע" אידן וואס האבן פארקויפט מחלות פאר גוים, אויב ער גייט שרייבן נאכדעם פון בעל ויחי יוסף פאסט נישט צו שרייבן אזא לשון ווי "נארישע", דאס מעג און דארף ארויסגענומען ווערן. אבער מעקן א גאנצע אשכול ווייל דער בעל ויחי יוסף האט נישט קיינעם געטשעפעט איז א נארישע זינלאזע טענה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:42 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.

גראדע בין איך א טערק פון מיין מאמעס זייט און א האלב דרוז-האלב פארסי פון מיין טאטעס זייט, איך האב נישט קיין שום אראבישע בלוט אין מיר.

אבער צום ענין, ק"ש האט א פאליסי ספעציפיש קעגן אטאקירן קעגנער דא אויפן שטיבל, ווייל אויב נישט קען עס זייער שנעל אריין גיין אין שמוציגע פערזענליכע פייט, און דאס וועט זייער שנער פארעקלען די ליינער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:46 pm
דורך איך אויך
סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:55 pm
דורך איש את רעהו
איך אויך האט געשריבן:סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.

געריעכט
פארוואס קומט זיך מער שעצע צו א צווייטע ניק ווי א גדול וואס לעבט שוין נישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:11 pm
דורך איך אויך
קומען מיר צוריק צום זעלבן שאלה ,אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור חוזק צו מאכן פון עם?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:19 pm
דורך יתרו
ער רייסט נישט אראפ דעם בעל ויחי יוסף פערזענליך (אויסער די "נארישע" ווארט וואס ער נוצט) ער רייסט אראפ א פעולה זיינס וואס איז ערלויבט צו טוען פאר אנדערע ניקס אויך זאו יא אפילו ער וואלט געהאט א ניק דא וואלט מען געמעגט שרייבן דעם אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:24 pm
דורך איך אויך
סאו די וואס רייסן אראפ קאפקא רייסן אויך אראפ זיינע 'פעולות' (קיינער ווייסט דאך נישט ווער ער איז פערזענליך).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:44 pm
דורך יתרו
ניין מען רייסט אים פערזענליך אראפ אלץ אן ארעבער שונא ישראל אנטיסעמיט וכו'
איך אויך, מאך דיך נישט אזוי תמעוואטע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:00 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:22 pm
דורך מאטי
איך אויך טייערער, דיין צושטעלן פון א "ניק" און דער בעל ויחי יוסף איז נישט קיין ריכטיגע, ווייל אן איש ציבורי איז אנדערש ווי א פריוואטע ניק, עכ"פ לויט די תקנות המקום. אויב וואלט דער בעל ויחי יוסף געהאט א ניק דא אפענערהייט וואלסטו יא געמעגט אראפרייסן זיינע פעולות אינדרויסן פון שטיבל אלס א פאליטישע נושא, לויט די תקנות המקום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:35 pm
דורך שמעון וואלף
אקעי. איך זעה ס'איז שוין געווארן צוריקגעשטעלט

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:30 pm
דורך געוואלדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא

איך בין מסכים מיט יעדע ווארט, ווען יוסל ראקעווער ברענגט דאס ארויס אלטס א אינטרעסאנטע אנעקדאט און איז מפלפל אין די אויסגעהאלטנקייט מיט רעספעקט נו מהיכי תיתי, אבער די וועג וויאזוי אלעס איז געשריבן דארט איז זייער זייער ביליג און עס פאסט נישט פאר ק"ש

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:40 pm
דורך געוואלדיג
1. דאכט זיך מיר אז אין תקנות השטיבל איז יא דא תקנות וואס עס פאסט נישט פאר ק"ש.
2. דא רעדט מען נישט וועגן די עצם דעבאטע נאר וועגן די וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, מיט זלזול.

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:51 pm
דורך געוואלדיג
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=248975#p248975
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249002#p249002
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249009#p249009
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249320#p249320
מיט געוויסע קען מען מחולק זיין צו עס איז ביליג, אבער דאס איז די גאנג פון די אשכול אן קיין שום רעספעקט,
איך בעהט איבער אלע שרייבער איך מיין קיינעם פערזענליך נאר די טעמע

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 5:41 am
דורך berlbalaguleh
יתרו האט געשריבן:ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

רצוני לדעת עד מתי יתמהמה כבודו אצלנו?...איהר האט זיכער געמיינט צו זאגן...אתמהה...וועלכער מיינט איך וואונדער מיך...און ס'איז ארויסגעקומען אתמהמהה...וואס איז טייטש. איך טו מיך פארזוימען...!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 6:42 am
דורך גרונם
ס'שטייט אתתממה, נישט אתמהמה.

ממילא האב איך עס געליינט;
עטמע, איך פפפפאאאארררררששששטטטטייייי פארוואס ער האט עס אאאאאווווויייייסססססגגגגעעעעעצצצצצווווווווייייגגגגגגגןןןןןןן

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:34 pm
דורך צדיק נסתר
דא האב איך געשריבן קאמארנא רבי [לעבאוויטש] (תפיסה)

אבער דער אחראי [tag]עוזר[/tag] האט עס רעדאגירט מיט א פינטל, מיט די אויסרייד אז ס'איז שלא מן הענין.

האט ער רעכט?