בלאט 1 פון 1

אוטומאטישע ארויסגעסיינעכס, א קללה!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:12 pm
דורך אחד העם
איך בין צובייזערט, שוין די צווייטע מאל היינט וואס עס פאסירט מיר.
איך נעם זיך טייפען אויפען טעלעפאן, און אזוי נאך א האלבע שעה טייפען איך וויל עס שיקען, אדער לייגען און דרעפט וכדומה, קומט ארויף אז איך דארף מיך נאכאמאל אריין סיינען, וויל איך שנעל צוריק גיין צו דעם פעדזש פון פארעפנטליכען א ריאקציע און עס איז ליידיג, וואס איז די פשט פון דעם? א גאנצען געשרייבעכס איז מיר געגאנגען א גאנג לכבוד דעם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:13 pm
דורך פישלע העררינג
דארפסט טשעקן דעם קעסטל ביים אריינסיינען וואס שטייט "בלייב אריינגעסיינט אטאמאטיש".

ווען עס קומט ארויף ליידיג, מאך דער "בעק" קנעפל אויפ'ן בראוזער וועט אלעס זיין צוריק. קאפי עס און סיין אריין און פעיסט עס אריין נאכאמאהל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא איך אויך געהאט דאס. אבער ביי מיר געשעט עס נאר ווען איך נוץ דעם פאונס אינטערנעט, ווען איך בין אויף ווייפפיי סיינט זיך עס קיינמאל נישט ארויס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:16 pm
דורך אחד העם
פישלע העררינג האט געשריבן:דארפסט טשעקן דעם קעסטל ביים אריינסיינען וואס שטייט "בלייב אריינגעסיינט אטאמאטיש".

ווען עס קומט ארויף ליידיג, מאך דער "בעק" קנעפל אויפ'ן בראוזער וועט אלעס זיין צוריק. קאפי עס און סיין אריין און פעיסט עס אריין נאכאמאהל.

אקעי, וועל איך טשעקען דעם קנעפל, שכויח פישלע
אבער מאכען בעק, אמאל גייט עס יא און אמאל קום איך אן צו א ליידיגען בלאט, אדער קומט עס בכלל נישט צוריק צו דעם בלאט סנעמט מיך גלייך צוריק צום פארום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:17 pm
דורך פלאוויוס
המקום ימלא את חסרונך! איך האב מיטלייד מיט דיר. כדי זיך צו פארהיטן פון אזעלכע צרות בין איך מיך געווענליך נוהג צו מאכן copy-paste יעדעס מאל איידער איך שטעל ארויס א רעאקציע. אין פאל אז דאס ווערט פארלוירן קען איך עס דערנאך צוריקברענגען מיט א קנעפל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:18 pm
דורך איך אויך
ידוע ומפורסם דער פראבלעם ,יעדער מוטשעט זיך דערמיט.
לכאורה איז עס א סעטינג מטעם דער אדמינעסטראטאר ווייל אויף אנדערע סייטס בלייב איך אריינגעסיינט אסאך לענגער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:19 pm
דורך אחד העם
איך אויך האט געשריבן:ידוע ומפורסם דער פראבלעם ,יעדער מוטשעט זיך דערמיט.
לכאורה איז עס א סעטינג מטעם דער אדמינעסטראטאר ווייל אויף אנדערע סייטס בלייב איך אריינגעסיינט אסאך לענגער.

אויב איז עס אזוי ווי די זאגסט דארף מאכען א פעטיציע אז זיי זאלען פארלענגערן דעם זמן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:25 pm
דורך הוגה
איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:30 pm
דורך אחד העם
הוגה האט געשריבן:איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

אבער די אוסלייג אמאל קומט נישט אויס אזוי גוט, און לינקען קען מען אויך נישט, אפשר גאר קען מען יא?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:43 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט דעם פראבלעם אין ערגעץ ב"ה. (זייט מיר נישט מקנא, כ'האב אנדערע פראבלעמען, שווערערע...)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:47 pm
דורך דריידל
כ'האב שטארק מיטלייד מיט דיר ווייל איך ווייס ווי אזוי דאס פילט, האבענדיג אליין מיטגעלעבט די קללה מער ווי איין מאל.

לעצטענס פיר איך מיך אז ווען איך שרייב עפעס לענגערס דרוק איך "אויסקוק פון פאראויס" יעדע פאר מינוט צו מאכן זיכער איך ווער נישט ארויסגעסיינט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:02 pm
דורך טאמבל סאס
פלאוויוס האט געשריבן:המקום ימלא את חסרונך! איך האב מיטלייד מיט דיר. כדי זיך צו פארהיטן פון אזעלכע צרות בין איך מיך געווענליך נוהג צו מאכן copy-paste יעדעס מאל איידער איך שטעל ארויס א רעאקציע. אין פאל אז דאס ווערט פארלוירן קען איך עס דערנאך צוריקברענגען מיט א קנעפל.

יא, אבער האסט געמוזט קודם אפאר מאל פארלירן ביז'ן זיך צוגעוואוינען צו מאכן copy-paste איידער'ן שיקן..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:05 pm
דורך טאמבל סאס
אחד העם האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:איך שרייב מיינע תגובות אין נאוטס, עס סעיווד זיך פון זיך אליינס אטעמאטיש. דערנאך ווען איך בין פארטיג c/p איך עס אריין אין ק"ש.

אבער די אוסלייג אמאל קומט נישט אויס אזוי גוט, און לינקען קען מען אויך נישט, אפשר גאר קען מען יא?

איבערהויפט ווען דו האסט בילדער וואס דו ווילסט מצרף זיין. ווי אויך איז שרייבן דירעקט אינעם זייטל מער גינסטיג צוליב וואס דו קענסט סעיוון אלס דרעפט און שפעטער אפדעיטן מער. ווי אויך זעסטו בשעת מעשה ווי לאנג ס'איז, צו וויסן אויב ס'איז שוין צייט אויפצוהערן..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:41 pm
דורך יידל
עצה טובה אז נאכן ענדיגן א לאנגע תגובה, און מ'איז נישט זיכער צו מ'איז נאך אריינגעסיינט, קען מען א צווייטע טעב און דארט עפענען קאווע שטיבל. אויב טרעפט מען אז מען איז אריינגעסיינט, הרי טוב. אז נישט, קען מען אריינסיינען אינעם נייעם טעב, און דערנאך צוריקגיין צום תגובה און שיק'ן אן מורא האבן אז עס וועט גיין לאיבוד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:54 pm
דורך יאיר
איך בין זיך נוהג יעדן מאל פאר'ן שיקן א תגובה צו מאכן א סעלעקציע און קאפירן די גאנצע זאך, אין פאל עס פאסירט א קאטאסטראפע. וכן עשיתי ארבעים יום ונושעתי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין א סימפל עצה איז צי עפענען דעם 'שיק' קנעפל אין א נייע טעב אזוי אפילו עס גייט נישט דורך בלייבט די אלטע כמות שהוא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:53 pm
דורך טאמבל סאס
קיינמאל דאס נישט פייגעבאלן. שכוח גלייכערמעקל

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:49 am
דורך chusid
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך מיין א סימפל עצה איז צי עפענען דעם 'שיק' קנעפל אין א נייע טעב אזוי אפילו עס גייט נישט דורך בלייבט די אלטע כמות שהוא

דו מייינסט צו זאגן יידל'ס עצה?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 7:55 am
דורך [NAMELESS]
ניין, פשוט'ער מען קליקט אויף די 'שיק' קנעפל עס זאל זיך עפענען אין א נייע טעב אזוי אויב פארט אלעס כשורה איז גוט אז נישט קען מען צוריקגיין צו די אלטע, נישט בלויז עפענען די הויפט בלאט צי זען צו מען איז נאך איינגעשריבן,

אויך העלפט דאס איו ווייניגער ווי דרייסיג טעג...

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:46 am
דורך chusid
וואס הייסט מען עפענט די שיק קנעפל אין א נייע טעב? ווען איך עפען א נייע טעב און איך גיי צו ק"ש קום איך אהן צום הויפט בלאט. וואס טו איך יעצט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:18 pm
דורך [NAMELESS]
איך זע יעצט אז פין מיין פאון ארבעט עס נישט, אפשר זאל טאקע איינער וואס זיצט יעצט ביים קאמפיואער פרובירען צו מען קען מאכן אויף די 'שיק' קנעפל רייט קליק אין אפען אין ניו טעב, צו זען צו עס ארבעט, איך דענק אז ביי מיר האט עס גוט געארבעט