בלאט 1 פון 1

פורום אוצר החכמה

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:02 am
דורך [NAMELESS]
איך האב באקומען חשק זיך צו מאכן א ניק אין אוצר החכמה איך שפיר אז קען מגיב זיין דארט אויף געוויסע זאכן, אבער היות זיי האבן געמאלדן פאר א צייט צוריק אז מען קען זיך נישט רעגיסטרירן אן זיך צו אידענטיפיצירן אדער דורך רעקאמענדאציע פון אן אלטגעזעסענע מעמבער דארטן און איך האלט זיך נישט בשום אופן ביים אידענטיפיצירן, ע"כ וויל איך בעטן דא ווער עס האט א ניק דארטן און ער קען מיר רעקאמאנדירן דארטן זאל זיך ביטע פארבינדן מיט מיר אין אישי. יישר כח גדול.

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:05 am
דורך טאמבל סאס
איך פרוביר שוין לאנג אויסצופיגערן וואס פונקטליך דער בעל חי איז? וואסערע ציהל, השקפה און וויפיהל רעלייעביליטי האבן די מנהלים און שרייבער דארט? וואס טרייבט און ווער שרייבט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:23 am
דורך [NAMELESS]
זיי זענען שטארקע שטיינמאן אנהענגער ביי די לעצטע אמונה במשיח סומאטוכע.איז יעדע אשכול אין דער ענין פארמעקט געווארן,
עס דרייען זיך אסאך גרויסע קעפ דארט מיט שטארקע תורה'דיגע ידיעות, אין מען קען אסאך ארויסנעמען פון דארט, עס איז מיר נאר נישט אייביג אזוי ציענדיג זיך אריינצילייגן אין שווערע סוגיות אזוי בליקענדיג אויפן וועב פארדעם האב איך מיינע סדרי הלימוד

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2020 7:57 pm
דורך שאראש-פאטאק
וואס גייט פאר אז די פורום אוצר החכה ארבעט נישט איבער א וואך?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2020 11:01 pm
דורך ישעיה
שאראש-פאטאק האט געשריבן:וואס גייט פאר אז די פורום אוצר החכה ארבעט נישט איבער א וואך?

עס איז דא גרויס טרעפיק צוליב דעם מערכה איבער 'בית מדרש הגר"א'

אפדעיט: פון דא זעהט אויס אז ס'איז א טעכנישע פראבלעם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 9:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט געהאט קיין פראבלעמן דארט אריין צו גיין.

די ענין איז, אז די ספר קול התור איז שוין לאנג אונטער א וואלקען, ווי אסאך טענה'ן אז עס איז א זיוף פון די ציונים. לעצטענס איז ארויס א קובץ, דוקא נישט קיין היימישער, מיט'ן נאמען 'מכילתא'. דארט האט י. אביבי געשריבען א מאמר מסביר זיין די נגיעה פון דער זייפן, און דאס טוט קערן וועלטן. ביז יעצט האט מען געמיינט אז אפאר קנאים זאגען מזוייף, נו נו. אבער יעצט האט עס נישט מיט קנאות, נאר פשוט צוויי מענטשן און משפחות שלאגען זיך איבער כבוד און מאכט. און דאס שטימט לשיטתי ביי הרב קוק, אז רוב די מחלוקת'ן האבען גארנישט מיט אידעאלאגיע, נאר מיט פערזענליכע חשבונות. עכ"פ אויף דעם קאכט זיך דארט.

איך האב געליינט די מאמר אין מכילתא, און דערנאך בין איך געגאנגען זען וואס מ'שמועסט דארט. די פראבלעם איז, די ערשטע צוואנציג בלעטער (נאך איידער די מאמר איז ארויס געקומען) איז איבער געקייט די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2020 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב מיך איינגעשריבן אין פורום אוצה''ח, און איך ווארט שוין אפאר חדשים צו ווערן אנגענומען ועדדין לא נתקבלתי ווויסט איינער אן עצה?