בלאט 1 פון 1

נאר מיט אמונה וועלן מיר זיך האלטן שטארק אין גלות #1000000000

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:46 pm
דורך כוכב
נאז, פיצן.
ציין, טריצן.
פיס, זיצן.
הענט, שוויצן.
האלז, היצן.

קאפ, וויי.
מויל, געשריי.
ציין, ריי.
הענט, צוויי.
שיך, גיי.
פינגער, ביי.
גוף, שטיי.
טויט, ביי.

געבוירן, ניי.
געשטארבן, וויי.
בושה, שיי.
פענסיל, בליי.
פליען, פליי.
טרוקן, דריי.
שלשלת, דריי.
אבות, דריי.
העלא, היי.
הויך, היי.

באשאפן. אלעס. באשעפער.
איך. גארנישט. מה. רבו. מעשיך. ה'.
תשובה. תגובה. אמונה. גלייבן.
ווייל יעדע עפל,
און קנעפל,
אויך די טעפל,
אפילו לעפל,
יש, מאין.
הבל, קין.
בארגן, לייען.

טוען, תשובה.
ברענגען, גאולה.
משיח, רייטן.
זמנים, בייטן.
גוטע, צייטן.
תגובות, מיליאן.
ממרא, פלוין.
מנהלים, נישטא לוין.
ענדיג, שוין.
פליז. מיך. רעיטן. פינף. וד''ל. שכויעח.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:51 pm
דורך יאיר
וואס?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:03 pm
דורך כוכב
נישט צו באלמוטשענען דעם עולם האב איך געמאכט א קיצור פון אלע פערציג פאעזיעס אין אייוועלטס פאעזיע פארמעסט. ביטע שרייבן שיינע דאנקען אדער קוואטן די קומענדיגע ווערטער

א דאנק
.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:08 pm
דורך יין שרף
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט... האסט מיר געמאכט אויסשיסן.
נאדיר א גרינעם :mrgreen:

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:24 pm
דורך איש את רעהו
וואסי אזוי שלעכט מיט יענע פארמעסט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:28 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישט שלעכט. אבער מיט פאעטרי האט עס גארנישט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 9:44 pm
דורך פליקער
איך וועל אנעמען אז איך בין דער וואס פארשייט נישט צי קיין פאעטי, אבער און אמתן ווייסט כוכב וואס ער וויל, ווייל איך פארשטיי נישט וואס האר אין די נאז האט מיט געפילטע פיש.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:35 pm
דורך יין שרף
קוק אויף דיין שכן ביי שאלעשידעס וועסטו פארשטיין...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:04 pm
דורך יאיר
שוין, כהאב געליינט אפאר פאעמס דארט. גראדע גאנץ פיינע סחורה. איך האלט נישט זיי זענען ווערד די שפאט מיט וואס מען באציט זיך צו זיי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 2:29 pm
דורך כוכב
כ'האב נישט געדענקט כ'האב אמאל געשריבן דעם אשכול (סארי כ'בין אריין אין א מי אני טרענס פון אויפעפענען אלטע אשכולות און רעדן צו זיך אליין) אבער כ'מוז באגריסן מיין קריעטיוויטעט. די גראמען דא זענען סאליד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 5:09 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
נישט נאר סאליד, אסאך זענען אפילו די זעלבע ווארט אויפן האר...