בלאט 1 פון 1
ווי אזוי איבערצוקומען בושה
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:09 pm
דורך אייזקרים
איך האב א קינד וואס האט מורא'דיגע פראבלעמען וועגן בושה, ער האט א מורא'דיגע אישו מיטן רעדן מיט א צווייטן און אזוי ווייטער. ווייסט איינער פון עפעס הילף?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
די בעסטע עצה איז אז פאר'ן זיכן עצות זאל מען רעדן מיט אלע מחנכים וואס האבן א קשר מיט'ן קינד. ד"ה די מלמד, טיטשער, באס רבי, מנהל וכו'.
כדי ארויסצוהאבן וואס גייט פאר מיט יעדע פראבלעם, מוז מען טוען ריסורטש צו פארשטיין וויאזוי דער קינד'ס לייף עקספעריענס זעהט אויס, און פון דעם פארשטיין וואס איז די גורם און ווי אזוי עס צו טוישן. אחרי ככלות פון פארשטיין דער קינד'ס לעבן סיי מיט חברים, סיי מיט לימודים און ווי אויך זיין שטאנד אינדערהיים צווישן די עלטערן און די געשוויסטער, קען מען עס נעמען א שטאפל ווייטער. דער שטאפל ווייטער קען זיין 10 מהלכים, וואס ווענט זיך אין די תוצאות פון די דערמאנטע ריסורטש אינעם קינד'ס לייף עקספיריענס.
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:41 am
דורך [NAMELESS]
ווי אלט איז דאס קינד? ביז 7 נעם עס נישט פאר קיין פראבלעים, פון דארט אין ארויף ווענטזיך וואס די שטאפעל איז, בושה פון פרעמדע איז נארמאל, נישט יעדער האט סאושעל סקילס, נישט איינגלידערען און חדר מיט חברים קען זיין א פראבלעים.
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:26 am
דורך אייזקרים
די רעדע איז פון א בחור און ישיבה וואס צום ביישפיל ווען עס איז דא א קופקע בחורים און שמועסן וועט ער מורא האבן זיך אנצורופן זיין דעה אינעם שמועס און ווען ער נעמט שוין יא די גאטס און ער שטארק זיך אויף זיין בושה און רופט זיך אן עפעס ווערט ער אינגאנצן פארלוירן און הייבט אן צו בלאשן און ער פילט זיך שוין אומבאקוועם צו זיצן ביים שמועס און די זעלבע זאך איז ווען מען פארהערט איהם און ישיבה ברבים עט ער ווערן אינגאנצן פארלוירן און נישט האבן די קאפ צו ענטפערן הקיצור סאיז א כלליותדיגע פראבלעם אז ער קען נישט קאמיונעקעטן אוןסאשילייזן מיט א צווייטן ווייל ער שעמט זיך און דאס איז א זאך וואס הארגעט אוועק א בחור צו קענען האבן א נארמאלע לעבן און האבן חברים
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:27 am
דורך chusid
אויב איז דאס בושה אויף א עקסטרעמען אופו-דאס הייסט מער ווי נארמאל, דאן איז דאס נאר א סימן אויף א טיפערע ענין וואס שפילט זיך אפ אינעם קינד, איר דארפט אין אזא פאל פראבירן אויסצוגעפינען וואס דאב איז, אבער אחי היקר שטיי ווייט פון פאלשע מבינים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:09 am
דורך shem-tov
א בחור מיט בושה אישוס איז נישט צום אוועקמאכן. סאיז נישט בושה, סאיז מער א פחד פון א בלאשינג אטאקע און דאס איז זייער א ערענסטע נושא, וואס קען האבן לאנג טורעם סייד עפעקטס, אסאך לויפן גאר צום דאקטער און מען פארשרייבט אים שוין עפעס א פיל וואס דאס איז די איזי וועי אוט היינטיגע צייטן, לאמיר אים מאכן פאר א קריפל און פארטיג... אבער א ריספאנסיבעל אדאולט קען אים העלפן אן די אלע זאכן. לערן מיט אים קומיוניקעישאן סקילס ווען און וואס צו רעדן, סעלף עסטיעם, סעלף קאנפידענס, און אז בלאשען איז זייער א נארמאלע זאך ביי אינגע מענטשן, קיין שום נארמאלע מענטש וועט אים נישט צימבלען דערויף און אויב יא איז דאך יענער א טיפש דארף ער זיך מיט יענעם הערשט נישט קימערן... און אז אסאך ערענסטע מענטשן האבן געהאט דעם טשעלענדש און אז משה רבינו איז געווען א כבד פה וכדו' און ווען ספאסירט אמאל מאך דיך אינגאנצן נישט וואוסענדיג. גרייט אים צו דערצו אז סקען פאסירן און סגייט פאסירן אבער סאיז נאך אלץ טויזענט מאל בעסער ווי אנדערע אטאקעס למשל אסטמע רח"ל אדער א פאניק אטאקע ל"ע אדער עפעס א פיזישע פעין און בדרך כלל ביי די פינעף און צוואנציג איז עס מער נישטא וכחלום יעוף