בלאט 1 פון 1

ערמארדעטער יאפאנעזער איז געווען א דזשיהאדיסט

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 10:26 am
דורך חד גדיא
אינטערעסאנט אז עס ווערט כמעט נישט דערמאנט אין די געווענליכע נייעס באריכטן. אבער הארונא יוקאווא, דער יאפאנעזער וואס אייסיס האט נעכטן גע'הרג'עט, איז אליין געווען א דזשיהאדיסט.
לויט באריכטן איז ער געווען א דזשיהאדיסט פון א קעגענערישע גרופע פון אייסיס. לויט דעם דארף מען נישט זיין אזוי טרויעריג אויף זיין מיתה משונה.

דא קען מען זעהן ווי ער טרענירט צו שיסן
http://youtu.be/nrSKhTXCk3g

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 10:30 am
דורך דריידל
און ווייל ער איז געווען א דזשיהאדיסט קומט זיך אים א באזינדערע אשכול?

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 10:35 am
דורך חד גדיא
עס איז מער פון דעם. די גאנצע לעצטע ווידיאו איז לכאורה געפעלטשט. די שאטענס שטימען נישט אז ס'איז געמאכט געווארן אין גאס. אזוי אויך, אייסיס האט נאר ארויסגעגעבן א בילד ווי יוקאווא איז טויט און נישט קיין ווידיא.
אלעס ארום קוקט אויס זייער מאדנע. זייער מעגליך אז אייסיס מאכט דא עפעס א באהאלטענע שפיל, און יא, דאס פארלאנגט א באזונדערע שמועס.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 11:49 am
דורך שמעקעדיג
אבער מערקווירדיג אז די אמעריקאנער און יאפאנעזער גאווערמענט האבן באשטימט אז די ווידיאו קוקט יא אויס עכט.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 4:22 pm
דורך למדן
ווייסטו דען נישט אז די אלע רעגירונגען ארבייטן אונטערן טיש האנט ביי האנט מיט אייסעס'ן, איז נישט מער ווי נארמאל זיי זאלן באשטימען אלס עכט די אלע פאלשע ווידיאוס...