בלאט 1 פון 1

פאזיע שמאזיע #1

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 12:38 pm
דורך שמעון וואלף
אינדערהיים ס'איז שטיל
די גלעזעלע טיי איז פול
איך טראכט וואס איך וויל
כ'האב נאכנישט באצאלט דעם ביל

איך טראכט און טראכט
ביז שפעט אינדערנאכט
פליצלינג נעם איך אין אכט
אז די לעקטער האט געקראכט

וואס טיט מען אין אזעלכע פעלער?
איך ריק אוועק די טעלער
איך טי מיך אן שנעלער
און לויף אראפ אין סעלער

ס'איז קאלט ס'רינט די נאז
אין טישא גיט מען א בלאז
ס'איז בעד ניוז
ס'האט נישט געקראכט די פיוז

פון מיין מויל ארויס איך רעד
איטס ווערי סעד
אבער ס'איז טאא בעד
דאס געשענט ווען מ'צאלט נישט קאן עד

איך נעם מיך שנעל
שלעפ ארויס מיין סעל
שרייען אויף זיי איך וועל
אבער זיי ענטפערן: גא טא העל

אקעי איך קען נישט ווייטער. ווער וויל ממשיך זיין?

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:04 pm
דורך פליקער
פיינעלי ליין איך א פאהם וואס עטליסט איך פארשטיי וואס ער וויל, חוץ אויב דאס איז נאר א משל, דאן וואס איז דער נמשל, אולי עפעס מיט תשובה, אדער אז מען ברויך אלע מאל האבן טישו'ס גיי ווייס, שמועזיע

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:40 pm
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:אקעי איך קען נישט ווייטער. ווער וויל ממשיך זיין?

איך קען אויך נישט,
לאמיר אינאיינעם זוכן א גוטן דזשאב, דאס וועט זיכער העלפן אויף ווייטער :P

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 2:55 pm
דורך דריידל
בלית ברירה
איז מען מקבל באהבה די גזירה

מ'שרייבט אויס א טשעק
משיקט עס אוועק

מ'נעמט זיך פאר עס זאל נישט פאסירן נא מאר
ולכל בני ישראל היה אור!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:05 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אקעי איך קען נישט ווייטער. ווער וויל ממשיך זיין?

איך קען אויך נישט,
לאמיר אינאיינעם זוכן א גוטן דזשאב, דאס וועט זיכער העלפן אויף ווייטער :P

אבער דאמאלס וועלן מיר מוזן אויפגעבן דעם צווייטן דזשאב. האלטן אן אויג אויף קאווע שטיבל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:14 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אקעי איך קען נישט ווייטער. ווער וויל ממשיך זיין?

איך קען אויך נישט,
לאמיר אינאיינעם זוכן א גוטן דזשאב, דאס וועט זיכער העלפן אויף ווייטער :P


ווער דארף א זשאב ווען אט אט איז שוין ג' בשלח און מ'עמיר זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום