בלאט 1 פון 1

קארס אראפ פין די גאסען

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:12 pm
דורך איחוד פעלד
איז עס בארעכטיגט?

וואס איז די סיבה אז מען זאל צונעמען דער פרייהייט פין די מענטשען?

און אז איינער ווייל יא פארען, לאז זיין ער איז צודרייט, האט מען א רעכט עס צו אסר'ן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיר קענען נישט געניג ווארענען דעם עולם, ביטע נישט דרייוון, יעדע קאר אויפן גאס שטערט די אפעראציע פון הצלה, שארער טראק'ס, און אנדערע עמערדזשענסי פערסאנאל, ווייל מען נעמט זיך גליטשען, און מען האט נישט ווי אוועק צילייגן די קאר אן שטערן די פארקער, און ווען א שארער טראק קען נישט דורך פארן א גאס, מיידט ער אויס די גאס, דעיס קען זיין א דירעקטע גורם פאר א אימגליק ממש חלילה, ביטע נישט נעמען דאס פאר לייכט, א נישט גערוימטע גאס קען נעמען נאך עטליכע שעה ביז מען וועט זוכה זיין אז נאך א טראק זאל זיך דארט באווייזן, נאך א מאל מיר בעיטן שטארק און ווארענען, נעמט נישט ארויס די קארן ביז נאך די שניי הערט זיך אויף, און די גאסן ווערן געשארט און באזאלצען.

viewtopic.php?f=3&t=8193

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:19 pm
דורך איחוד פעלד
כ'הער, אבער עס בארעכטיגט נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:28 pm
דורך [NAMELESS]
ביסט געלאפן צי שנעל... פארשטייסט שוין פארוואס מען טאר נישט אדורך פארן א רויט לייט אדער פארקען ביי א פאמפ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:31 pm
דורך קאצקע ציקער
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ביסט געלאפן צי שנעל... פארשטייסט שוין פארוואס מען טאר נישט אדורך פארן א רויט לייט אדער פארקען ביי א פאמפ?

ער פארשטייט עס טאקע נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:43 pm
דורך יואב
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'הער, אבער עס בארעכטיגט נישט

אויב נעמסטו מעדיקעיד איז זיכער נישט קיין פראגע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'הער, אבער עס בארעכטיגט נישט

אויב נעמסטו מעדיקעיד איז זיכער נישט קיין פראגע.

אולי געב אריין א לאו סאט ..