ישעיהו השלישי - פרק א'

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

ישעיהו השלישי - פרק א'

שליחה דורך יאיר »

[center]פרק א'[/center]

די וויזיע פון ישעיהו השלישי, וואס ער האט געזען אויף דער חרדי'שער אידנטום, אין די צייט וואס די רבי'ס פון באבוב האבן זיך ארומגעקריגט:

הערט זיך צו, שווארץ איינגעהילטע גופים; נייגט צו אייערע אויערן, אידן וואס רופן זיך חרדים.
גאט רעדט צו אייך: איך האב אייך געגעבן א תורה, און איר קוקט עס נישט אן!
מיינע נביאים האבן געשריבן פיר און צוואנציג ספרים, וויפיל פון זיי קענט איר?
איר זענט איינגעזינקען אין מאטעריאליזם, און איר רעדט זיך איין אז איר דינט מיר.
הערט אויף רייניגן אייערע קערפערס אין מקוה, און הייבט אן גלאנצן אייערע נשמות!
אייערע מוחות זענען פארטעמפט און אייערע הערצער זענען פארגליווערט.
איר מיינט אז איר גלייבט אין מיר, אבער דעם טייטש פון אמונה ווייסט איר נישט.
אייערע מיילער זענען אנגעפילט מיט אומווירדיקייטן, כאטש איר עסט נאר מיט אייערע הכשרים.
אין מקוה באשמוצט איר אומשולדיגע מענטשן, צווישן מנחה און מעריב בארעדט איר מיינע קינדער.
און דערנאך גייט איר אהיים, און פאטשט זיך שישו מעי.
און ווען עס קומט א צרה, ווארפט איר דעם שולד אויף אייערע פרויען.
איר בויעט אן ארון הקודש פון מארמויער שטיין, אריינצולייגן מיינע ספרים וועלכן איר פאלגט נישט.
איר טאנצט הקפות מיט הויכע פארענטשעס, און איר טרעט אויף די ספרים אין אייערע הענט.
איך האב באפוילן לא תשנא את אחיך, און איר האט פיינט אייערע אייגענע ברידער.
איך האב געבאטן לא ימותו אבות על בנים, און איר שטראפט קינדער אויף זייערע עלטערנ'ס זינד.
איך האב געהייסן לא תלך רכיל בעמך, און אייערע צייטונגען זענען פיל מיט רייד פון פארשעמונג.
איך האב געזאגט לא יהיה לך אלהים אחרים, און איר דינט מענטשן פון פלייש און בלוט.
אבער הבלים וואס איך האב קיינמאל געהייסן, הענגט איר אן אין מיין הייליגן נאמען.
געלט און כבוד איז אייער מולך, איר זענט מקריב דערפאר אייערע קינדער.
עשירים און בעלי תאוה באעהרט איר, אבער די וואס דינען מיר ווערן דערנידערט.
איר פארשלייערט אייערע תאוות אין מיין הייליגן צודעק, איר דערנידערט מיר אין די אויגן פון די פעלקער.
איר דערשטיקט יעדן קול פון שטראף רייד; איר פארגיפטעט יעדן קוואל פון ווארהייט.
איר רופט זיך חרדים. וואו איז אייער חרדת אלהים?
איר רופט זיך חסידים. וואו זענען אייערע חסדים?
איר באשיצט מתים, אבער איר באגראבט לעבעדיגע.
איך דארף נישט אייערע טיי אווענטן; אייערע נדבות פאר אידן וועמען איר האט דערטראנקען.
באצווינגט נישט אייער אידעאלאגיע אויף אנדערע, און איר וועט נישט האבן אזויפיל נצרכים!
אייערע גראנדיעזע בתי מדרשים צעווארפט, און אייערע בלוט-פארשמירטע מוסדות לעזט אויף.
די פלאקאטן פאר אייערע דינערס רייסט אראפ, זיי פארשוועכן מיין נאמען!
פארמאכט אייערע גמרות; פארשפארט אייערע כוללים -
און זעצט זיך לערנען מיינע רייד, די ווערטער וואס איך האב איבערגעגעבן פאר מיינע שליחים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר