בלאט 1 פון 1

ארויפגעשמירטע מעשיות

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 10:59 am
דורך שמואל הלוי
סאטמאר רב זי"ע האט אמאל גערעדט אויף די צייטונגען אז זיי זענען מלא שקר און ס'שטייט נישט קיין איין אמת'ע שורה, האט עמעצער מעורר געווען אז די דאטום איז יא אמת, האט ער תוך כדי דיבור געענטפערט אז דאס איז אויך נישט אמת, ווייל מ'דרוקט עס א טאג פריער מיטן מארגענדיגן דאטום.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:15 pm
דורך איך אויך
אויש די סאטמערער מוזן נעבעך ארויפשמירען יעדע גוט ווארט אופן רעבעזיכרוינעליבראכע, דער ווארט איז פון צאנזער רב וואס האט געזאגט אז אויסער די פרייז איז אלעס שקר ווייל אפילו דער דאטום איז פון נעכטען. (יעצט גייט קומען א חכם און זאגן אז אפשר האבן פונקט ביידע געזאגט דעם ווארט אבער אינטרעסאנט אז ביי אנדערע צדיקים מאכט זיך נישט בדרך כלל דער 'פונקט' נאר ביי די סאטמערערס.)

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:29 pm
דורך יידל
זאגט מיר אמאל א איד אז די גוטע רבי'שע מעשיות באלאנגען אלע צו סאטמערער רב זי"ע, פונקט ווי די געשמאקע דזשאקוס באלאנגען אלע צו יאנקל מיללער (אמאל. היינט צו יואלי לעבאוויטש).

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:36 pm
דורך ניו יארק
איך אויך האט געשריבן:אויש די סאטמערער מוזן נעבעך ארויפשמירען יעדע גוט ווארט אופן רעבעזיכרוינעליבראכע, דער ווארט איז פון צאנזער רב וואס האט געזאגט אז אויסער די פרייז איז אלעס שקר ווייל אפילו דער דאטום איז פון נעכטען. (יעצט גייט קומען א חכם און זאגן אז אפשר האבן פונקט ביידע געזאגט דעם ווארט אבער אינטרעסאנט אז ביי אנדערע צדיקים מאכט זיך נישט בדרך כלל דער 'פונקט' נאר ביי די סאטמערערס.)

איך אויך, קען זיין אז די ביסט גערעכט, אבער וואס איז די האס?

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:55 pm
דורך איך אויך
יידל האט געשריבן:זאגט מיר אמאל א איד אז די גוטע רבי'שע מעשיות באלאנגען אלע צו סאטמערער רב זי"ע, פונקט ווי די געשמאקע דזשאקוס באלאנגען אלע צו יאנקל מיללער (אמאל. היינט צו יואלי לעבאוויטש).

אין א"י שמירט מען זיי ארויף אויפן בית ישראל זצ"ל.

נוי יארק דו ווייסט פונעם פסוק ארור אפם? איך האב גארנישט אנטקעגן סאטמער זעלבסט אבער איך האב אנטקעגן דעם מנהג לא קדוש זייערער (און עטליכע אנדערע מנהגים), איך האף איר פארשטייט דאס איז נישט די ערשטע נישט די צווייטע און אויך נישט די פיפציגסטע מעשה/גוט ווארט וואס איך האלט מיט ווי זיי זענען קונה בשינוי השם.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 6:01 pm
דורך ניו יארק
איז וואס?
ווער איז דיין מנהיג? איך וועל פרובירען אלעס ארויפצילייגען אויף אים...

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 7:53 am
דורך ידען
אין די גליון היכל הקודש פון ר׳ יואל ראטה שטייט א מעשה וואס זיין רבי מוהר״ש ברענגט אין זיין ספר חסדי אבות וועגן איינעם וואס האט זיך אפגערעד אז ער האט נישט צייט צו לערנען, די רבי (ר׳ נחמן( האט איהם געזאגט אז מע דארף גנבענען צייט און דאס מיינען חז״ל קבעת עתים לתורה אז קבע איז א לשון פון גניבה.

איך געדענק די ווארט אבער נישט פון ר׳ נחמן מברעסלעוו.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:36 am
דורך דולה ומשקה
איך אויך האט געשריבן:אויש די סאטמערער מוזן נעבעך ארויפשמירען יעדע גוט ווארט אופן רעבעזיכרוינעליבראכע, דער ווארט איז פון צאנזער רב וואס האט געזאגט אז אויסער די פרייז איז אלעס שקר ווייל אפילו דער דאטום איז פון נעכטען. (יעצט גייט קומען א חכם און זאגן אז אפשר האבן פונקט ביידע געזאגט דעם ווארט אבער אינטרעסאנט אז ביי אנדערע צדיקים מאכט זיך נישט בדרך כלל דער 'פונקט' נאר ביי די סאטמערערס.)


אין צווייטע כרך פין 'מושיען של ישראל', איז דא א גאנצע פרק פונעם התקשרות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צו הגה"ק מצאנז, דארט טרעפט מען צענדליגע, אפשר מער, פון סיפורים ועובדות בבחינת 'מה שאירע לזה אירע לזה', אלעס מיט 'מקורות'...

ממילא איז פשוט איבריג ארויף צו ברענגען א ספעסיפישע עובדא ווען ס'דא אזעלעכע מעשיות לרחצה.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 3:21 pm
דורך איך אויך
פארשטייסט דאך אז א הויפט סיבה פונעם בעקעריי איז כדי אנצופילען נאך נאך און נאך בענדער מושיען של ישראל, און ר' עזריאל אנטוישט נישט עס איז נישט בנמצא א מעשה אין דער וועלט וואס ער זאל נישט פארציילן אז בדידי הוה עובדא.

Re: ארויפגעשמירטע מעשיות

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 6:34 pm
דורך איחוד פעלד
אלע גרויסע לייט ליידען פין דעם אזז מען לייגט ארויף אויף זיי מעשיות וואס לא דובים ולא יער. צומאל קליינע לייט אויך....
מען זאגט נאך פין חתם סופר אז אמאהל האט א תלמיד נאך געזאגט די אייגינע חידושים אין נאמען פין זיין רבי. די חתם סופר האט באקומען א שאלהוי איינער פרעגט אים אפ היתכן ער זאל זאגען אזעלכע נארישע חידושים.
האט דער חתם סופר געזאגט צו זיין תלמיד, מיינע חידושים אין דיין נאמען בין איך מסכים, אבער נישט דיינע חידושים אין מיין נאמען....

עס איז דא וואס זאגען דער מעשה מיט דער ישועות יעקב, ר שלמה קלוגער, דער נודע ביהודה, וכו'.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:13 pm
דורך יהושע חיים
געהערט בשם דער דינוב'ער רבי אז ער איז געווען ביים סאטמער'ן רבי זי"ע און ער האט געזאגט אז מען זאגט נאך פון רבי'ן אז ב"פ און פון וומ"ס א שיער חימץ 18 מיניט און ער וואוינט פאר'ן שיער חימץ און פלעטבוש וואס איז אביסל ווייניגער דער רבי צ'שמייכלט זיך און זאגט "עס איז א גוט ווארט אויבער איך האב עס נישט געזאגט"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:57 am
דורך פריינדליך
נוי יארק האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אויש די סאטמערער מוזן נעבעך ארויפשמירען יעדע גוט ווארט אופן רעבעזיכרוינעליבראכע, דער ווארט איז פון צאנזער רב וואס האט געזאגט אז אויסער די פרייז איז אלעס שקר ווייל אפילו דער דאטום איז פון נעכטען. (יעצט גייט קומען א חכם און זאגן אז אפשר האבן פונקט ביידע געזאגט דעם ווארט אבער אינטרעסאנט אז ביי אנדערע צדיקים מאכט זיך נישט בדרך כלל דער 'פונקט' נאר ביי די סאטמערערס.)

איך אויך, קען זיין אז די ביסט גערעכט, אבער וואס איז די האס?


די מעשה באלאנגט צום סאטמארן רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע, ער האט עס געזאגט.

לכבוד מר. איך אויך: סאטמאר (מהר"א) און קלוז"ב האבן שוין שלום געמאכט, שוין צייט אראפצולייגן די געווער און אויפהערן פייטען, עס איז נישט די ערשטע מאל דא וואס דו טוסט עס,(חוץ אויב ביסט א קלוז"ב /זאלי)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:05 am
דורך זר זהב
און איך האב עס געהערט אוויפן בעל ויואל משה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:46 pm
דורך ראש המדברים
איך האב אמאל געהערט פון א בדחן א גוטע מעשה וואס לייגט אראפ ווי אזוי צו שמירן מעשיות.

א חסיד'ישער איד איז געווען א מלמד אין כתה א' ביי א ליטווישע ת"ת, יעדע וואך פלעגט ער דערציילן א מעשה לכבוד שבת אז די קינדער זאלן דערציילן ביים שבת טיש, פארשטייט זיך אז א חסיד'ישער איד האט דערציילט חסיד'ישע מעשיות, די עלטערן האבן פארפירט אז ער איז א מיסיאנער, און דער מנהל לאזט עם רופן, דער מלמד זאגט איך האב נישט קיין מעשיות אויף ליטווישע גדולים, וואס זאל איך טוען, זאגט דער מנהל נעם חסיד'ישע מעשיות און לייג עס ארויף אויף ליטווישע גדולים.

נעקסטע וואך קומט דער זון אהיים, ס'איז געווען חנוכה, און ער דערציילט ווי ר' חיים בריסקער האט איבערגעדרייט די מנורה ביים ברכה, נעקסטע וואך האט ער דערציילט ווי ר' חיים עוזר איז נאכגעלאפן ר' שמעון שקאפ נאך תשליך כאפן זיינע עבירות, א וואך דערנאך איז געווען א מעשה ווי דער גר"א האט מוצש"ק איינגעשפארט זיין וואגן און אלעקסי.

א וואך דערנאך קומט דער זון אהיים מיט א טענה, פארוואס האסטו מיר נאכנישט גענומען צו די חלוקת דאלארים פון הרב ש"ך, פרעגט ער זיין פאטער