2 מדנ"י סאלדאטן טויט אין כיזבאלא אטאקע אויף מיליטערישן טרעקל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
2 מדנ"י סאלדאטן טויט אין כיזבאלא אטאקע אויף מיליטערישן טרעקל
א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל האט -לויט רוב באריכטן- אומגעברענגט צוויי מדנ"י סאלדאטן אין די מדנ"י אקופירטע גולן הויכן נעבן די שעבא פארמס (הר דוב) אקופירטע דורך מדנ"י און וואס געהערט פאר לבנון.
דאס קומט נאך די מדנ"י באמבאדירונג אויף א כיזבאלא קאנוואוי אין סיריע לעצטע וואך וואס האט אומגעברענגט זעקס כיזבאלא קעמפער און אן איראנער גענעראל.
בערך 11:35 צופרי לאקאלע צייט האט א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל געשאסן פון לבנון טעריטאריע באטראפן א מדנ"י מעדיצינישע טרעקל אין א מיליטערישע קאנוואוי נעבן די גרעניץ מיט סיריע און מדנ"י.
מדנ"י האט אין רעאקציע באמבאדירט פינף און צוואנציג צילן אין דרום לבנון נעבן די גרעניץ, די שפאנישע אמבאסאדאר אין בעירוט האט באשטעטיגט אז א שפאנישע יו.ען. שלום-היטער איז אומגעקומען, אנדערע פאטאליטעטן אויף די לעבאנעזער איז דערווייל נישט באקאנט.
א פון פריער אומבאקאנטע כיזבאלא פליגל מיטן נאמען 'די רעכטפארטיגע מארטירער פון קונעיטרא' האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, כיזבאלא קוועלער האבן געמאלדן אז פופצן מדנ"י סאלדאטן זענען אומגעקומען, אבער כיזבאלא האט א היסטאריע פון איבערטרייבן די נומער פון מדנ"י פאטאליטעטן.
https://secure.euronews.com/embed/2421242

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
שמערל האט געשריבן:קאזאק הנגזל, אפשר ערקלערסטו פארוואס ביים מעלדן אזא אומשולדיגע נייעס, האסטו נאר געקענט טרעפן אזא איינזייטיגע מאפע וואס באצייכענט די רמת הגולן מיט קידוש לבנה אותיות "סיריע"?
ווייל איך האב געזוכט 'map shebaa farms' ווי דארט איז די אינצידענט פארגעקומען, דאס איז געווען די איינציגסטע מאפע וואס האט קלאר געצייגט פון וואו די רעדע איז.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:קיין איין מדינת ישראל נייעס קוואל באריכטעט נישט קיין טויטע סאלדאטן.
ריכטיג, דעריבער האב איך געשריבן 'לויט רוב באריכטן',
איזראעלי מידיע שרייבט זיבן פארוואונדעטע, אבער רוב אינטערנאצינאלע מידיע שרייבט פיר טויט, געוויסע מדנ"י מידיע שרייבן אויך אז עס איז דא טויטע און מען גייט מעלדן אפיציעל נאכן צעוויסן טון פאר די באטראפענע פאמיליעס.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:קיין איין מדינת ישראל נייעס קוואל באריכטעט נישט קיין טויטע סאלדאטן.
ריכטיג, דעריבער האב איך געשריבן 'לויט רוב באריכטן',
איזראעלי מידיע שרייבט זיבן פארוואונדעטע, אבער רוב אינטערנאצינאלע מידיע שרייבט פיר טויט, געוויסע מדנ"י מידיע שרייבן אויך אז עס איז דא טויטע און מען גייט מעלדן אפיציעל נאכן צעוויסן טון פאר די באטראפענע פאמיליעס.
קאפקע: די צווייטע קשיא איז...איז דען נישט שיסן אויף א מעדיצינישע טרעקל, אקעיגן די יו. ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ?...! ווען מדינת ישראל האט געשאסן אויף א אמבולאנס אין עזה האסטו אויפגעהויבן א וויי געשריי אז די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן האבן געשאסן אויף אן אמבולאנס. וואו איז יעצט דער וויי געשריי.
נאר דעם ענטפער קען מען געפונען אין א רש"י אין פ' יתרו...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:בערל דאס אשכול איז פשוט טרוקענע נייעס, ס'שוין פאראן גענוג אשכולות וואס באפאסן זיך מיט דאס וואס דו ביסט מעורר.
מאטי: גערעכט. אבער דו דארפסט פארשטיין אז א יעדעס מאל ווען איך באגעגן דעם ליניע פון טראכטן און אויסדרוקן זיך, גייט מיין בלוט פרעשור ארויף אין די הויכע ספערן...מ'קען ענדערש זאגן אז איך פראדוציר היי וואלטעדזש...איך קען מיר אויף דעם נישט העלפן. איך בין דאך אן אייניקל פון אברהם אבינו...און מיין עלטער באבע איז געווען שרה. נישט הגר...