בלאט 1 פון 2
מוסדות החינוך אין בארא פארק
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז די סיזען פון איינשרייבען די קינדער. פון איין זייט איז דא אזוי סאך אפציעס פון תלמוד תורה'ס אין שטאט, און פון איין זייט בלייבט א קורצע ליסטע פון באמת גוטע חדרים, וואס נעמען אויך שווער אריין. איך עפן דעם אשכול נישט דוקא פאר מיר, נאר פאר א כלוליות'דיגע שמועס איבער בארא פארקע תלמוד תורה'ס און סקולס. אינסייד אינפארמעישאן איז זייער וועלקאם ווייל דאס העלפט מאכן ריכטיגע באשלוסן.
איך געדענק ווען איך האב געזוכט א חדר פאר מיין עלסטע זוהן האב איך באקומען אינפארמעישאן אז דא און דארט איז גוט, א בודם. די אוועקגעשטעלטע חדרים וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך דעם פריעדיגן דור זייגן ווי מרור אן חרוסת. די רשעות, די פעטש און ווייניג געדולד צו קינדער איז איבעראל. באמת דארף איך צולייגן אז עס איז די לעצטע פאר יאר אביסל בעסער אפילו אין די חדרים צוליב מלאכת שמים וכו' אבער די אנקאנדישענעל לאוו און פארשטענדליכקייט א קינד דארף איז נאך אלץ שווער צו טרעפן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 1:20 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז מיר איז קיין שום נפק"מ וועלכע מוסד מיינע קינדער לערנען. אלע האבן זיך זייערע חסרונות און אויב קוקט מען אויפ'ן תכלית פון די קינד איז לכאורה נישט קיין חילוק ווי ער לערנט. איך קען יונגעלייט וואס קומען פון מערערע תלמוד תורות און מ'קען אויף קיינעם נישט זעהן ווי ער האט באקומען זיין חינוך.
איך לערען אליינס מיט מיינע קינדער ווען כ'האב צייט אז זיי זאלן האבן ידיעות התורה און ביי די שבתדיגע סעודות גיב איך מיינע השקפה שיעורים אז זיי זאלן נישט ווערן ברעינוואשט פון וואס מ'לייגט אריין אין זיי אגאנצע וואך אין חדר.
נאר דאס יא. א מוסד וואס באשטייט א גרויס חלק פון צעבראכענע שטיבער אדער טאמער לעבסטי נישט אין גוטן מיט איין איינגעשטעלטער, זאלסטי נישט אהינשיקן
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 2:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:אר דאס יא. א מוסד וואס באשטייט א גרויס חלק פון צעבראכענע שטיבער אדער טאמער לעבסטי נישט אין גוטן מיט איין איינגעשטעלטער, זאלסטי נישט אהינשיקן
זיי מסביר
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 3:39 pm
דורך שבת אחים
כמעט יעדער וואס איך קען רעדט זיך אפּ אויף די היינטיגע היימישע ״אכזר דרא״ עדזשיוקעישאן , קיינער פון די רבנים און שוויצערס גייט נישט אָן אז מ׳ווארפט זיך ארום מיט אונז ווי שמאַטעס און אפילו א גיטע בחור פון א עוורידזש שטוב איז זייער שווער אריינצולייגן אין א נארמאלער ישיבה , די רבנים און עסקנים זענען ליידער פול מיט אַגענדעס און זיי זענען נאר דא זיך צו בויען זייערע אימפּעריע׳ס און געוועלטיגן אויפן ציבור!!!,
מיין קשיא איז נאר ווילאנג נאך וועט נעמען ביז אפאר היימישע בעל בתים וועלן זיך כאפּן אז ס׳געניג געוועהן מיט בויען עמפּייערס פאר די
בענשקלעך און אנפאנגן צו בויען אייגענע מוסדות וואס זאל דינען די אינטערעסן פונעם עולם און נישט פונעם גולם ???
סאיז שוין העכסט צייט זיך אָפצולאזן פון די רשעות וואס שרייט עד לב השמים !!! אונז זענען נישט קיין נערנים !!! מיר וואלטן געדארפט קענען זיך אליינס א עצה געבן און מיר וואלטן געדארפט מאכן שבת פאר זיך איינמאל פאר אלעמאל!!
#סאיז העכסט צייט צו בויען אייגענע מוסדות !!!
דיסקלעימער׃ איך האב שוין נישט קיין קינדער אין די סיסטעם , אבער דאָך פארשטיי איך און איך פול מיט די צער פון די עלטערין וואס גייען דורך שבעה מדורי גיהנום און ס׳דערמאַנט מיך פון מיינע פארגאנגענע שווארצע יאהרן ווען איך האב יא געהאט צוטוהן מיט די באַנדיטן !!
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 3:53 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:48 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:אר דאס יא. א מוסד וואס באשטייט א גרויס חלק פון צעבראכענע שטיבער אדער טאמער לעבסטי נישט אין גוטן מיט איין איינגעשטעלטער, זאלסטי נישט אהינשיקן
זיי מסביר
עזריאל: איך וועל נעמען דאס ווארט שטאטס שמעון וואלף און מסביר זיין זיינע ווערטער.והנה: איך האב איינמאל (אלס באס דרייווער) געהאט א נארישן סכסוך מיט א מלמד פון א כיתה. פונקט אום שלש עשרה מידות...צו אט דעם מלמד האט מיין זון געדארפט אריינגיין לערנען אין די כיתה נאך סוכות.
פון דעם ערשטן טאג וואס מיין יונגל איז אנגעקומען אין די כיתה האט דער מלמד איהם אנגעהויבן צו רודפ'ן דורך געבן פעטש און פארשעמען ברבים. מיין יונגל האט נעבעך געוויינט אז ער האלט עס נישט אויס. די רדיפות און פארשעמונג איז געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ס'איז געווען א "מסיבת חלוקת הפרסים", און מען האט אויסגערופן די נעמען פון אלע יונגלעך פון די כיתה, האט דער רשע נישט אויסגערופן צוויי יונגלעך. איינער פון זיי איז געווען מיין זוהן. איך בין פונקט דארט געווען. ביניך צוגעגאנגען צום מנהל און געזאגט אז איך באצאל איהם פאר'ן ספר, נאר ער זאל אויסרופן מיין זוהן און געבן איהם די מתנה, אזוי ווי פאר אלע אנדערע קינדער..תפילה עושה "מחצה". האט ער מיר געטון א טובה און געגעבן א ספר, אן אויסרופן.
די סיבה פארוואס יענער רשע וואס האט פארנומען א פאזיציע פון א מלמד אין א כיתה האט זיך צוקריעגט מיט מיר, איז אזוי נאריש אז איך שעם מיך אפילו צו פארציילן עס דא ברבים. נאכדערצו אום י"ג מידות...!
בדרך אגב: איך האלט אז ס'וואלט געדארפט צו זיין א וועד פון ערנסטע בעלי בתים וועלכע זאללן מאכן זיכער אז די קראנקע ברואים (בגוף ובנפש) און סאדיסטן וועלכע איזדיעקעווען זיך אויף די טייערע אידישע קינדער זאללן ווערן פארשריבן לדראון עולם, צו מאכן זיכער אז זיי קענען קיינמאל נישט באקומען א פאזיציע פון א מלמד אדער טיטשער אין א תלמוד תורה אדער סקול...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 8:24 pm
דורך שמעון וואלף
עזריאל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:אר דאס יא. א מוסד וואס באשטייט א גרויס חלק פון צעבראכענע שטיבער אדער טאמער לעבסטי נישט אין גוטן מיט איין איינגעשטעלטער, זאלסטי נישט אהינשיקן
זיי מסביר
די צווייטע נקודה האט ר' בערל שוין זייער פיין מסביר געווען. ס'וואלט מיין ערשטע פאינט איז אז א מוסד קען נישט מצליח זיין אן די מיטארבעט פון די עלטערן. פארדעם איז וויכטיג אז די פעירענט באדי זאל מער ווייניגער זיין גוט. ס'זענען דא געציילטע מוסדות וואס מחמת איזה סיבה זענען א גרויסע פראצענט קינדער פון צעפארענע שטיבער און דאס האט א שלעכטע אפעקט אויף די קינדער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:54 am
דורך רויטע וואנצעס
איינער ווייסט קראנטע אינפא אין וועלכע ת"ת אין בארא פארק מ'געבט א רייכע סעקיולער עדיוקעשאן? איך רעד א חסידיש געשטימטע ת"ת.
וואס איז היינט די מצב מיט ת"ת גן ישראל? אפשר קען דאס זיין א אפציע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:03 am
דורך קפה נמס
מבקשי ה' הייסט אז זיי ארבעטן פערסענאל ארויפצוארבעטן יעדן קינד. און זיי ארבעטן מיט א קאריקיולעם, נישט ווי אנדערע מוסדות וואס יעדע מלמד מאכט זיין אייגענע סדר הלימוד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:04 am
דורך רויטע וואנצעס
זייער סעקילער עדיוקעישאן?
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:11 am
דורך קפה נמס
איך ווייס נישט דיינע טערמס פון סעקולאר.. אבער מער ווי סאטמאר און וויזניץ איז עס זיכער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:30 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:אר דאס יא. א מוסד וואס באשטייט א גרויס חלק פון צעבראכענע שטיבער אדער טאמער לעבסטי נישט אין גוטן מיט איין איינגעשטעלטער, זאלסטי נישט אהינשיקן
זיי מסביר
עזריאל: איך וועל נעמען דאס ווארט שטאטס שמעון וואלף און מסביר זיין זיינע ווערטער.והנה: איך האב איינמאל (אלס באס דרייווער) געהאט א נארישן סכסוך מיט א מלמד פון א כיתה. פונקט אום שלש עשרה מידות...צו אט דעם מלמד האט מיין זון געדארפט אריינגיין לערנען אין די כיתה נאך סוכות.
פון דעם ערשטן טאג וואס מיין יונגל איז אנגעקומען אין די כיתה האט דער מלמד איהם אנגעהויבן צו רודפ'ן דורך געבן פעטש און פארשעמען ברבים. מיין יונגל האט נעבעך געוויינט אז ער האלט עס נישט אויס. די רדיפות און פארשעמונג איז געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ס'איז געווען א "מסיבת חלוקת הפרסים", און מען האט אויסגערופן די נעמען פון אלע יונגלעך פון די כיתה, האט דער רשע נישט אויסגערופן צוויי יונגלעך. איינער פון זיי איז געווען מיין זוהן. איך בין פונקט דארט געווען. ביניך צוגעגאנגען צום מנהל און געזאגט אז איך באצאל איהם פאר'ן ספר, נאר ער זאל אויסרופן מיין זוהן און געבן איהם די מתנה, אזוי ווי פאר אלע אנדערע קינדער..תפילה עושה "מחצה". האט ער מיר געטון א טובה און געגעבן א ספר, אן אויסרופן.
די סיבה פארוואס יענער רשע וואס האט פארנומען א פאזיציע פון א מלמד אין א כיתה האט זיך צוקריעגט מיט מיר, איז אזוי נאריש אז איך שעם מיך אפילו צו פארציילן עס דא ברבים. נאכדערצו אום י"ג מידות...!
בדרך אגב: איך האלט אז ס'וואלט געדארפט צו זיין א וועד פון ערנסטע בעלי בתים וועלכע זאללן מאכן זיכער אז די קראנקע ברואים (בגוף ובנפש) און סאדיסטן וועלכע איזדיעקעווען זיך אויף די טייערע אידישע קינדער זאללן ווערן פארשריבן לדראון עולם, צו מאכן זיכער אז זיי קענען קיינמאל נישט באקומען א פאזיציע פון א מלמד אדער טיטשער אין א תלמוד תורה אדער סקול...!
ווילאנג מ'צאלט פאר מלמדים פעניס קען מען קיין טענות נישט האבן, פארפאלן, סיי דער עלעמענט איז שוואכער און סיי דער מלמד שפירט נישט קיין אחריות זיך צוצושטעלן, און סיי ער ווערט א נערוועזע בריה וואס קען נישט דעקן דעם חודש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:29 pm
דורך בעל מדות
אור משה איז לכאורה דאס וואס די זאלסט פרובירן.
Re: מוסדות החינוך אין בארא פארק
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 7:47 pm
דורך מרדכי
ריכטיג האט געשריבן:ווילאנג מ'צאלט פאר מלמדים פעניס קען מען קיין טענות נישט האבן, פארפאלן, סיי דער עלעמענט איז שוואכער און סיי דער מלמד שפירט נישט קיין אחריות זיך צוצושטעלן, און סיי ער ווערט א נערוועזע בריה וואס קען נישט דעקן דעם חודש.
ווען דו רעכנסט די געלטער וואס זיי באקומען פון די שטאט מאכן זיי מער ווי אסאך ארבעטער.
די פראבלעם איז אז אסאך מוסדות צאלן נישט! מ'קען זיין שולדיג פאר א מלמד זעקס חדשים רואיג. די מלמד האט מורא ארויסצוגיין זוכען אן אנדערע פאסטן ווייל דאס מיינט ער קען זיך אינגאנצן מייאש זיין פון דע געלט, וואס אויף דע חשבון האט ער זיך שוין צאמגעבארגט!
ווען ער זעהט אז עס נעמט נישט קיין עק, גייט ער אריבער צו א אנדערע מוסד מיטשלעפענדיג א פעקל מיט חובות, און אזוי קען עס געשעהן מיט איהם ביי מער ווי איין מוסד, און די לאך ווערט גרעסער.
דעס איז א אומדערהערטע חוצפה וואס איז נישט עקסעפטירט ביי קיין איין ביזנעס.
די גרויסע מוסדות זענען בעסער אין די הינזיכט אבער ביי די קלענערע מוסדות איז עס א אפטע ערשיינונג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:56 pm
דורך געפילטע פיש
קיינער צווינגט נישט דעם מלמד צו בלייבן ביי דעם דזשאב, ער קען רואיגערהייט זיך אנטון א גרינעם וועסטל און גיין ארבעטן אין B&H. אלא מאי ס'פאסט עם נישט? אויב אזוי קען ער נישט האבן קיין טענות אז פארדעם טוט ער נישט קיין גוטן דזשאב ווייל מ'צאלט שוואך.
Re: מוסדות החינוך אין בארא פארק
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:48 pm
דורך שמערל
דער "מלמד" - דער וואס פארשטייט באמת צו מחנך זיין קינדער, בלייבט טאקע נישט ביי דעם זשאב, בלייבן בלייבט נאר איבער די וואס ווערן אין ערגעץ נישט אנגענומען - ניטאמאל בי ענד עיטש וואלט זיי געטרויעט צו פאקן באקסעס, זיי באקומען די עהרע פון מחנך זיין אונזערע קינדער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:45 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:56 am
דורך קאצקע ציקער
שמערל האט געשריבן:דער "מלמד" - דער וואס פארשטייט באמת צו מחנך זיין קינדער, בלייבט טאקע נישט ביי דעם זשאב, בלייבן בלייבט נאר איבער די וואס ווערן אין ערגעץ נישט אנגענומען - ניטאמאל בי ענד עיטש וואלט זיי געטרויעט צו פאקן באקסעס, זיי באקומען די עהרע פון מחנך זיין אונזערע קינדער.
אבי גערעדט דאס איז געווען אמאל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 3:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
הער איך א שמועס אז ת"ת עץ חיים אין בארא פארק האט זיך פארמאכט. אמת?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 4:07 pm
דורך לית דין בר נש
אוי וויי ווי לאנג שלאפסטו שוין?
דאס איז שוין לאנג פארמאכט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 4:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
געוואלד! נאך א נארמאלע חדר פארמאכט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 4:35 pm
דורך קפה נמס
איך בין נישט זיכער אז די טיטל "נארמאלע חדר" איז פאסיג. פרעג איינעם וואס האט געשיקט/געארבעט דארטן....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געהאט א שטיקל שייכות דארט. אט איז א רשימה פון די פאר נארמאלע זאכן:
נישט געווען קיין אינטערנעט/קליידונג רעסטריקשענס,
מ'האט געשפילט באל וכדו',
געווען פיינע עסען,
געגיינגען פון צייט צו צייט אויף א טריפ.
ס'איבריגע האט מיר נישט אויסגעזען צו 'נארמאל'.
------
אגב, רוב משפחות זענען באשטאנען פון א געוויסע סארט.