בלאט 1 פון 1

סטעיט סענאט מיאריטעט פירער 'סקעלאס' אינטער אינוועסעטעגאציע

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 2:26 am
דורך שעפטל
    וילכו מחיל אל חיל...

    נאכדעם וואס דער שרעקעדיגער און שטרענגער אטורני דזשענעראל פרעט בארארא האט געווארענט אז נאך חברה גייען קומען אין די רייע, נאכן ארעסטירן דעם אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער, איז יעצט אריינגעקומען די נייעס, אז דער העכסטער רעפאבליקאנער אין שטאט, דער סטעיט סענאט מיאריטעט לידער, און צייטווייליגער פרעזידענט פונעם סטעיט סענאט, דיען סקעלאס איז אינטער אינוועסטיגאציע!

    ‏כדרכי ווען איך ברענג א נייעס, שרייב איך אביסל איבערן מענטש אויך... לאמיר אביסל אראפלייגן ווער איז דער מאכטפולער סקעלאס פון וועם מ'רעדט דא...
    סקעלאס טראכט... "וואס טימער דא ווייטער....???!"
    סקעלאס טראכט... "וואס טימער דא ווייטער....???!"
    alg_dean-skelos.jpg (43.46 KiB) געזען געווארן 663 מאל

    דיען סקעלאס איז 66 יאר אלט, אנגעהויבען זיין קאריער אין פאליטיק האט ער אלס אסעמבלימאן אין 1980 אין די ניינצענטע דיסטריקט אין אסעמבלי וואס נעמט אריין נעסאו קאנטי.
    אין 1982 איז ער געלאפן פאר סטעיט סענאט אין די ניינטע דיסטריקט, וואס נעמט אריין נעסאו און קווינס קאונטי, אבער פארלוירן.
    אין 1984 איז ער ווידעראמאל געלאפן פאר סטעיט סענאט, ווי דער פרעזידענט ראנאלד רעיגן איז געקומען קאמפיינען פאר אים, און ער האט טאקע געווינען. 
    אין 1986 איז ער ווידערגעלאפן פאר ווידערוויילונג און פריש געווינען.

    אין סטעיט סענאט האט ער געדינט אלס דער טשערמאן פונעם עידזש קאמיטע, ווי ער אדורכגעפירט די עפי"ק געזעץ וואס ‏העלפט ארויס אלטע מענטשן מיטן צאלן זייער מעדיקאציע.

    אזוי אויך איז ער געווען דער וואס האט שטארק ארויסגעהאלפן און אדורכגעפירט דעם "**** אפענדער רעגעסטראציע" געזעץ, ווי א **** אפענדער ווערט רעגעסטרירט און די לאקאלע איינוואוינער און אוטריאטעיטן ווייסן זיך צו היטן.‏

    אין 1995 איז ער געווארן דער דעפיוטי מיאריטעט לידער אינעם סטעיט סענאט, ביז 2008 ווען ער האט איבערגענומען דזשאוסעף ברונא אלס מיאריטעט לידער.

    פאר א האלבע יאר אין 2008 האט ער געדינט אלס לוטענענט גאווערנער צו גאווערנער פעטערסאן.

    פון 2009 ביז ענדע 2010 איז ער געווען די מינאריטעט לידער אין סטעיט סענאט.

    און פון 2011 איז ער צוריק געווארן דער מיאריטעט לידער.
    אזוי אויך דינט ער אלס צייטוויליגער פרעזידענט פונעם סטעיט סענאט

    יעצט, סקעלאס האט איינגעגעבן אז ער האט געמאכט צווישן 150,000 און 250,000 פון א לויער פירמע, ווי ער דינט אלס קאנסול, און ווארטזאגער. די זאך-קענער זאגן אז עס האט עפעס מיט דעם דזשאב, און וויאזוי נאך ער האט געמאכט געלט.
    ער איז נאכנישט אנגעקלאגט געווארן, אבער די אינוועסטיגאציע איז אויפן העכסטען פארנעם.

    אויב ווערט ער אנגעקלאגט, איז ער דער איצטיגער העכסטער ריפאבליקאנער צו ווערן ‏אנגעקלאגט. 

    נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 8:24 am
    דורך [NAMELESS]
    איך כאפט נישט. וואס האט ער געטוהן ראנג?

    נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:36 am
    דורך שעפטל
    דעס וועלן מיר געוואר ווערן...
    אבער ווי ס'קוקט אויס האט ער אויך גענומען שוחד פון ריעל עסטעיט לויער פירמעס אדורכצופירן געוויסע זאכן, א שטייגער וואס סילווער האט געטוהן.

    נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2015 11:32 pm
    דורך ישמעאל הכהן
    Dean G. Skelos, the influential head of the New York State Senate, and his 32-year-old son are expected to be arrested on federal corruption charges next week, according to people with knowledge of the matter.
    The expected arrests, coming roughly three months after federal bribery and kickback charges led Assemblyman Sheldon Silver to step down as speaker, would mark an extension of the investigation into allegations of political corruption in Albany, and would almost certainly further upend the legislative session.

    נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 12:10 pm
    דורך יעקב מענטש
    דער עולם וואונדערט זיך אוודאי מה יום מיומים ? ווער האט ארויסגערופן דעם בער פון וואלד וואס האט אנגעהויבן א סעודה און קוקט נישט אויס ווי ער ווערט זאט ? און דא ליגט די דורטי ליטל סיקרעט,

    פריט בארארא האט געחלשט - ריכטיגער געזאגט, 'געפגרט' - צו באקומען דעם אטוירני דזשענעראל דזשאב, און די אבאמא אדמיניסטראציע האט אים ערנסט גענומען און באטראכט, און איז געווען פראנט ראנער פאר דעם פאזיציע. אבער קוקט אויס אז די נאענטע יועצים האבן געשטופט ירום הודו צו קלויבן לארעטא לינטש אנשטאט אים, משום איזה סיבה שיהיה, און דער בארארא איז ממש יצא מדעתו, ער האט אנגעהויבן צו ארעסטן רעכטס און לינקס, אבער נישט סתם פארברעכער, נאר עפעס וואס גייט טרעפן איר פלאץ אויפן פאדערשטען בלאט פון די 'טעבלוידס', וואס פארדעם פארלאנגט זיך איינע פון די צוויי תנאים, 1) אז ס'איז א היי פראפיל פישל, 2) אז ס'איז א גרויסע גרופע, און ער קען אטאטשירן דאס ווארט 'קאנספיראציע' צו זיי,