בלאט 1 פון 1
היימישע קאלעקשען עיזשענסי - גביית חוב
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:29 am
דורך Kool man
מיין שכן וואס וואוינט שוין נישט אפאר יאהר באקומט פון צייט צו צייט פאסט, געווענדליך אלטע אומבאצאלטע ביללס, די לעצטע פאהר חדשים קומט אהן בריווען פון א קאמפעני גביית חוב, ס'דריטע מאהל ס'יז געקומען האמיר עס מחמת נייגעריגקייט געעפענט, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז א קאלעקשען קאמפעני וועלכע בילען פאר עפעס א טעלעפאון קאמפעני פאר וועמען דער געוועזנער איינוואוינער איז שולדיג געבליבען געלט, זיי סטראשענען מיט דין תורה און אומבאטעמטע קאנסעקווענצען אויב מ'צאהלט נישט, גאנץ אינטרעסאנט, ס'מיר א חידוש אז כ'אב נאכנישט געהערט פון דעהם
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:55 am
דורך שמעקעדיג
איז עס לעגאל?
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:00 pm
דורך Big Boy
Legal to open someone else's mail or legal to collect a debt? On the first one of course not. On the 2nd one, of course yes.
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:39 pm
דורך chusid
יאפ, עקסטשעינזש נוצט זיי
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:18 pm
דורך קאווע טרינקער
chusid האט געשריבן:יאפ, עקסטשעינזש נוצט זיי
xchange נוצט זיי, ווייל דורך א ליגאלע וועג קענען זיי נישט איינקאסירן געלט וואס קומט זיי נישט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:22 pm
דורך shem-tov
די צוויי ווערטער היימיש מיט קאלעקשאן עידשענסי קלעבט עפעס נישט. כווייס נישט פארוואס אבער אין ענגליש זאגט מען ראנג אן סאו מעני וועיס. סטראשן. טעראריזירן. וויי טאן. באליידיגון. רייטן אויף א אומגליקליכער. זוכט אייך א צווייטע פרנסה קלער איך
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:34 pm
דורך ירח בן יומו
אזוי גייט א היימישע קעלעקשין עידשענסי
א) מ'שיקט א הזמנה צו ב"ד
ב)מ'סטראשטעט אז די קינדער גייען פליען פון די מוסדות
ג)מ'בארעדט איהם ביי אלע שדכנים, און מ'מאכט עם קאליע די שידוכים
ד)מ'לאזט איהם מער נישט עולה זיין אן עלי'
ה)מ'איז איהם מער נישט מצרף מו מנין
ו)מסטראשעט אז מ'וועט נישט לאזן קובר זיין אין קיין שום יודישע בית החיים
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:47 pm
דורך outspoken
this collection agency is exchange itself look at the address and you will see its the same as exchange they don't collect for nobody only for themself
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:די צוויי ווערטער היימיש מיט קאלעקשאן עידשענסי קלעבט עפעס נישט. כווייס נישט פארוואס אבער אין ענגליש זאגט מען ראנג אן סאו מעני וועיס. סטראשן. טעראריזירן. וויי טאן. באליידיגון. רייטן אויף א אומגליקליכער. זוכט אייך א צווייטע פרנסה קלער איך
נאר מ'זעהט ווי עפעקטיוו זיי זענען. א באנדע שלימזלנים. זיי האבן אפילו נישט אן אפדעיטעד אדרעס פון וועם זיי ווילן קאלעקטן געלט.
גם אני בחלומי: איך האב אוועקגעמופט פון מיין אלטע אדרעס שוין 11 יאר צוריק. און ס'קומט נאכאלץ אן דזשאנק מעיל פאר מיר אויף יענעם אדרעס. איך און מיין ב"ב טוען טאקע דיירעקטן אלע נודניק'ישע שנאר בריעפן אויף יענעם אדרעס...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
העי וואס האסטו צו עפענען דיי שכן'ס פאסט?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאלדבערגס גראסערי און אנדערע גראסריעס אין בארא פארק טוען אזא איינפאל. זיי האבן א לויער אויף די פעיראלל וואס רופט דריי פיהר מאל בעטן געלט. אויב ס'העלפט נישט שיקט די לויער ארויס פרי-קארט דאקומענטס, רוב מענטשען כאפן א פחד פון די צעטלעך און הייבן אן מאכן פעימענטס.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:53 am
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:העי וואס האסטו צו עפענען דיי שכן'ס פאסט?
עזריאל: וואס ווילסטו. ער איז זיך מודה אז ער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין יצר...!
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:30 am
דורך קאך_לעפל
גביית חוב איז א היימישע אידישע קאלעקשען עדשענסי וואס מאנט איין חובות וואס מענטשען זענען שילדיג בדרך התורה, יא און אזוי עקסשזענדש טעלאקאם איז א אידישע קאמפאני, פירן זיי זיך אויף ווי אידן, און האלטן די גויאישע קאלעקשזען עשזענסי'ס אונדרויסען, ווייל זיך צו ווענדען צו א גויאישע קאלעקשען ענדשענסי איז א ערענסטע חשש מסירה, מוסר ממון ישראל ביד עכו''ם.
איך פארשטיי גארנישט די עוולה פון די גביית חוב קאמפאני, מען בעט מיט שיינעם אז מען זאל באצאהלן, און אויב מאכט מען זיך נישט וויסענדיג, ריפן זיי צו דין תורה, וואס איז שלעכט דערמיט? באצאהל אדער פארהאנדל און הכול על מקומו יבוא בשלום......
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:31 am
דורך [NAMELESS]
קאך לעפעל. ליין נאך אמאל. מ'שרייבט דא אז ס'איז עקסטשעינזש אליינס
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:01 pm
דורך קאך_לעפל
ראשעקאל האט געשריבן:קאך לעפעל. ליין נאך אמאל. מ'שרייבט דא אז ס'איז עקסטשעינזש אליינס
עס קען זיין, אבער עס איז לא מעלה ולא מוריד.....
זיי סערווירן יעדעם, אדרבה הייב אויף א טעלעפאן און פרעג זיי.....
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 1:29 pm
דורך Kool man
יא, קאנפירמד אז ס'יז עקסטשעינטזש אליין, אויב יא זענען זיי גאר צוריקגעבליבען, זיי האבען נישט די ריכטיגע ספעללינג פון די נאמען, און שוין אזוי זיי האבען געמאפט און די אפגעריסענע עקסטשעינזש האט נאך זייער אור אלטע אדרעסע, זיי האבען שוואכע טשאנסע צו מצליח זיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
---
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:17 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פאר אונזער היימישער עולם איז דאס א קנאקעדיגע ביזנעס. ווער קען דען בעסער סטראשען, פייניגען, טעראריזיאען דאס מענטשהייט ווי א עכט היימיש חסידישער איד
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 9:33 pm
דורך למדן
פארוואס איז גיין צו א גויאישע קאמפאני מסירה?
איז עס נישט ווי א סערוויס וואס זיי טוען פאר די רייט פרייז?
עס איז נישט קיין דין