בלאט 1 פון 4
טריוויע.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:20 pm
דורך ישראל קאפקע
1) ווען זענען די פארטיי קאלירן (רויט פאר די רעפובליקאנער, און בלוי פאר די דעמאקראטן) געווארן אפיציעל?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:31 pm
דורך ישראל קאפקע
2) פאר וועלכע סטעיט געהערט די אינזל 'עליס איילענד' וואו צוועלף מיליאן אימיגראנטן האבן צום ערשט באטרויטן די אמעריקאנער באדן, ניו יארק אדער ניו דזשערזי?
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:03 am
דורך [NAMELESS]
1) יארע 2000 פארדעם איז אפטמאל גענוצט געווארן די קאלירן אין א פארעקערטן סדר רויט פאר דעמאקראטן אין בלוי פאר רעבופליקאנער,
2) ניו דזערסי, נ''י אין נ''דז האבן געהאט א גרויסע מחלוקה דערויף דער געריכט האט געפסקנ'ט לטובת ניו דזערסי, דעמאלטס האט מען געטוישט די סימבאל אויף.די לייסענס פלעיט פין די סטעטשו אף ליבערטי צי די עמפייער סטעיט, (9זיי האבן נאכמישט געוויסט פין די איידיע פין צילייגן 45...)
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 1:37 am
דורך ישראל קאפקע
2) די הויפט געביידע וואו די אימיגראנטן זיין אנגעקומען איז געגעבן געווארן צו ניו יארק, די איבעריגע אינזל פאר ניו דזשערזי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:30 am
דורך ישראל קאפקע
3) וועלכע רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט איז ניטאמאל געווען אויף די בעלאט אין צען דרום שטאַטן און דאך געוואונען די פרעזידענטשאפט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:20 pm
דורך יואב
ישראל קאפקע האט געשריבן:3) וועלכע רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט איז ניטאמאל געווען אויף די בעלאט אין צען דרום שטאַטן און דאך געוואונען די פרעזידענטשאפט?
אברהם לינקאלן אין 1860.
אלץ צוזאמען איז טאקע צען, אין אמת'ן אבער איז זיין נאמען נישט געווען נאר אין ניין שטאטן, ווייל דרום קאראליינע האט במילא געהאט א סיסטעם אז נישט דער המון שטימט, נאר די דארטיגע לעגיסלאטורן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:24 pm
דורך ישראל קאפקע
מען גייט מיר לאזן פרעגן די שאלות?
נו @גראדעמעכעלע @יואב לאזט מיר אויך ווערן קלוגער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:10 pm
דורך פידלער
When he lay dying, which writer asked his best friend to burn all his manuscripts?
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:22 pm
דורך פידלער
Which is the best-selling novel of all time
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:24 pm
דורך פידלער
Which writers wrote only a single book in their lifetime
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:38 pm
דורך ישראל קאפקע
4) פראנץ קאפקע, פארן שטארבן פון טובערקילאוסיס האט ער געבעטן זיינע נאנטע צו פארברענען אלע זיינע אומפובליצטע מאנוסקריפטן און בריוו.
http://m.csmonitor.com/Innovation/2013/ ... -known-him
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:41 pm
דורך פידלער
Yeah. As this is your eshkol, I figured I'd start with a Kafka trivia question
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:45 pm
דורך ישראל קאפקע
פידלער האט געשריבן:Yeah. As this is your eshkol, I figured I'd start with a Kafka trivia question

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:58 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:מען גייט מיר לאזן פרעגן די שאלות?
נו @גראדעמעכעלע @יואב לאזט מיר אויך ווערן קלוגער.
פארשטייסט נישט ישראל? ווען די פרעגסט קען איך גוגל'ן די ענטפער, זאל איך גוגל'ן א פאר א שאלה?
דאך לאמיר פרובירן,
5) וויאזוי איז געבוירן דער וועלט בארימט סימבאל דער $ סימבאל?
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
6) ווער האט ערפינדען דער נאמען פין אינזער באליבט שטעטל מאנטעסעלא?
(ווי איז געווען די ערשטע גרעסטע שלאכט נאך זעלבסשטענדיקייט?)
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:15 pm
דורך יואב
פידלער האט געשריבן:Which is the best-selling novel of all time
פאר די כופרים וועלכע גלייבן נישט אין תורה מסיני איז לכאורה קלאר אז "The Bible".
פאר אונז אבער, מאמינים בני מאמינים, איז קלאר אז דאס איז נישט קיין נאוועל.( לאפוקי דער ברית החדשה כמובן.)
אויסער דעם ווייס איך נישט צו ס'איז most selling. מ'טיילט דאך פון זיי בחינם אין די מאסן.
[tag]פידלער[/tag], איך בין טאקע נייגעריג: קען מען דען אנווייזן אויף א ספעציפישן בוך אז הנה זה? לכאורה קען מען בא'טיטול'ן א בוך צו זיין among the top. וויאזוי קען מען פונקטליך נאכגיין אזאנס. איך פרעג נאר.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
פידלער האט געשריבן:When he lay dying, which writer asked his best friend to burn all his manuscripts?
מאחורי הקלעים...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ms8OlGw38A8[/youtube]
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:53 pm
דורך ישראל קאפקע
פידלער האט געשריבן:Which is the best-selling novel of all time
העררי פאטער?
(שאלה: מיט באלד א האלב ביליאן שטיק פארקויפט מיינט דאס אז איך פארפאס עפעס מוראדיג, אדער איז די וועלט פשוט משוגע?)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:15 am
דורך פידלער
אין אמת'ן האב איך נישט נאכגעקוקט פאר איך האב ארויף געשטעלט די קשיא. איך געדענק אז אין קאלעדזש ווען איך האב גענומען א קלאס אויף Don Quixote האט די פראפעסער געזאגט אז דאס איז "the best-selling novel of all time"
דאכט זיך אז מ'גלייבט אז ס'האט זיך שוין פארקויפט כאטש א האלב ביליאן שטיק. אבער איך וואונדער מיך אויב ס'איז מעגליך אז אין די זיבענצטע century זאל מען שוין האלטן חשבון.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:17 am
דורך ונבנתה העיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:העררי פאטער?
(שאלה: מיט באלד א האלב ביליאן שטיק פארקויפט מיינט דאס אז איך פארפאס עפעס מוראדיג, אדער איז די וועלט פשוט משוגע?)
איז עס דען אינטערעסאנט פאר ערוואקסענע?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:19 am
דורך ונבנתה העיר
פידלער האט געשריבן:איך געדענק אז אין קאלעדזש ווען איך האב גענומען א קלאס אויף Don Quixote האט די פראפעסער געזאגט אז דאס איז "the best-selling novel of all time"
https://www.youtube.com/playlist?list=P ... ature=plcp
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:20 am
דורך פידלער
ונבנתה העיר האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:העררי פאטער?
(שאלה: מיט באלד א האלב ביליאן שטיק פארקויפט מיינט דאס אז איך פארפאס עפעס מוראדיג, אדער איז די וועלט פשוט משוגע?)
איז עס דען אינטערעסאנט פאר ערוואקסענע?
איך האב עס קיינמאל נישט געלייענט אבער איך קען אסאך אינטעלעגענטע ערוואקסענע וואס זענען משוגע דערנאך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:50 am
דורך יאיר
פידלער האט געשריבן:Which writers wrote only a single book in their lifetime
געשריבן אדער פאבליצירט?
הארפער לי האט דערווייל נאר פאבליצירט איין ביכל, דער וועלט בארימטער "צו אומברענגען א זינג פויגל", אבער יעצט איז אין די נייעס אז מגייט דרוקן נאך א ביכל פון אירס.